|
|
| נשלח ב-30/12/2005 18:13 |
|
| |
לכו ונשובה:
קען זיין אז דער ווילי האט זיך געמאכט ווי א זאלי אפאר טעג אבער באקומען אין אישי האט ער גארנישט! דאס האט ער אליינס אפגעטייפט אין זיין קאפיוטער און נאכדעם געקלעימט אז די זאליס האבן אים דאס געשיקט אין אישי, און ער זאל א צווייטן גיין פארדרייען א קאפ!
אפשר זאגט איר מיר פארוואס איך האב קיינמאל אזעלכע באפעלן פון קיינעם נישט באקומען אין אישי, אז איך זאל נישט שרייבן דא? דאס זענען סתם קאנספּיראציע טעאריעס פון צעקלאפטע דערביטערטע ארונים!
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 18:22 |
|
| |
נאך פין דרייניץ;
17:44 נשלח ב 30/12/2005 DRYNITZ
איך וועל מיך נישט מתוכח זיין דא ווייטער אויף דעם נושא, איך וויל נישט אז דער דאזיגער פורום זאל האבען א פנים פון כל ארויני כולו, וואס רוב תגובות זענען אויפען נושא פון חדשות אנש סאטמאר.
איך וויל נאר ענטפערען איין תשובה אויף די נושא פון ווילי חסיד.
שקל שלם שרייבט אין כל ארויני כולו די פאלגענדע
אין די אנדערע פארום האט דרייניטץ געמאכט א לאנגע אשכול, בשליחות פון משה גבאי, אז מען זאל טראכטן אז ער איז נישט דער וואס שטייט אונטער די גאנצע זאך.
איך האב נישט אזוי באנטש צייט ווי ער, נאר איין קשיא פארשטיי איך נישט. האט דרייניטץ געשיקט אין תיבה אישית פאר ווילי חסיד אז ער זאל אויפהערן צו שרייבן דא? וואס ברענט אים אזוי יענע פארום מער ווי די? אויב דא איז נאר אהרונים, זאל ער קומען און ווערן דא מנהל?
די שאלה איז לעכערליך און די תשובה איז פשוט.
מיר זענען געקומען אהער צו חדשות אנש סאטמאר, ווייל עס איז געווען די ערשטע אכסני', ביזדערווייל זעהט עס אויס באקוועם. קיינער האט נאך נישט אנגעוויזען אז מען האט איהם באעולה'ט אויף דעם פורום נישט קיין ארויני און נישט קיין אונזעריגער.
פארוואס זאל איך אוועקגיין פון דא?????
ווייל בא ללמד (מלפנים זא..וו...) וויל אזוי???
האלטסטו טאקע אז נארמאל וואלט איך געדארפט אוועקגיין פון א פורום ווי איך בין באקוועם, בלויז אויפען פארלאנג פון בא ללמד???
ווילאנג איך בין באקוועם דא וועלען מיר בלייבען דא בעז"ה, און טאמער בא ללמד וויל קען ער קומען אהער שרייבען און ער וועט ווערען באהאנדעלט פונקט ווי יעדעם איינעם, ווילאנג קיינער פון קיין איין זייט קען נישט אנווייזען אז ער איז געווארען באעולה'ט דא איז נישט דא קיין שום סיבה אז מיר זאלען גיין צו בא ללמד, די טיר דא איז אפען און ער קען קומען אהער.
פארשטייט זיך אליינס, אז אויב וויל איך בלייבען דא, וויל איך אז דער פורום זאל מצליח זיין, און איך האלט אז נאר איין פורום וועט בלייבען לאנג טערם, האב איך געבעטען אונזערע שרייבערס זיך צו האלטען אינאיינעם און שרייבען נאר אויף חדשות אנש סאטמאר, מה כל הרעש? וואס איז אזוי אומפארשטענדליך?
בנוגע ווערען מנהל משנה, איך האלט נישט ביים זיין מנהל, נישט דא און נישט דארט, איך שרייב לעצטענס נישט און איך וויל נישט זיין משועבד צום פארק, חוץ פון די אנדערע סיבות וואס איך האב פארוואס איך שרייב נישט לעצטענס.
מען האט אנגעטראגען דא אויפצונעמען מנהלים פון די ארוינישע זייט און ביזדערווייל האט זיך נאך נישט געטראפען קיין ארויני וואס זאל עס אננעמען, אבער די זעלבע פארשלאג וואס ענק האבען אז מיר זאלען ווערען מנהל משנה און דעם ארוינישען פורום, דער זעלבער פארשלאג ווערט פארגעלייגט פאר ענק צו ווערען מנהל משנה אין דעם נייטראלען פורום.
די איינלאדענונג איז נאך אלץ אפען, און א באזעסענער ארויני קען זיך צוכאפען דערצו.
מקוה איד'ס טענה אז מען ווייסט נישט ווער די מנהלים זענען, איז א שטיקעל פראבלעם, אבער אין די ארוינישע פורום ווייסט מען יא ווער זיי זענען און דאס איז א גרעסערע פראבלעם.
מען ווייסט טאקע נישט ווער די מנהלים זענען, איך ווייס אויך נישט, אבער ווי לאנג זיי פיהרען זיך אויף נייטראל און מיט יושר, גייט מיך עס נישט אן. איבערהויפט טאמער וועלען זיין מנהל משנה'ס פון ביידע זייטען, דארף עס נישט זיין קיין פראבלעם פאר קיינעם נישט, נישט פאר מקוה איד און נישט פאר אונז.
טאמער וועלען זיי אנהייבען צו מאכען קונצען, קען מען עס זייער שנעל טוישען, מען קען עפענען א נייעם פורום אין עטליכע סעקונדען, און באיקאטירען דעם פורום און עס וועט שטארבען ביז עטליכע טעג.
18:9 נשלח ב 30/12/2005 DRYNITZ
נאך איין קליינע הוספה.
ווארהייט שרייבט אז איך האב געשריבען אז מען וועט מסדר זיין דא די ארוינים.
שקר
איך האב געשריבען אז ער זאל שרייבען ביי חדשות אנש סאטמאר, ווייל נאר איין פורום וועט בלייבען לעבען וכו', אבער איך האב קיינמאל נישט געשריבען אז איך וויל מסדר זיין די ארוינים.
און מיט דעם בין איך פארטיג, איך גיי מער נישט מגיב זיין אויף די נושא, איך וועל מיך נישט פארהערען מיט זיי, ווייל איך וועל נישט פארטיג ווערען.
מען קען פארווערדען מיינס א מעסעדזש און צולייגען דערצו וואס מען וויל און איך קען קיינמאל נישט אויפווייזען אז איך האב דאס נישט געשריבען.
ממילא איך מיין אז איך האב יוצא געווען, און איך גיי מער נישט שרייבען דערוועגען.
איך וויל נישט דער פורום זאל אויסזעהן ווי זייער פורום און גאנצעטע אשכולות זיין פארנומען מיט די שטותים.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 18:34 |
|
| |
איך וועל נאכפאלגן אין די פיס טריט פון דרייניטץ, און איך וועל נאר נאך איין מאל ענטפערן אויף די נושא, די איבריגע איז פון מיין זייט היסטאריע.
עס איז נישט קיין ספק פאר קיין איין נארמאלן מענטש, אז די מנהלים פון יענעם פארום זענען אלטע ניקס מיט נייע נעמען.
עס איז אויך נישט קיין ספק פאר קיין איין נארמאלן מענטש, אז איינער וואס איז א "לובש שחורים ומתעטף שחורים והולך למקום שאין מכירין אותו", האט עפעס וואס צו באהאלטן...
דעריבער איז יענער פארום געווען פארדעכטיגט פון די ערשטע רגע, בפרט פון די איילעניש וויאזוי עס האט פאסירט.
איך קען נישט אריינגיין אין די געהעריגע היידפארק נאר אין מסורת, דעריבער האט איך נישט געקענט זען יענעם פארום פאר עס איז ארויף אויף מסורת, אבער ווען איך האב גערעדט צו מיין חבר - אפאר שעה נאך זשויבוי'ס שפיל - האט ער מיר קלאר אויסגערעכנט מערערע נעמען פון באקאנטע זאלי ניקס, און נייע אהרונים/זאלי ניקס. עס איז נישט דארט געווען קיין איין איינציגער באקאנטער אהרוני ניק !
עס קען זיין אז זיי האבן יעצט אויסגעמעקט יענע זאלי אשכולות/תגובות כדי צו קענען שרייבן די תגובה, איך האב נישט קיין אנונג, איך ווייס נאר וואס איך האב דעמאלטס געהערט.
ווי אויך איז נישט געווען קיין שום סיבה אין דער וועלט פארוואס עס זאל נישט זיין קיין זאלי וואס זאל מסכים זיין אהערצוקומען, נישט אלס מנהל משנה, נאר אלס א געהעריגער מנהל, א פשוטער שותפות !
איך וויל נישט אריינגיין ווייטער אין יעדן פרט ופרט, בפרט ווען א גרויס חלק פון די זאכן קען איך נישט אויסשמועסן ברבים, איך קען נאר אזויפיל זאגן:
איך בין נאך היינט גרייט צו טיילן מיין בענקל מיט א זאלי, אויסער פשטידא וואס איז שוין דא א שותף. איך בין גרייט אז אונז זאלן מיר נעמען איינעם פון די באקאנטע ניקס אויף היידפארק - למשל דוד10 - אלס בורר אין פאל פון א קאנפליקט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 18:37 |
|
| |
נאך פין דרייניץ;
18:16 נשלח ב 30/12/2005 DRYNITZ
ווארהייט:
פאר דיר וועל איך מאכען אן אויסנאם, טאמער וועסטו קומען פרעגען דיינע שאלות דא אויף חדשות אנש סאטמאר וועל איך דיר ענטפערען.
איך האב נישט קיין שאלות, ממילא דארף איך נישט גיין צו דיר ענטפערען, אז די האסט א שאלה קום מיר פרעגען דא, קריך ארויס פון דיין עמבארגא נישט צו שרייבען דא, אדער קענסטו נאכדעם שרייבען אז איינער האט גענוצט דיין פעסווארד, whichever makes you more happy, און איך וועל דיר ענטפערען.
דרך אגב די שאלות וואס די פרעגסט האב איך שוין לאנג פארענטפערט. און דאס טאקע איז די תועלת פון שרייבען נאר אויף איין פורום, אז עס ווערט לעכערליך איבערצופרעגען א פארענטפערטע שאלה נאכאמאל.
יישר כח
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 18:51 |
|
| |
דרייניץ, כ'מיין צו זאגן שלמההמלך
איך וועל דיר ענטפערן מיט דיינע אייגענע ווערטער
וכך הי' דרייניץ אומר:
פארוואס שרייבסטו אין די ארוינישע פורום, די בויסט אויף זייער פורום.
בלייב דא ביי אונז כי טוב לנו עמך בבית.
נאר איינע פון די צוויי פורומים וועט בלייבען לעבען, די שאלה איז ווער עס וועט זיך שנעלער ברעכען. אז מיר וועלען זיך האלטען פעסט וועלען זיי אנהייבען צו שרייבען דא ביי אונז, אז מיר וועלען זיך ברעכען און שרייבען דארט וועט אונזער פורום שטארבען און זייער פורום וועט בלייבען די צענטראלע פורום.
פארען טובת הענין וואלט וויכטיג געווען אז לכה"פ פאר די קומענדיגע צוויי דריי וואכען זאלסטו באיקאטירען יענעם פורום און שרייבען נאר דא ביי אונז.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 18:51 |
|
| |
שלמה, דער פאסט-טרעגער איז משוגע
|
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 18:52 |
|
| |
אלעסשוטה,
מיר ווייסן שוין וואס די ביזט, סאיז שוין צייט זאלסט אליין איינזען אויך.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 18:55 |
|
| |
קושקע, די קומסט נאר דא, ווען דיין קושקע דרייט זיך דיר.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 19:01 |
|
| |
אהרונים דארפן נישט קיין ענטפערס! קיין איין ווארט נישט גערעט צום זאך, אבי געשאסן. עטץ דארפטס האבן א פאראם וואו נאר עטץ מעגטס פרעגן. איינמאל עטץ וועטס האבן די מאכט וועט עטץ שטיל מאכן יעדע זאלי. דרייטס ענק איבער.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 19:37 |
|
| |
אידיש קינד
סקומט נישט ארויף, וויאזוי קען איך ארופלייגן די סקרין קעפטשור פון די הודעה וואס איך האב באקומען פון וויליחסיד וואס דרייניטץ/אידיש קינד האט געשיקט?
תוקן על ידי - שקל_שלם - 30/12/2005 19:37:51
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 19:44 |
|
| |
די שוטה, ווארהייט,
די מאכסט דיך ווי גלייך די כאפסט נישט, און די לייגס האלבע מעסעדזשעס, די האלטסט דיינע ארונימלעך פאר אזאנע קוען?
דער וואס מאכט זיך פאר א זאלי ניק, האט באקומען א אישי, אז ער זאל סאפארטען די נייטראלע פורום, פין א זאלי גולש, סאיז גאנישט שלעכט מיט דעם, ענטפערט ער, אז ער וויל צו פיקסן די ארונים, האט אים דער עכטער זאלי גולש צירוק גענטפערט, אז ביי די נייטראלע פורם וועט מען זיי הערשט צופיקסן, ווייסט פארוואס? ווייל עס איז עכט נייטראל, אין פארדעם האסטו מורה, די קענסט נאר געווינען אויף א צענזורירטער פורום ווי מען מעקט, און דא וועט אזוי אויסקוקען אויב נישט "חדשות אנש סאטמאר"
נאדיר דעם גאנצן מעסעדזש;
"3) אז די זאלוינים וועלן דארט נישט שרייבן וועלן זיי מיזן קימען שרייבן ביי חדשות אנש סאטמאר, דעמאלט וועט מען הערשט מאכן סדר פין זיי, זיי נישט קליגער פון גרעסערע פין דיר.
_______________
ווילי_חסיד
~~~~~~~~~~~
2) איך וויל מאכען סיידער פון זיי
_______________
אידישקינד
~~~~~~~~~~~
1) שרייב נישט אויף כל ארוני כולו, ווייל די האלטס זיי נאר לענגער ביים לעבן."
און ענטפער מיר, זייט ווען איז די מיינונג פון א גולש, בינדענט אויף די מנהלים? אזוי ווי די ווילסט דאס אנלייגן.
תוקן על ידי - שלמההמלך - 30/12/2005 19:48:42
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 19:48 |
|
| |
מקוה איד עס איז שוין צייט אויפצוהערן מיט די צענזור, דא איז נישט קיין צייטונג, מוזט נישט מקפיד זיין אויף די לשונות
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2006 03:27 |
|
| |
די זאלי פארום האלט שוין דארט ווי פאר דזאבוי האט אפגעקלינט די שרייבערס מיט די נערישע פיקטשערס אין בעיבישע קללות
למשל איחוד מעמבער האט ארויפגעלייגט א פיקטשער פין ר אהרן מיט לאנגע אוירען מיט ווערעם וכו' אין דאס איז שוין פין די אלטע זאלונים אין פין זייערע יודעי דבר
די זאלונים בעטען פין עיהם אראפצינעמען ווייל זיי שעהמען זיך מיט דעם אבער ער וויל ווייזען אז ניין מיר מעקען נישט
KEEP IT UP
|
|
|
|
|