| נשלח ב-1/1/2006 21:34 |
|
| |
שוידערליכע כפירה פונעם קאמישאנער
דעם פרייטאג איז פארגעקומען אן אסיפה ביים קאמישאנער אוו העלטה, טאמעס פרידען.
ביי די אסיפה זענען געווען די רבנים וגאונים פון התאחדות הרבנים, אינאיינעם מיט א גרויסן לאיער סימאנס. דער לאיער האט שטארק פארגעהאלטן דעם קאמישאנער, היתכן ער האט זיך אריינגעמישט אין א רעליגיעזע ענין.
דער קאמישאנער האט זיך געהאלטן ביי זיינס. ווען דער לאיער האט אים געפרעגט, היתכן, יעצט ווען ס'איז געווען די פרשה אין קאלאמביע פראסבעטיריען שפיטאל, ווען 3 פיצלעך קינדער זענען ל"ע אוועק, צי האט ער אויך גענומען אזעלכע שריט קעגן קאלאמביע.
האט דער קאמישאנער געזאגט, אז קעגן קאלאמביע קען ער גארנישט טאן, ווייל עס באלנגט פאר די סטעיט. און נישט פאר די סיטי.
פרעגט אים דער לאיער, פארוואס דא ביי ברית מילה האט ער נישט איבערגעגעבן פאר די סטעיט, רוואס האט ער דא יא איינגעזען אז די סיטי מוז זיך אריינמישן.
האט דער קאמישאנער זיך אנגערופן: אפשר גיט איר איבער אייערע רעליגיזע דינים פאר די קריסטן... ..
אלע רבנים האבן זיך ספאנטאן אויפגעהויבן פון דארט און פארלאזט דעם זאל. טראצדעם וואס פרידען האט זיך פראבירט צו אנטשולדיגן....
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2006 21:41 |
|
| |
אבער טראץ דעם אלעם זענען מיר מחויב להודות ולהלל לשבח לפאר לרומם להדר ולנצח לברך לעלה ולקלס, פאר דעם הויכגעשעצטן עם-הארץ-מכל-אדם הרב זלמן לייב טייטעלבוים, "טשיף ראביי" פון סאטמאר, וואס טראץ ער איז טאקע אנטלאפן ווי א תינוק פון סיטי האל ביי די מיטינג מיט'ן מעיאר זעענדיג דארט זיין גרויסן ברודער, איז אים און בלויז אים צו פארדאנקען אז מען האט געבראכן די ביטערע גזירה פון מציצה בפה, מיט'ן זיך מטריח זיין בשארית כוחותיו איבערצוגעבן פאר מעיאר בלומבערג דעם דוקן ביכל מיט אונטערשריפטן וואס די ארונים צוגלייך ווי זאלונים האבן ווי קעלבעלעך אונטערגעשריבן פאר דעם מחלל שבת ויו"ט בפרהסיא מ.ד.נ.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2006 21:47 |
|
| |
וועלעכע רבנים זענן דארט געווען?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2006 23:40 |
|
| |
איך האלט אז די מערכה פון מציצה בפה איז א 'סימפטאם' עס איז נישט די קרענק
די קרענק האט עטליכע נעמען, זאלי'ס, כבוד הרבנים, אהבה מוסתרת, און אן א שיעור נאך
די סימפטאם זענען אויך פילע, צב"ש, כבוד פון רבינו שליט"א, מציצה בפה, עירוב, ערכאות, דין תורה
די תוצאה פון די קרענק איז איינס אבער זייער א גרויסע, "אידישקייט"
עס קאסט ליידער גרויסע שטיקער
הלואי זאל איך נישט זיין גערעכט, אבער ווען די היץ קעפ, אויסווארפן, בני בליעל, נידערמאן, מענצער, גאלדבערגער, קלאר, און נאך, וואלטן נישט גע'היידזשעקט די אישו פון מציצה בפה, וואלטן מיר שוין ערגעץ געהאלטן
נאר אזויווי עס ליגט ביי די הפקר אינגן אין די הענט, גייען זיי און פארפאטשן די כח פון א נייטראלע הצלחה'דיגע אסיפת רבנים, די כח פון חתימות פון טויזענטער מענשטן און מיט זייערע מעשי תעתועים, מאכן זיי דאס ביליג און פארדרייען און פארטייטשן און שוואכן דאס אפ
ווער עס האט געליינט יוחי פון חדשות אנש תגובות האט געקענט זעהן ווי עס ווערט צוטיילט די ארבעט פון אמת'דיגע עסקנים כאטש טייל איז געווען 'אגודיסטן' אבער פארט עטליכע אידן, און די ארבעט פון די אומגעריפענע עסקנים ווי מענצער נידערמאן
וואס בלייבט איבער איז נאר, אז עס איז נאך א 'סימפטאם' פון די קרענק "נועם המדות"
משיח זאל אוודאי קומען פריער ווי די עסקנים וועלן נאך פאראורזאכן
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/1/2006 02:17 |
|
| |
גוט געזאגט, צום פוינט!
|
|
|
|
| נשלח ב-2/1/2006 04:17 |
|
| |
קעי שעי אלייענס,עס איז מיר שווער מודה צי זיין אז "קעי דשעי אליינס" איז גערעכט אבער יעצט איינמאל
 
==================
איך מיז מודה זיין, אז ביז היינט לייענדיג "יוחי'ס" תגובה'ס אז אונזער וועג בנוגע די קאמף איבער מציצה בפה איז נישט גערעכט
האב איך עס נישט געקענט פארשטיין, ווייל פשוט איך האב געזען פיקטשערס ווי מען גיט פארן מעיאר א בוך מיט אינטערשריפטן,מען חנפט זיך צי אים יעדער זאגט אז אלעס איז שוין גיט
האב איך ביז היינט פארשטאנען אז נישט אנדערש, נאר אז "יוחי" רעדט פין קנאה אז נישט די אגודה האט עס ערלעדיגט,אין אז אגודה זיכט פשרות וכדומה,אבער באמת איז שוין אלעס פיין אין וואיל
אבער היינט ציטאגס זע אז איך האב געמאכט א מיעס'ן טעות,
נאר די אמת איז, אז ביי רוב פין "אונזערע" עסקנים וועט נאך אלץ זיין די עיקר פין יעדע זאך
וויפיל געלט ער וועט מאכן דערפין, וויפיל כבוד ער וועט פארדיענען דערפין
אפילו עס האנדלט זיך מיט די הייליגסטע זאכן ביי אידשקייט!!!
איך האלט אז עס מוז דערהערט ווערון א קול מלחמה במחנה
אין יעדער מוז פרעגן
ווער פירט אונז???????
ווער איז דער בעל דעה דא????????
ווי פירט מען אונז??????
פארוואס קעגען די אינסענערעטער אין וומסב"ג, איז געווען א שטערקערע קאמף ווי דאס????
איז דא א בעל אחרוית וואס פארשטייט פאליטיק, אין די גאנצע מערכה וואס ער זאגט וואס צי טיען ??????
עס קיקט מיר אויס אז די מערכה איבער מציצה בפה
גייט אין די זעלבע מין וועג ווי די קאמף בנוגע די פילם אינדאסטערי אין די נעווי יארד וד"ל
תוקן על ידי - שלום_משה - 02/01/2006 4:20:29
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/1/2006 20:41 |
|
| |
דארט זענען געווען עטליכע רבנים.
לויט ווי ר' יצחק יחיאל גליק האט מיר געזאגט זענען דארט געווען
נייטרא'ער דיין ר' הלל וויינבערגער שליט"א
גאלאנטער רב
ווינער רב
|
|
|
|
|