|
|
| נשלח ב-30/12/2005 06:04 |
|
| |
בקיצור די ווילסט דא איינפירן אזוי ווי "חדשות אנש".
איז יעצט ווילאנג סאיז דא "חדשות אנש סאטמאר" לאזטו נאך אביסל ליבעראל, מדארף זיין א שוטה נישט צו וויסן וויאזוי דא וועט אויסקיקן אן "חדשות אנש סאטמאר" הער אויף צו שרייבן די שיסט דיר אליין אין די פיס.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 06:25 |
|
| |
לאמיר מאכען א סך הכל:
כל העולם:ארויני
בא ללמד: ארויני
מקוה יוד:ארויני
פשתידא:ארויני, אז איר גלייבט נישט, דעמאלסט קיקט דא:
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1740076
מאכט אייך נישט נאריש, איר זענט
"כל ארויני כולו"
אין פארטיג!!!
פארוואס טרעפט איר נישט קיין איין נארמאלע זאלי?
ווייל קיינער וויל נישט גיין מער מיט ענק צים טיש!
יעדער, אפילו נארמאלע ארוינים גייען ענדערש צי א נייטראלע פורום, ווי מען קען האבען א נארמאלע דיסקאשען!
מיט ארוינישע מנהלים האט מען זיך שוין גיט אפ געבריעט!!
נא מאר!!
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 06:53 |
|
| |
אינטערסאנט:
נארמאלע ארוינים טראסטען ענק נאך אלץ נישט!!
יעדער באהאלט זיך אין די לעכער!
אפילו מיט ענקער PR וואס עטץ האלטס אין איין ארים שיקען אין קאלען אלע ארוינים אהער צי קימען, אין אז עס איז קריטיש וויכטיג פאר ענק, העלפט עס גארנישט!
ווייל, מען איז שוין מיד פין צענזור, אין פין איינזייטיגע מיינוגען, אין דא איז איינזייטיג, נישט קיין חילוק וואספארא ספין עטץ לייגטס ארויף.
נעמט אין אכט, אין געטס דאס איבער פאר ענקערע שיקער:
די צייטען וואס די ארוינים האבען קאנטראלירט הייד פארק, אין מיט דעם געטרייט צי וואשען די מוחות פין די פילע לייענער מיט זייער פראפאגאנדע,
איז פאריבער!!!
פין היינט אן אי"ה, וועלען ביידע פארטייען האבען דעם זעלבען אפארטוניטי אין די מוחות וואשען ביזנעס, אינעם נייטראלען פורום:
חדשות אנש סאטמאר
תוקן על ידי - נארמאל - 30/12/2005 6:52:25
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 06:55 |
|
| |
פארוואס דארפסטו מיך האלטן אין איין דערמאנען אז יענער פארום איז "נייטראל"?
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 07:10 |
|
| |
ווייל מען דארף עס אזוי לאנג זאגען ווי לאנג מען וועט פארשטיין!!!
פארשטאנען?!
מען רעדט אין מען איבערצייגט זיך אליינס, אין דער בא ללמד, אין אנדערע, קימען איין רעדען פארקערט!
וועגען דעם!
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 07:12 |
|
| |
דעיס פארשטיי איך נישט. אז ידער איבערצייגט זיך אליינס אז דא איז נישט נייראל און דארט יא, פארוואס דארפסטו עס איבערזאגן נאכאמאל א גאנצע צייט?
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 07:16 |
|
| |
די ווייסט די מאמר חז"ל, אז מען דארף איבער זאגען אפילו 400 מאל?
פארוואס?
ווייל נישט יעדער פארשטייט גלייך אזוי ווי די?
פריי דיך אז די פארשטייסט, פארשעם נישט די אנדערע וואס פארשטייען נישט, מיטען פרעגען פארוואס זיי פארשטייען נישט!
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 11:04 |
|
| |
אין די אנדערע פארום האט דרייניטץ געמאכט א לאנגע אשכול, בשליחות פון משה גבאי, אז מען זאל טראכטן אז ער איז נישט דער וואס שטייט אונטער די גאנצע זאך.
איך האב נישט אזוי באנטש צייט ווי ער, נאר איין קשיא פארשטיי איך נישט. האט דרייניטץ געשיקט אין תיבה אישית פאר ווילי חסיד אז ער זאל אויפהערן צו שרייבן דא? וואס ברענט אים אזוי יענע פארום מער ווי די? אויב דא איז נאר אהרונים, זאל ער קומען און ווערן דא מנהל?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 16:59 |
|
| |
שקל, ביזט נעבעך אזא צובראכענער, די מיזט דיך טרייסטן מיטן נאמען.
דרייניץ שרייבט פאקטן, שווארטץ אויף ווייס, אין די קומסט ווייטער מיט די זעלבע אפפאל, וואס מיינסטו? מיר זענען קוען?
ברענג דיינע פאקטן!!!
פאקטן!!!
פאקטן!!!
פאקטן!!!
הער אויף מיט די בהמה שטיק, שוין 6-7 יאר פארקויפט ענק די שטירמער, אזעלעכע גמויזעכץ, אז נאר דאס קימט ארויס פין ענקער מויל.
דרייניץ בויעט אויף א בנין אויף א פעסטן יסוד, און עטץ בויעטס, אזויווי עטץ בויעט שוין 6-7 יאר, א בנין גענצליך אן א יסוד.
ווען אייערע אייניקלעך און אור אייניקלעך, וועלן ליינען ענקער מעשה, וועלן זיי לאכן פין אייך אין די פויסטן, עטץ ווערטץ נעבעך אריינגעשלעפט פין טאג צו טאג, אבער זיי וועלן זעהן די ביג פיקטשער, אין אז דאס איז געווען א שנעלערע, גרינגערע פייט ווי מיט די "רעפארמער"
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 17:22 |
|
| |
כעל נאך איינמאל רעדן וועגן דעם נושא, כאף דאס לעצטע, ווייל כאב שוין נישט קיין נערווין צו די משוגעתן,
קורץ און שארף:
1. סיז זייער נארמאל צו זיין סוספישעס אויף 3 פלוצלינג געבוירענע ניקס, קיינער ווייסט נישט ווער זיי זענען, מעגליך זיי זענען אלע שורשנגח, מעגליך זיי זענען אלע יוסף90, איך ווייס נישט, אבער זיך צו פארלאזן, און גיין גלייך מיט דעם, איז אבסורד, טיפשות'דיג, און אומ-אקצעפטירבאר
2. ווידער אונז, ווייסט יעדער ווער אונז זעמיר, אונז באהאלט מיר זיך נישט, אונז האלטן מיר און איין שרייען, "לאמיר ארבעטן אין איינעם, מיר מאכן ענק פאר מנהלים, מיר געבן ענק ALL THE POWER", דאס איז א טרענספערנט "נייטראלקייט" וואס מ'קען טראסטן,
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 17:45 |
|
| |
בקיצור, מיט די צודרייטע זאליס וועט מען קיינמאל נישט פארטיג ווערן, אלזא לאמיר גיין גראד צום פונקט, און דערציילן איין זאך פון אונטער די קוליסן.
וויליחסיד איז אן אהרוני וואס האט געשפילט ווי א זאלי פאר אפאר טעג, ער האט עס געמאכט אזוי גוט אז דרייניץ און אידיש קינד האבן אים געשיקט אין תיבהאישית דאס זעלבע וואס זיי האבן געשיקט פאר אלע אנדערע זאליס. דהיינו, אז אלע זאליס זאלן שרייבן נאר אויף דעם פארום חדשות אנש זאלונים, ווייל זיי ווארטן קוים אז די אהרונים זאלן אהינקומען און מען זאל קענען אנפאנגען צו מאכן סדר מיט זיי.
איך האב עס באקומען פון וויליחסיד אין תיבה אישית און איך גרייט צו פארווערדן די מעסעדזשעס פון דרייניץ און פון אידישקינד פאר יעדן איינעם, אז מען זאל זען די באהאלטענע אגענדע פון די מענטשן און זען וואס זייער ציל איז.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 17:49 |
|
| |
פשטידא איז א גוטער אויסוואהל אלס סגן מנהל, ער איז נישט קיין סאטמארער, און דערצו א גוטער דענקער און שרייבער, אבער צו נייטראלען דעם סאטמאערע פאליטיק אין דעם פארום פעלט אויס א זאלי אלס סגן מנהל אויך,
רבותי דער זשובוי האט אונז גוט מסדר געווען,
ער איז געקומען קיין אמעריקא ********, אזויווי ער איז אהיימגעפארן האט ער אראפגענומען מקוה איד פון זיין פאסטן, נאך פינף וואכן האט אפגעשפארט די גאנצע סאטמארע פאליטיק,
*********************** דערנאך האסטו נאך אונז ביטער מסדר געווען,
דער ציל פון היידפארק איז דעבאטירן אישוס, אויב איז נישטא קיין פארום וואס מען קען ארויסשרייבן אפען אין זיך מתוכח זיין האט דאס נישט קיין ווערט,
די צוויי פארום'ס קוקען אויס ווי די צוויי צייטונגען, די שרייבערס פון איד אין בלאט געבן זיך דא אויס יעדער אין זיין פורום, נאך א פאר קינדערלעך פירקלען שטותים, אבער קיין תועלת האט דאס בכלל נישט,
אפשר וואלט פשטידא געדארפט עפענען א נייעם פורום בכלל, וואס זאל נישט זיין דוקא סאטמאר פאליטיק, נאר אזויווי חדשות אנ"ש,
תוקן על ידי - מקוה_איד - 30/12/2005 18:07:52
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 17:52 |
|
| |
ווער איז ענק?
אויב איז אמת וואס די זאגסט, דעמאלט ווילסטו איבערגעבן די פורום פאר די מנהלים פין "חדשות אנש סאטמאר"?
וואס איז דיין פוינט? (וויאזוי זאגט דער פרעזידענט "דעט דאדענט מעק עני סענס")
וואס מאכט יא סענס איז, געב אויף ווילאנג דארט איז נייטראל אזוי ווי יעצט, קים אריבער שרייבן מיט דיינע חברים און זע וויאזוי סגייט, נאכדעם וועסטו עס נאכאמאל אנאליזירן.
און ווייטער אז די געסט דא איבער פאר די זאלונים, אזוי ווי די זאגסט "מיר געבן ענק ALL THE POWER" וועל איך נישט שרייבן אויף אזא פורום.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 18:02 |
|
| |
און די ווארהייט,
געב נישט אויף מיט דיינע בויך געבעקסן, חזק ואמץ.
פין אזא פעסעמיסט ווי די, ערווארט איך נישט עפעס אנדערש.
ווי האט יענער געזאגט, "די בלייב דא אין די דיינינג רום, ווי די האטסט רשות פינעם מנהל זיך צו הענגען, אין קים נישט אריין אין די קיך, חדשות אנש סאטמאר"
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 18:09 |
|
| |
שלמההמלך
להסיר לזות שפתים
10:1 נשלח ב 30/12/2005 DRYNITZ
נארמאל וואלט איך געדארפט איגנארירען די גאנצע טעמע און זיך מיטאמאל פרובירען צו פארענטפערען פאר ווארהייט, בא ללמד וכת דלהון.
1- ווייל ווען מענטשען בויען פיתום ורעמסס קאנספיראציע טעאריס אויף א שפיץ נאדעל אן קיין מינדעסטע באווייזען, איז נישט שייך זיך צו פארענטפערען, ווייל פונקט ווי די טעאריע בויט זיך אן קיין יסוד פון פאקטען דאס אונטערצוהאלטען, פונקט אזוי ווערט עס נישט אפגעפרעגט ווען די פאקטען זענען דערקעגען.
2- ווייל ווען די וואס פארקויפען די טעאריע גלייבען אליינס נישט דערין, זיי האבען נאר אן אגענדע (אויפצובויען זייער אייגענער פורום) און די קאנספיראציע טעאריע איז נאר דער סעילס פיטש, טוהט מען גארנישט אויף מיטען אפפרעגען דעם סעילס פיטש, זיי וועלען טרעפען א צווייטען פיטש און עס איז אין לדבר סוף.
נאר פשוט אזוי ווי דער כלל איז אז ווען מען זאגט איבער א זאך 100 מאל און מען ענטפערט נישט ווערט עס נתקבל על הלב, על כן בין איך ארויסגעקומען פון רעטייערמענט און איך וועל בקיצור אויפווייזען די לגיונות פון בא ללמד מיט ווארהייט און זייערע קאלעגען.
קודם א כראנאליגישע היסטארי.
איך וויל מקדים זיין אז צו עפענען א ניק אויף הייד פארק געדויערט בערך 20 סעקונדעס.
צו עפענען א פורום אויף היידפארק געדויערט נאך 20 סעקונדעס, סך הכל מיט 3-4 קליקס זענט איר געקרוינט אלץ מנהל הפורום.
מיטוואך 5:00 אזייגער נאכמיטאג פרשת וישב. (אמעריקאנער זייגער) היידפארק זייגער איז דאס געווען פונקט חצות צו דאנערשטיג
Jewboy מעקט אויס אלע אשכולות פון די סאטמארע פאליטיק
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1727152
5 נאכמיטאג איז איינע פון די הייסע זמנים אויף היידפארק, מענטשען ענדיגען די ארבעט און מען געט א קוק וואס איז געווען נייעס היינט, ביז א מינוט האט שוין ווארהייט מגיב געווען דערויף און די תגובות האבען זיך געמערט ממש יעדע מינוט.
עס האט נישט גענומען קיין 2-3 שעה ביז עס האט זיך געעפענט דער פורום חדשות אנש סאטמאר, פארשטייט זיך אליינס אז מען האט נישט געדארפט זיין קיין גרויסער חכם צו פארשטיין אז דא וועט זיך עפענען א נייע פורום פאר די סאטמארע נייעס, און יעדער ליינער אדער שרייבער וואס האט אמאל געחלומ'ט פון נאכגיין jewboy'ס פוסטריט האט יעצט געזעהן א געלעגענהייט. עס האבען זיך טאקע געעפענט עטליכע פורומים.
די ערשטע תגובה וואס איך האב געקענט טרעפען אויף דעם פורום פון חדשות אנש סאטמאר איז געווען
2:48 און האלטסט אייך דעם אטעם דאס איז געשריבען געווארען דורך אן ...... ארויני..... אלעסאמת.
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1727278
די ערשטע עטליכע אשכולות זענען געעפענט געווארען דורך ארוינים, די ערשטע עטליכע שרייבערס זענען געווען ארוינים וואס האבען נאכדעם קאמפיינט אז מען זאל זיך אריבערציהען צו כל ארויני כולו.
ווי צום ביישפיל
אלעס אמת
2:48 ווייניגער פון 3 שעה זייט jewboy האט געמעקט
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1727278
נאר פרייליך 3:40 ווייניגער פון 4 שעה זייט jewboy האט געמעקט
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1727288
דאס איז נאר א דוגמא, אדרבא גייט נאך די ערשטע אשכולות וועט איר דאס אליינס זעהן.
די ערשטע תגובות פון אנש אויף דעם פורום זענען עטליכע שעות שפעטער ווי די ארוינישע תגובות.
איחוד
זיין ערשטע תגובה איז אין אן אשכול געעפענט דורך אן ארויני נאר פרייליך עטליכע שעה נאך דעם וואס דער ארויני האט געעפענט דעם אשכול
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1727294
אידיש קינד, זיין ערשטע תגובה אויף חדשות אנש סאטמאר, עטליכע שעה נאך די ארוינישע שרייבערס האבען שוין געשריבען דא
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1727330
נארמאל זיין ערשטע תגובה כמעט א מעת לעת נאכען עפענען
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1728265
דאס פרעגט אפ ווארהייט און בא ללמד'ס טעאריע אז קיינער האט נישט געוואוסט פון דעם פורום נאר אונזער צד, דער פאקט ווייזט אז זייערע מענטשען האבען דא געשריבען נאך פאר אונזערע מענטשען האבען דא געשריבען, און דאס זענען די נעמען וואס ער האלט אז דאס איז מיינע ניקים און דער איבערווייז אז איך האב עס אנגעדרייט.
שפעטער נאך דעם וואס בא ללמד האט אנגעהויבען צו ארבעטען פאר זיין פורום האבען די זעלבע שרייבערס געטוישט ליניע און אנגעהויבען צו פארפירען אז אלע שרייבערס זאלען זיך אריבערציהען צו כל ארויני כולו.
נאר פרייליך בעט יעדען צו פארשפרייטען דעם לינק צו כל ארויני כולו, ער לייגט ארויף דעם לינק און עפענט דעם אשכול ........אויף חדשות אנש סאטמאר.... און דער לינק איז נאך אלץ דארט קיינער האט עס נישט געמעקט.
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1727931
אויף דעם לינק קענט איר זעהן ווי אזוי ער האט זיך אריבערגעצויגען.
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/search_user.asp?userid=258618
אלעס אמת
זוכט א מנהל משנה פאר כל ארויני כולו... אינעם פורום פון חדשות אנש סאטמאר, און דער אשכול איז געבליבען שטיין און איז נאך אלץ דארט.
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1729964
אויף דעם לינק קענט איר זעהן ווי אזוי ער האט זיך אריבערגעצויגען.
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/search_user.asp?userid=252248
און אזוי ווייטער.
עס האט גענומען ביז פרייטיג נאכמיטאג דאס הייסט קנאפע 48 שעה פון ווען jewboy האט אויסגעמעקט די סאטמארע אשכולות ביז באללמד מיט מקוה איד האבען געעפענט די נייעם אשכול און ביי מוצאי שבת איז שוין דער קאמפ געגאנגען אויף די העכסטע טענער.
מקוה'ס ערשטע תגובה אויף כל ארויני כולו און תיכף דערנאך בא ללמד'ס ערשטע תגובה דארטען.
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1729860
דאס איז אלעס פאקטען וואס איר קענט זעהן שווארץ אויף ווייס. דאס פרעגט אפ די גאנצע טעאריע אז מען האט דאס שוין געפלאנט פון פאראויס פון אונזער צד.
אונזער צד איז אהערגעקומען פונקט ווי די ארוינים זענען אהערגעקומען לכתחלה ווען חדשות אנש האט זיך פארשפארט פאר אונז, און פאקט זענען ארוינים דא געווען נאך פאר אונז.
פארשטייט זיך אליינס אז ווען באללמד מיט מקוהאיד בארעכענען זיך אז זיי ווילען עפענען א פורום וואס זיי זאלען פיהרען, אפילו זיי געבען רשות כניסה פאר אונז אויך און זיי געבען אונז רשות צו האבען א מנהל, איז דאס נישט מחייב אוועקצוגיין פון א פורום ווי מיר שפירען זיך באקוועם, אדרבא, טאמער זוכען זיי דעם סוקסעס פון די זאך האבען זיי געדארפט בלייבען דא אויף חדשות אנש סאטמאר ווי ביידע צדדים האבען זיך קודם באזעצט.
חדשות אנש סאטמאר ביזדערווייל איז געווען יושרדיג צו יעדעם איינעם, זיי האבען אפילו נישט אראפגענומען די אשכולות וואס האבען קאמפיינט קעגען זייער אייגענעם פורום, זיי האבען געלאזט דעם אשכול ווי כל ארויני כולו האט זיך געבעטען פאר א "זאלי" מנהל משנה, מיט דעם האבען זיי געפעסט דעם טעסט אז זיי וועלען באמת זיין נייטראל, ווי לאנג זיי וועלען אנהאלטען זייער נייטראלקייט וועלען זיי וואקסען און פארשטייט זיך אליינס אז עס איז נישט דא קיין שום סיבה אז מיר זאלען איבערלאזען דעם פורום און גיין שרייבען ביי בא ללמד.
אז איך האב שוין דעם פעדער אין דעם האנט וויל איך שוין אויך אפענטפערען עטליכע אנדערע שקרים.
איך שרייב נישט פאר געלט
ר' משה פרידמאן -לפי ידיעתי- ווייסט נישט ווער איך בין
איך בין בכלל נישט קיין שרייבער פון פאך אויס
איך בין פשוט נמאס געווארען צוקוקענדיג ווי די ארוינים דאמינירען היידפארק מיט זייערע שקרים און פראפאגאנדע האב איך מיר אויפגעפרישט מיינע אינגע זכרונות פון אלץ קינד און צוריק אנגעהויבען צו שרייבען אידיש, אפצוענטפערען די אטאקעס.
לעצטענס האב איך פאר פערזענליכע סיבות אויפגעהערט צו שרייבען, איך האב אין משך פון די וואך געשריבען ממש איינצעלנע קורצע תגובות, און איך פלאן אויף ווייטער אויך נישט צו שרייבען קיין סאך נאר ממש א ביסעל דא און דארטען, איך האב נאר געמאכט יעצט אן אויסנאם איינמאל פאר אלעמאל אפצוענטפערען די אטאקעס.
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1740207
שלום_משה:
קען איך אפשר באקימען הסבר פארוואס ,נערמאל, אין שלמה המלך,
האבן נאך רשות כתיבה דא??????????
זיי שרייבען פין די זעלבע נערישע טעמע יעדעס מאל נאכאמאל אין נאכאמאל
זיי פארמיעסן דעם פורום
שוין די העכסטע צייט אנציכאפן די גארביטש אין עס ארויסטראגען פין דא
אז דרייניץ וויל קען ער קימען שרייבן מיט זיין ניק אויך נאר פין נערמאלע טעמעס~!!!!!!!!!!
B T W גייטס אהין וועטס עטץ זען אז חיץ די איין זאך אז אהרן ט"ב איז א ....אלעס וואס עס איז שייך צי זאגן
שטייט נישט נאך עפעס דארט
ווארהייט:
לאז זיי שרייבן זאל יעדער זען וואספארא נייטראלע מענטשן אונזערע מנהלים זענען.
שלום_משה:
ניין,נייטראל איז איין זאך
אין משוגע איז א צווייטע זאך
זיי קענענן שרייבען ווי די גרעסטע זאליס,אין ווי עקסטרעם זיי ווילן נאר
אבער נישט קימען דא יעדן טאג, צוויי מאל א טאג, מיט די זעלבע איין נער'ישע אישו
זיי שרייבען שוין די זעלבע זאך צום פיפצטען מאל!!
תוקן על ידי - שלום_משה - 30/12/2005 17:51:22
ווארהייט:
בקיצור, מיט די צודרייטע זאליס וועט מען קיינמאל נישט פארטיג ווערן, אלזא לאמיר גיין גראד צום פונקט, און דערציילן איין זאך פון אונטער די קוליסן.
וויליחסיד איז אן אהרוני וואס האט געשפילט ווי א זאלי פאר אפאר טעג, ער האט עס געמאכט אזוי גוט אז דרייניץ און אידיש קינד האבן אים געשיקט אין תיבהאישית דאס זעלבע וואס זיי האבן געשיקט פאר אלע אנדערע זאליס. דהיינו, אז אלע זאליס זאלן שרייבן נאר אויף דעם פארום חדשות אנש זאלונים, ווייל זיי ווארטן קוים אז די אהרונים זאלן אהינקומען און מען זאל קענען אנפאנגען צו מאכן סדר מיט זיי.
איך האב עס באקומען פון וויליחסיד אין תיבה אישית און איך גרייט צו פארווערדן די מעסעדזשעס פון דרייניץ און פון אידישקינד פאר יעדן איינעם, אז מען זאל זען די באהאלטענע אגענדע פון די מענטשן און זען וואס זייער ציל איז.
בא_ללמד:
נאך עטליכע ווארענונגען אין אישית, זאג איך דא ברבים פאר ביידע, שלמה המלך און נארמאל, אויב עטץ וועטס נישט אנהייבן שרייבן געהעריג זאכליכע זאכן, וועט עטץ מוזן טרעפן א אלט-נייע פלאץ פאר ענקערע זאכן.
מען מעג רעדן פון די נושא, אבער נישט הונדערט מייל א שעה.
ווארהייט:
לאמיך רעדן גראד צו דרייניץ (מיר ווייסן דאך אלע אז ער ליינט דעם פארום און שימפט איבער זיין זעלבסט-ארויפגעלייגטן עמבארגא נישט צו קענען שרייבן אויפ'ן פארום):
אויב איז אמת אלעס וואס דו האסט געשריבן, פארוואס שיקסטו ארום תיבהאישית צו די זאליס אז מען זאל קומען שרייבן נאר ביי די חדשות זאלונים פארום, ווייל מען מוז שלעפן די אהרונים צו די זאלי פארום, און - ווי אידישקינד האט געשריבן אין אן אנדערע תיבה אישית - מאכן סדר מיט זיי
ענטפער מיר מיט'ן נאמען דרייניץ און נישט מיט דעם ספעציעלן ניק שלמההמלך דורך וועלכע דו טשידסט און שרייבסט אויף אונזער פארום.
 |
|
|
|
|
|