| נשלח ב-30/12/2005 04:49 |
|
| |
לאמיר רעדן אפן - וואס איז זייער ציל ?
איך וועל אנהייבן מיט די ווערטער פון רבי יוחנן, וואס זייער אסאך בעלי דרשנים האבן שוין געשפירט אז זיי מוזן אנהייבן מיט די דאזיגע ווערטער:
אוי לי אם אומר, אוי לי אם לא אומר.
איך וויל בארירן זייער א האקעלע טעמע, וואס איך האב ביז יעצט זיך איינגעהאלטן מיט אייזערנע קייטן פון אריינגיין דערין, דאס איז די געשעענישן וועלכע זענען זיך פארלאפן דא די פארגאנגענע וואך אויף היידפארק.
פאריגע וואך אזא צייט, האב איך נישט געהאט קיין אנונג אז יעצט וועל איך זיצן און אוועקגעבן שעות ארוכות פון מיין גענוג טייערע צייט, און בפרט אז איך וועל דארפן שרייבן אזא ווייטאגליכער אשכול ווי דאס וואס איך גיי יעצט שרייבן.
צוזאמען מיט יעדן איינעם פון אייך האב איך די לעצטע פאר יאר פארוויילט דא אויפן פארק, יעדן טאג האב איך אוועקגעגעבן עטליכע מינוט פאר דעם פארק, אמאל פאר די ארבעט, אמאל ווען קיינער האט נישט געזען (שאאא!), און אמאל ביינאכט, און צוזאמען פארברענגט און הנאה געהאט, נישט אלעס האט מיר געשמעקט וואס איך האב דא געזען, אבער אויף דעם האט שוין יענער געזאגט: IF YOU CANT TAKE THE HEAT GET OUT OF THE KITCHEN.
פאריגע וואך איין שיינעם צופרי, זע איך מיטאמאל א מאדנעם אשכול "אלעס אויסגעמעקט", וואו זשויבוי רעדט זיך אפ אז ער באקומט 24 א טאג טעלעפאן קאלס וועגן היידפארק פאליטיק, און ער גייט אפשטעלן די פאליטיק אין זיין פארום.
עס האט זייער נישט גוט געשמעקט, מילד גערעדט...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 05:01 |
|
| |
#2
יענעם נאכמיטאג, באקום איך אין תיבה אישית א מעלדונג פון מקוה איד, אז ער וויל עפענען א פארום פאר סאטמארע פאליטיק, א נייטראלער פארום וואו עס זאלן זיין פונקט אזויפיל אהרונים ווי זאליס.
איך האב זיך געפרייט אז עס איז דא איינער וואס טוט דעם זשאב, און איך בין געשטאנען און געווארט צו זען וואס דא וועט זיך אויסקאכן.
אינצווישן רעד איך צו א חבר אויפן טעלעפאן, זאגט ער מיר אז ער האט געזען נאך אינדערפרי, בערך א האלבע שעה נאך זשויבוי'ס מעלדונג, א נייעם פארום מיטן נאמען חדשות אנ"ש סאטמאר ! און ער זאגט מיר אלע אינפארמאציע וועגן דעם פארום.
עס איז מיר געווארן זייער אויפפאלנד, דאס איז דאך קלאר אז די מנהלים זענען אלטע ניקס אונטער א נייעם מאנטל, ווייל ווער קען זיך דען אזוי שנעל אריענטירן וואס עס איז דא צו טון ?! אויב אזוי פארוואס זאגן זיי נישט זייערע אלטע נעמען ?!
עס איז געווען נאך מער אויפפאלנד, אז א שיינער טייל פון די גאר באקאנטע זאלי ניקס האבן שוין געשריבן דארט ! און קיינער פון די מנהלים האט נישט געשיקט פאר קיינעם וועמען איך קען קיין מעלדונג אין אישית איבער א נייע פארום, אויסער מקוה איד וואס וויל נאך עפענען.
איך בין דאן גלייך געגאנגען און פארגעשלאגן פאר מקוה איד אז איך עפן א פארום, און ער זאל מיר ברענגען די מנהלים פון די זאליס, ווייל איך אנערקען אויך אז עס מוז זיין גענצליך אומפארטייאיש.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 05:12 |
|
| |
#3
מיט די הסכמה פון מקוה איד - וועלכער איז גוט באקאנט דא אויף היידפארק אלס באזעסענער און פארשטענדליכער, וועלכער באנעמט זיך גוט מיט יעדן - האב איך טאקע געעפנט דעם פארום אונטערן נאמען. מיר האבן אפגערעדט אז דער פארום ווערט נישט אקטיוו ביז ווען מיר גייען אריבער צו מסורת.
ווי נאר דער פארום איז געעפנט געווארן, האבן מיר תיכף געמאלדן אז מיר זוכן א מנהל וועלכער זאל פארטרעטן די זאליס, און איך האב געמאלדן קלאר אז איך בין גרייט איבערצוגעבן דעם ניק הניהול פאר א אייניגע שותפות מיט א זאלי.
פון דא און ווייטער וועל איך מקצר זיין, ווייל נישט אלעס קען מען דערציילן, אבער עס זענען געווען פארשידענע ווייטערדיגע אנטוויקלונגען, דער עיקר וואס איז נוגע איז אז עס זענען געווען עטליכע זאליס וועלכע האבן אויסגעדרוקט גרייטקייט צו ארבעטן צוזאמען.
אבער נאר אין די ערשטע עטליכע שעה.
ווען עס זענען אריבער אפאר שעה, האט מען פלוצלונג אויפגעהערט צו הערן פון אלע זאליס, ווי זיי וואלטן פארשוואונדן אין די מייזן לעכער !
מיר האבן אן אויפהער פרובירט איינמאל און נאכאמאל, ביי דעם און ביי יענעם, אבער אן ערפאלג.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 05:24 |
|
| |
#4
איך וועל נישט צופיל מאריך זיין ווייטער, רוב אנטוויקלונגען פון דארט און ווייטער ווייסט איר במילא.
אזויפיל האב איך ארויסגענומען קלאר פון די גאנצע פרשה:
דער ציל פון יענעם פארום איז עווענטועל גענצליך צו דערשטיקן און באהאלטן דעם כח פון די אהרונים אויף היידפארק.
אלע זייערע באמיאונגען אין די לעצטע יארן צו עפענען פארומ'ס און פרובירן איבערצונעמען חדשות ניו יארק, אדער חדשות אנ"ש, האט זיך נישט איינגעגעבן, ווייל א גוט גייענדן פארום איז כמעט אוממעגליך אונטער צו ברענגען.
די גאנצע זאך איז געווען אויספלאנירט פון אנהייב ביזן סוף, און אלעס מיטן קלארן ציל איבערצונעמען דעם מארקעט פון נייעס אויף היידפארק, און שפעטער "קאנטראלירן" דעם נייעס פלוס, ווען זיי וועלן האבן די אויבערהאנט פון א גוט גייענדן פארום.
אין פאקט איז יעדער זאלי וואס האט געשפירט פאר וויכטיג דא צו ענטפערן אויף סיי וואס, גלייך באפאלן געווארן און באשייגעצט געווארן דורך זייערע פארשידענע ניקס למיניהם. נאר וועגן דעם אז זיי זאלן קענען קאנטראלירן היידפארק.
און יותר ממה שקריתי לפניכם כתוב כאן.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 05:40 |
|
| |
#5
איך האב עס געשריבן וועגן דעם, ווייל איך בין געווען זיכער אז ווי נאר אונזער חשובער מנהל "פשטידא" וועט ווערן דא אויפגענומען, וועלן זיי גלייך אנהייבן צו דרייען כאילו ער איז א אהרוני, אזוי ווי מען האט טאקע געזען דא פינף מינוט דערויף אז מען האט אים גלייך "מגייר" געווען אלס "אהרוני".
איידער איך האב גענומען סיי וועמען אין באטראכט, האב איך גוט איבערגעקוקט זיין רעקארד אויף היידפארק. איך האב בשום אופן נישט געוואלט אננעמען איינעם וואס האט נישט קיין היסטאריע, און אלעס ארום אים איז פארנעפלט. דאס זעלבע איז בנוגע דעם חשוב'ן מנהל "פשטידא", איך האב גוט איבערגעקוקט אלע זיינע תגובות פאר איך האב געמאכט דעם שריט.
זיין איינציגער חטא איז, אז ער איז א נארמאלער מענטש !
איינער וואס שרייט נישט כסדר אז מען דארף דעם רב עוקר מן השורש זיין, און אז אן אהרוני טאר נישט האבן קיין רשות הדיבור, אזא איינער איז אן אהרוני.
איך וויל ארויפלייגן אפאר אשכולות פון זיין היסטאריע, פשוט כדי מען זאל זען וואס עס הייסט ביי זיי אן "אהרוני", און צו וועלכן עקסטרעם זיי ווילן אנקומען אין זייער פארמאכטן פארום.
און איך טו דא ווידעראמאל פארזיכערן, אז יעדער גולש פון סיי וועלכע זייט איז העפליך געלאדנט צו אנטייל נעמען אין די דעבאטעס אויפן פארום, אונטער די תקנות וואס די מנהלים האבן דא אראפגעשטעלט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 05:45 |
|
| |
אויב סוואלט אמת געווען, וואלסטו געהאט באווייזן.
סוואלט זיך אסאך מער געגלייבט ווען "חדשות אנש סאטמאר" שרייבט דאס אויף ענק, גיי לייען דאס איבער נאר פארקערט וועסטו דאס מער גלייבן, בקיצור, די רעדסט "הוילע פראפעגאדע"
און ביי דע וועי, די ארונים גלייבן דיר שוין דעס נעכטן און אייערנעכטן,(זיי זענען שוין צוגעוואוינט צו פראפעגאנדע), איז וואס, די מיינסט אז די זאלונים וועלן דאס יעצט גלייבן, ניין, אינז גלייבן מיר ווען מיר זעהען, און די ארונים וואס גלייבן ווען זיי זעהען, גלייבן דיר נאך יעצט אויך נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 05:45 |
|
| |
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topicarc.asp?whichpage=3&topic_id=1189294
אויסשווארץ
אפשר מעג איך דיך פרעגן וואס די די גבורה פון די אהרונים אז מיט פאליס קענען זיי אריינקומען אין שול.
טענה'ט מען זיך דען צי די זאליס זענען שטערקער פון פאליס. מ'טענה'ט בלויז אז די זאליס זענען שטערקער פון די אהרונים....
א גרויסע חכמה צו ברענגען פאליס.
אבער עס צייגט אז די אהרונים זענען לוזערס און אן פאליס קענען זיי גארנישט טאן.
פינקט ווי א קליין יונגעל זאגט פאר'ן גרויסן.
איך וועל דיר אויסזאגן די רבי...
איך וועל פארציילן פאר דיין טאטע...
תוקן על ידי - בא_ללמד - 30/12/2005 5:44:59
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 05:48 |
|
| |
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topicarc.asp?whichpage=2&topic_id=1209201
געזעגענען.
איך הער פון מיינע מענטשן אין בארא פארק אז עפעס איז געווען אין פעדעראל קאורט.
איך הער אז זיי האבן אריינגעטראגן א סיקרעט פיילינג (איך ווייס נישט וויאזוי מ'קען) און איך ווייס אויך נישט צי ס'איז הינדערט פראצענט אמת, אבער אזוי זאגן מיינע קוועלער.
כ'זעה אז די אהרונים שעלטן אביסל, מסתם גייט זיי דארט אויך נישט צי גיט.
אויב די האסט נייעס אדער אפדעיטס, פליז לייג ארויף
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 05:50 |
|
| |
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topicarc.asp?topic_id=1214529
געזעגענען
זאלסט מיר אנטשולדיגן.
דו ביסט עפעס צישאקלט און דיינע ווערטער קלעבן נישט.
וואס האסטו געוואלט מ'זאל רעדן פון א דרשה?
מ'זאל ארומפארן אין מאנהעטן מיט א "מצוה טאנק" מיט א הויכן הויכהילכער און זאל אויסשרייען די דרשה.
איך בין נישט קיין סאקמירער חסיד, אבער דאס ווייסט יעדער איינער אהרן טייטלבוים אז ס'איז נישטא בעולם נאך אזא בעל מחדש ווי ער, סיי אין דרוש אדער פלפול אדער אפילו חסידות.
איך זאג נישט אז זלמן לייב איז אן עם הארץ ווי די אהרונים טענה'ן, שטותים ער קען זיך פארמעסטן מיט אסאך רבנים, אבער נישט מיט זיין ברודער.
ביי מיר אינדערהיים האב איך טאקע נישט קיין איין ספר פון ארן טייטלבוים, אבער איך האב עס שוין געטראפן אין שומר שבת און ביי אסאך שטיבער, און איך האב שוין געזען זיין סיינע ספרים אויף חנוכה, איך מיין אז עס איז נישטא קיין איינער אינעם כדור העולם וואס פארמעסט זיך מיט אים, אינקלודיג הגה"צ ר' יצחק לעבאוויטש, וואס זאגט אויך זייער שיין, אינקלודינג הגה"צ ווינער רב שליט"א וואס זאגט הערליך.
געזעגענען, אויב די ווילסט האקן אויף אהרן טייטלבוים, דערמאן נישט זיינע דרשות, פינקט ווי קיין שום נארמאלער קלויזענבורער וואס האט פיינט דעם אלטן סאטמירער רבי'ן ר' יואל, וועט אויך נישט זאגן אז דער ויואל משה איז עם הארצות!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 05:50 |
|
| |
די ביזט שוין מודה במקצות, אז ער איז נישט קיין זאלי, נאר ער איז א נארמאלער מענטש, נו וואס איז א נארמאלער מעטש אז נישט אן ארוני?
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 05:51 |
|
| |
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topicarc.asp?topic_id=1221129
אין די צייטונגען די וואס, זעט אפילו א בלינדער עפעס אויסטרליש קומט פאר אין סאטמאר. יעדער שרייט און שימפט, ברויזט און שטורעמט אז עס איז אויסער אלע ראמען.
דער איד, קוקט אויס זייער צישאסן און ציקלאפט.
דער איד פארענטפערט זיך איבער די אפעלאט פארלאנג וואס זיי האבן אריינגעטראגן.
איך בין נישט אזוי באקאנט אין די קאורט פראצעס, אבער מ'זעט אין דער איד אז זייער צד איז עפעס זייער ציקלאפט און זיי ווייסן נישט גענוי וויאזוי עס אראפצולייגן פאר זייערע מענטשן אז זיי זאלן זיין העפי.
******************
דער בלאט ווידער מאכט ווילדע העדליינס און שרייט מיט קידוש לבנה קעפ, אז די זאליס זענען מודה אין זייער דורכפאל און זיי האבן נישט קיין בעלות נאר צו שפריצן וואסער פון עפעס א שלויך (איך ווייס נישט וואס עס מיינט)
דער בלאט ברענגט אראפ א קאפי, און ציטירט בריוו וואס מ'האט געשיקט פאר מענטשן פאריגע וואך פאר שבת, כאילו ס'איז פון די פאליס. אויסער דעם רייסן זיי געפערליך אראפ דעם רב ר' זלמן לייב שרעקליך גרויליג - ממש אומגלויבליך אז א צייטונג זאל שרייבן אזעלכע מאוימ'דיגע חירוף וגידוף אויף א רב בישראל, נישט קיין נפקא מינה צי ער קען לערנען אדער נישט, אדער ער זאגט יעדע נאכט תורה אדער ער זאגט קיינמאל נישט.
סך הכל
די צייטונגען די וואך זענען פיל מיט דשוס.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 05:56 |
|
| |
דא קומט דער עיקר, דאס איז די הויפט סיבה פארוואס זיי האבן פון אים מורא !
אינגערמאן. בראווא פאר דיין ארבעט.
בראווא! פאר דיין סוקסקעס אין איינשטעלן ארדענונג ביז אהער.
אבער וויסן זאלסטו אז עס איז נאך ווייט נישט גענוג.
איך קוק זיך דא ארום פאר א לאנגע צייט, און איך האב באמערקט, אז בסך הכל זענען דא נישט מער ווי עטליכע מטוריפים וואס מאכן משוגע דעם גאנצן פורום, אז ס'איז צום ברעכן.
יא. נישט מער ווי עטליכע.
נישט מער ווי 10 צעהיצטע חברה פון ביידע זייטן, וואס זיי זענען שולדיג אין אלעם.
איך האלט אז מ'דארף זיי ווארענען, ברבים און פריוואט, אז אויב דאס וועט זיך נישט ענדיגן, וועלן זיי פארמאכט ווערן. (אויף אייביג).
פראגע נומער איינס:
די פראגע איז וואס איז די גרעניץ?
ענטפער:
די גרעניץ איז:
בלויז פראזיטיווע זאכן מעג מען שרייבן.
1) למשל:
הגה"צ אב"ד ור"מ וויליאמסבורג
געפארן קיין לאנדאן אויף שבת ויקהל.
2) למשל:
הגה"צ אב"ד ור"מ קר"י
געפארן קיין לאנדאן אויף שבת פקודי.
וועמען עס שמעקט נישט וואס דארט קומט פאר, זאל בכלל נישט אריינגיין אהין.
3) למשל:
כ"ק אדמו"ר הגה"ק מקאשוי נפטר געווארן.
קיינער טאר דא נישט שרייבן קיין אמאליגע פאליטיקס
וואס וועט ברענגען צו היציגע און נארישע קריגערייען.
ווער עס וועט אנהייבן מיט קריגערייען זאל אויסגעשלאסן ווערן.
דאס איז די איינציגסטע וועג וויאזוי איינצושטעלן סדר דא.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 05:57 |
|
| |
און דא דער המשך:
באהיטן זאל מען ווערן פון זיך אנהייבן מיט דעם גייסטיק צערודערטן פייערלעשער.
דאס שרייבט ער:
פשטידא טייערע:
איך האב אביסל איבערגעקוקט אביסל דיינע תגובות, און איך זע אז ווען די האסט א גוט שטיקל ליצנות אויפ'ן סאטמאר'ן רבי שליט"א דערשרעקסטו זיך נישט צו עפענען אן אשכול דערויף, נאר יעצט ווילסטו פלוצלינג מען זאל נאר מעגן שרייבן פאזעטיוו אויף ר' אהרן...
יזכר לך עתה אתמול אשר דברת...
1) אצינד.
וועל איך איך ארויפברענגען אלע מיינע 51 תגובות
און זאל יעדער זען וועלכע אשכול איך האב געעפנט מיט מכלומרשטע ליצנות.
2) מאך מיך נישט פאר קיין אהרוני.
ווייל א רחמנות איז ער אויב איך פון זיינע מענטשן!
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 06:00 |
|
| |
איך מיין אז דערווייל איז שוין גענוג געווען צו זען אביסל ווי שנעל מען קען ווערן אן "אהרוני", אויב פאלגט מען נישט נאך די פולע פארשריפטן פון...
|
|
|
|
|