בקיצור נמרץ: תוכן ד"ק פון רב שליט"א
אזוי ווי כאב עס ממש איצט געהערט וויל איך עס ענק איבער געבן,
מ'זאגט ביי הנרות הללו, "הנרות הללו קודש הם ואין לנו רשות להשתמש בהם אלא לראותם בלבד", איז שווער פארוואס דערמאנט מען פונקט דעם הלכה, וואס האט עס א שייכות צום נוסח. נאר, ווייל מ'זעהמיר אז ביי נרות חנוכה איז דא אן ענין פון "פרסומי ניסא", איז שווער פארוואס? אדרבא מ'געפין מיר די גמרא זאגט אין מסכת שבת, אז אויב ס'פאסירט א נס מיט א מענטש איז עס א "חסרון", ווייל מ'האט משנה געווען מעשה בראשית, נאר די פני יהושע פרעגט, פארוואס האט אויסגעפעלט די נס מ'ווייס מיר דאך "טומאה הותרה בציבור", ענטפערט די פנ"י אז אין הכי נמי ס'האט נישט אויסגעפעלט די נס, נאר "להראות חיבת המקום עלינו" האט דער אייבישטער געמאכט א נס, ממילא ווען א מענטש מוז ציקומען צו א נס ער האט נישט קיין אנדערע אויסוועג, אזוי ווי די מעשה מיט דעם איד אז ער האט נישט געהאט ווי אזוי צו געבן צו עסן פארן קינד, אזא מין אופן איז עס א "חסרון", אבער ביי די נס חנוכה וואס ס'האט נישט אויסגעפעלט די נס ווי די פנ"י זאגט איז אדרבא, איז עס "להראות חיבת המקום עלינו", ממילא וועגן דעם איז דא אן ענין פון פרסומי ניסא, די חת"ס זאגט אן אנדערן תי' אויף קושית הפנ"י, ווייל "טומאה הותרה בציבור" איז נאר ביי "טומאת מת", אבער ביי טומאת עכו"ם וואס דאס איז טומאת זיבה, איז נישט הותרה בציבור, לויט דעם תירוץ האט שוין יא אויסגעפעלט די נס, ממילא לויט דעם איז אפשר יא א חסרון די נס, ממילא בלייבט ווייטער שווער פארוואס איז מען מפרסם די נס, נאר ס'איז דא אן ענדליכע קשיא צו די פנ"י, אז מ'וואלט דאך עס געקענט מבטל זיין די שמן טמא מיטן עצה פון "קמי קמי בטל", ענטפערט דער קובץ אז מ'קען נישט ווייל אין מבטלין איסור לכתחלה, מ'געפין אבער און הלכות סוכה אז מ'מעג לכתחלה מערב זיין סכך פסול מיט סכך כשר, כדי צו כשר'ן א סוכה, זאגט די טו"ז אז כאטשיג אין מבטלין איסור לכתחלה, דאס איז נאר ווען איינער וויל עפעס עסן להנאתו, אבער ביי א מצוה וואס איז נישט להנאתו, ווייל מצות לאו ליהנות ניתנו, מעג מען לכתחלה מבטל זיין, קומט אויס אויב איך נעם אן אז מצות לאו ליהנות נתנו, וואס דאס איז א מחלוקה אין די גמרא, דעמאלטס האט מען געקענט לכתחלה מבטל זיין די שמן דורך קמי קמי בטל, ממילא האט נישט אויסגעפעלט די נס, ממילא מוז מיר צוקומען צו דעם אז די נס איז געקומען וועגן "חיבת המקום עלינו", ממילא איז זייער גוט פארוואס מ'איז מפרסם די נס. די בני יששכר זאגט אז די טעם פון אסור להשתמש איז וועגן מצות לאו ליהנות ניתנו. ממילא דאס איז די שייכות אין די נוסח פון הנרות, "הנרות הללו אנו מדליקין על הניסים..." איז דאך שווער ס'איז דאך א חסרון א נס? פארוואס דער פירסום? אויף דעם ענטפערט ער "הנרות הללו קודש הם ואין לנו רשות להשתמש בהם אלא לראותם בלבד", פארוואס, ווייל מצות לאו ליהנות ניתנו, ממילא דעריבער האט מען געמעגט לכתחלה מבטל זיין די שמן, ממילא האט נישט אויסגעפעלט די נס, ממילא מוז מיר צוקומען צו דעם אז די נס איז געקומען וועגן "חיבת המקום עלינו", ממילא אויף אזא אופן איז גאר א מעלה און א שבח א נס, ממילא איז זייער גוט פארוואס מ'איז מפרסם די נס.
 |
|
|