ניו_יארק:
איך זעה ווי אזוי עס טיט זיך לעבעדיג מיט ביידע פורום'ס, אין איך טראכט, איז דאס גיט , צי נישט, קענען זיך ביידע אויס ארבעטען, צי נישט, וועט איינס אינטער גיין, צי נישט?
בקיצור, עס איז דא אסאך שאלות.
בעט איך דעם עולם דא צי ענטפערען אייער מיינונג.
ווי אזוי עס גייט יעצט, זעה איך, ווי יעדער גייט אריין צים אנדערען צד, אין מען שלעפט אריבער די נייעס צי זיין צד, אין מען ענטפערט, אין מען האפט אז די אנדערע צד וועט ענטפערען ביי זיך, אין נאך דעם וועט מען ענטפערען ביי זיך, אין אזוי ווייטער.
עס ווערט געפירט די זעלבע דיסקאשען פין צוויי פורום'ס.
מיין מיינונג איז, אז דאס וועט זיך נישט אויס ארבעטען.
ווייל קודם כל, אפילו היינט ענטפערען נישט רוב שרייבערס אויף וואס עס טיט זיך אין אנדערען פורום.
אין צווייטענס, די וועס טיען עס נאך יא, וועלען זייער שנעל מיד ווערען.
אין וואס עס גייט געשעהן איז, אז מען גייט פעסט פירען דיבאטעס יעדער צווישען זיך, אין פארשטייט זיך אז צי אינטערעסאנט וועט דאס נישט זיין, אין הייד פארק וועט פארלירען דעם גאנצען כח אין גלאנץ, וואס עס האט אמאל געהאט.
אין עס וועט שוין זיין צי שפעט עס צירוק צי ברענגען.
איך מיין אז נאך געבען איז א גיטע מידה.
טרייט נישט יעדער מחנך איין ציבאקען די מידה פין וותרנית אין אלע תלמידים?
אין נישט אלס איז גיט צי זיין אן עקשן!
איך האלט אזוי:
יעדער האלט דאך, אז עס איז נישט גיט א איין זייטיגע פורום, איז אזוי, אינזער פורום דא ווערט דאך יעצט פאקטיש, זיכער געפירט נאר פין אינזער זייט, אין זיי ווילען נישט דא אריין געבען א מנהל משנה, ווייל זיי האלטען אז ווי באלד דער מנהל איז פין אינז, וועט דער מנהל משנה זיין א פיפטע ראד, אין א עהרען פרעזידענט, וואס וועט גארנישט קענען אויף טיען.
ווייטער זייער פורום, אזוי זאגען זיי עכ"פ, ווערט דאך שויןגעפירט פין ביידע זייטען, איז דאך דאס זיכער נייטראל.
איי דאס וואס יעדער זאגט אז מען קען זיי נישט טראסטען, ווייל עס קען זיכער נישט זיין קיין נייע ניקס, איז אפשר איז דאך דא א מעגליכקייט אז יא.
וועגען דעם האלט איך, אז אינז זאלען מיר פאר זיי אן טראגען, אינזער א מנהל משנה, למשל מקוה_יוד, זיי האבען דאך געשריבען אז מיט אים קען מען גיין צים טיש, אין זיי זאלען אויך ארויף לייגען א באוויסטע מנהל משנה, ווי למשל דריינץ אדער KJFIREMAN , אין זאל מען אויס טרייען פאר א וואך צוויי ווי אזוי עס ארבעט זיך אויס.
ארבעט עס זיך אויס נייטראל, דעמאלסט איז גיט, אז נישט, וועלען מיר דא צירוק קימען.
אין די טענה אז איינמאל יענע פורום ווערט פאפולער, וועט שוין זיין צי שפעט, איז נישט אויס געהאלטען, ווייל ווי אינז האבען אלע געזעהן, אזוי ווי איינער האט נאר ארויף געברענגט אז עס קען זיין חששות אויף זיי, זענען מיר אלע אהער געקימען.
אויך איז פאר אינז גרינגער אהין ציגיין, ווייל דארט איז כאטשיג דא א פארדאכט אז עס איז נייטראל.
אבער פאר זיי אהער ציקימען זעהט אויס כמעט אים מעגליך, ווייל זיי זאגען דאך, אז דא איז זיכער ארויניש, איין זיי טראסטען אינז נישט מער, אין זיי ווילען מער נישט זיין אינטער איין זייט, ווייל זיי האבען זיך שוין גיט אפגעבריעט אין חדשות אנש.
יעצט א ווארט צי אינזערע HARD LINERS , ווי ווארהייט אין שפיצער:
איך ווייס אז אזוי ווי עטס האלטס נישט פין מיין איידיע, וועט איר מיך גראד אן הויבען צי באשרייען אלס א זאלי, אזוי ווי שפיצער האט שוין טאקע געטיען, ווייל איר ווילט בכלל נישט דורך שמיעסען פשרות, ווייל איר ווילט דוקא פירען א פורום, אין אז איר וועט זאגען אז איך בין א זאלי, איז מיין גאנצע איידיע אין גארבידזש.
אבער וויסען זאלט איר, אז נישט אלס איז גיט זיך צי פירען מיט אזא הארטקייט, צימאל קען דאס ברענגען זיך אליינס צי שיסען אין די פיס, אדער גאר אין קאפ.
זאל עס דער עולם איבער טראכטען אין עס אויס שמיעסען, אז מען זאל קענען קימען צי עפעס א תכלית.
אין יעצט צים גאנצען עולם:
ביטע טראכט דאס איבער איבער בכובד ראש, אין מיט א אפענעם קאפ.
געדענקט, נאך ציגעבען אין איינגיין אויף פשרות, איז צימאל א שטארקייט, נישט א שוואכקייט.
 |
|
|