|
|
| נשלח ב-6/1/2006 15:31 |
|
| |
א נקודה למחשבה:
ווי עס קוקט יעצט אויס גייט דער קאנפליקט אנקומען אין געריכט, וואו עס האט שטארקע שאנסן צו פארנעמען נאצינאלע העדליינ'ס ווען עס וועט אנקומען אין העכסטן סופרים קאורט.
האפנטליך, און אזוי איז פארצוזען, וועט דער כמו-קאנסערוואטיווער סופרים קאורט נישט ערלויבן די רעגירונג זיך אריינצומישן אין ווירטואלע אנגעלעגנהייטן.
דאס וועט זיין א גוטע לעקציע פאר אלע שונאי ישראל אז מען מישט זיך נישט אריין אין רעליגיעזן לעבנ'ס שטייגער.
אזוי אז עס קען גאר ווערן "מעז יצא מתוק", ווען דאס וואס מען האט פארנאכלעסיגט די יעצטיגע מערכה, און ערלויבט אז עס זאל אנקומען אין געריכט, האפנטליך מיט די פאראייניגטע שטעלונג פון גאנץ כלל ישראל, וועט גאר ברענגען א געריכטליכן פארבאט פון ווייטערדיגע אריינמישונג אין סיי וועלכע רעליגיעזע אנגעלעגנהייט.
דאס וועט איינשפארן א כסדר'דיגע לעקעריי צו די שטאט טאטעס, וועלכע וועלן כסדר זוכן אנצוקומען מיט פרישע "רעקאמענדאציעס", וואס וועט זיכער נישט פאסירן אויב דער סופרים קאורט וועט עס זיי פארבאטן.
סתם, א נקודה...
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2006 17:34 |
|
| |
מבקש_האמת
בעפאר דו סעלעברעיסט, וויל איך דיך פרעגן א פראגע, ביסטו זיכער אז אין געריכט גייסטו געווינען?
איך מצידי בין זייער מסופק דערין.
עפעס איז די מציצה בפה מערכה, זייער מאדנע,
די שטאט טאטעס זענען ארויס געקומען מיט א באשולדיגונג אז איינער א מוהל פישער פון מאנסי האט געטרענספערט א מחלה צו נייע געבוירענע קינדער, און אז איינער אדער צוויי פון די קינדער זענען ל"ע געשטארבן, און איינער איז רח"ל ברעין דעמעדזש.
איז אנשטאט ארויס קומען מיט א דאקטאר ריפארט אפצו ווענדן די שטאט טאטעס, און זיי איבערצייגן אז ס'איז נישט אמת, איז מען ארויס געקומען מיט קולות וברקים אז די שטאט טאטעס ווילן פארבהאטן מציצה בפה רח"ל, און אז מיר וועלן דאס באקעמפן מיט מסירת נפש,
למעשה איז מסתמא אמת אז אינטער די פארארדענונג ליגט שינאת הדת, אבער געוואלד, וויאזוי וועט איר דאס באקעמפן, וועלעכער נארמאלער שופט וועט דיר גערעכט געבן?, ווען זיי האבן א נארמאלן ריפארט, איך געדענק עטלעכע יאר צוריק איז ביי א רעליגיעזע מוסלאמענער פאמילי געבוירן א קינד, און לויט זייער רעליגיע קען מען פארן קינד געבן נאר נאטירליכע עסן פון די מאמע, און דאס איז נישט גענוג געווען פארן קינד, דער דאקטאר האט אריין גערופן די פאליציי, און ס'איז אנגעקומען אין געריכט, און זיי האבן צו גענומען דאס קינד און יא געגעבן נארמאלע עסן, טענה'נדיג אז ביי געזונטהייט גייט נישט אן רעליגיע,
איך האב גערעדט מיט עטליכע עסקנים און מוהלים, און יעדער פה אחד האלט, אז אדער ברענגט מען א ריפארט פון גרויסע דאקטורים מומחים, אקעגן די שטאטישע רעפארט, אדער זאל הרב פישער, אנעמען זייער באשלוס, און נישט אנעמען ברית'ן אין נ"י סיטי, על כל פנים עד יעבור זעם,
ס'קען זיין אז ס'איז שוין שפעט, יעצט גייט דאס שוין אריין אין ניצחון, אדרבה, וואס וואלט איר געטון ווען איר וואלט געעוען מעיאר, און מען קומט צו אייך מיט א ריפארט, אז מציצה בפה האט גורם געווען אז קינדער זענען רח"ל געשטארבן, וואס וואלט איר געטון, און וואלט איר עקספעקטעד אז א נארמאלער פאראנטוואלעכער מעיאר וואלט געטון?, נאר די זעלבע!!!,
ליידער ליידער דא ביי אונז איז דאס לכתחילה געווען אין די הענט פון די ווילדע אינגע אזויגערופענע עסקנים, די עירוב שרייערס און גל-פז דיסטרויערס און ווערצבערגער גראסערי פראטעסטירער, וואס זיי האבן אנגעפירט די מערכה אויפן זעלבן שטייגער, ווי למשל אריין רופן 311, וואס איז געווען די ערשטע רעסעפי פאר דיזעסטער, שטעלט אייך פאר ווען די שחורטע אפערעטאר הייבט אויף דעם טרייבל און זאגט, MAY I HELP YOU, און דער חשובער כולל אינגערמאן מיט זיין פרעפעקטן ענגליש ענטפערט, יעס ווי ווערי מעד דע מעיאר נא לעט מציצה בפה, WHAT DOESN'T THE MAYOR LET YOU DO?, מציצה בפה!!!, EXCUSE ME! WHAT IS TZIZE PE?,
יעס, טיז איז ווען יא מעיק א ברית, יו ס.. אן דע ב... מ..., קענט איר אייך פארשטעלן וואס א רעזאלטאט די דאזיגע 311 געשפרעך האט?, א פלעינע ביליגע ליצנות, אבער וואס זאל מען טין, די עסקנים האבן דאך געהייסן אז מען זאל קאלן, און נאר דאס וועט סטאפן די גזירה פון מציצה בפה, נו, ווער וויל דען נישט ראטעווען מציצה בפה,
והאחרון הכביד, אזוי די אזוי גערופענע שרי העסקנים, די געלט גייציגע עסקנים, וואס האבן זיך ארויף געכאפט אויפן וואגן נאר כדי צו קענען אנקעסירן פוינט מיטן נארישן ציבור, און שרייען אז מיר האבן ערלעדיגט מציצה בפה, די הימל שרייענדיגע פאברעכן וואס זיי האבן געטון מיט ארויס שלעפן דעם עולם פאר די אזויגערופענע הכרת הטוב ראלי, פאר דעם אליין דארף מען זיי מחרים זיין, מען שטאפט זיך אן די טאשן פון די בלומבערג קאמפיין געלט, און דעם עולם גולם פארקויפט מען קרעפלעך, ווי פיל געלט דארף מען באקומען, זיי זאלן זיין "עוסקים בצרכי ציבור באמונה" הא???, און וויפיל געלט דארף מען מאכן מען זאל צו לייגן "שלא על מנת לקבל פרס???,
אבער ברוך השם, אשר לא הסיר חסדו מאתנו, און מיר האבן ב"ה א מנהיג אמת, אשר לא ירא ולא יחת, והאמת נר לרגלו, און האט אנגהויבן מעורר זיין לב הקהל, אויף די סכנה וואס עס ווארט אונז אפ, ואם החרש חתחרישו לעת הזאת, מי יודע, ווער ווייסט וואס א קאנסעקווענצן ס'וועט חלילה ארויס קומען דערפון, פארשטענדליך איז דאס למורת רוח פון די פאלטשע עסקנים, מען איז מגלה פרצופיהם, האבן זיי גענומען זייערע חברים וואס זענען זיי שולדיג א פרעון חוב פון לעצטען שמיני עצרת, און האבן אנגעהויבן א קאמפיין א קעגן כ"ק גאב"ד קרית יואל, מיט מיאוסע שעמפאלע ארטיקלען אין זייער שונד צייטונג, הפנים זיי האבן זיך נאכנישט אויסגעלערנט, אז
כאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2006 18:54 |
|
| |
שוין, די אהרונים קריגן שוין צווישן זיך. מבקש האמת, וואטש דיך, די אהרונים וועלן דיך נאך ארויסווארפן פון זייער פארום פארן זאגן עפעס קעגן ר' אהרנ'ס הייליגע ווערטער...
עס איז זיכער אז מבקש איז גערעכט, און די סופרים קאורט גייט פסקנען קעגן פרידען, אזויווי אלע קאנסערוועטיווס ואס זענען פאר רעליזשען.
יעצט צו יענקעלע.
אויב דו ווילסט אונטערייסן די געטרייע עסקנים, מוזטו קודם פונקטליך וויסן וואס די מעשה איז געווען, אז נישט בלייבסטו חוזק, אזויווי יעצט.
ווען סהאט זיך אנגעהויבן די מערכה, האט מען גראד געטראפן צוויי זייער גרויסע דאקטוירים, איינס פון זיי איז געווען דאקטאר ווערצבערגער פון מאנרא (אפשר וועגן דעם זאגסטו אז סאיז נישט געווען קיין דאקטוירים? די אהרונים האבן מיט אים אויך עפעס א חשבון...), וואס האבן גראד אפגעווארפן די טענה כאילו מציצה בפה איז שעדליך.
מהאט געהעריג ארויסגעגעבן דאקטאר ריפארטס, און טאקע וועגן דעם האט די סטעיט גלייך אראפגענומען די פארבאט פון הרה"ח ר' יצחק אהרן פישער שליט"א. נאר אין די סיטי האט די אנטיסעמיט פרידען עס יא געלאזט.
די עסקנים האבן גראד געזען אז ממוז עס שטארק באקעמפן, און מהאט אנגעהויבן טרייען אויף אלע פראנטן. איינס פון זיי איז געווען קאלן די האטליין.
אמת אנפאנג איז געוען א שטיקל קעאס, ווי לאנג מהאט ארויסגעלייגט א נוסח אויף קול מבשר און אין די צייטונגען וואס מזאל זאגן, נאכדעם איז שוין נישט געווען קיין שום פראבלעם, און דיין גאנצע ליצנות מיט א כולל אינגערמאן און א גויטע קענסטו לייגן אין גאביזש. יעדער האט געזאגט די זעלבע זאך.
וואס דו זאגסט וועגן די ראלי איז פלעין בעלאני, דו האסט אפגעמאכט אז מהאט זיך אנגעפאקט די טאשן, באט דו האסט נישט קיין שום פרוף פאר דעם, און לאמיר שוין זאגן אז זיי האבן זיך אנגעפאקט די טאשן, איז וואס? גיי פרעג דעם קליינעם רויטן כהן (מאיר הירש'ס פרענד) אויב א עסקן מעג זיך אנפאקן די טישן. סוף כל סוף האט ער געארבעט דערפאר, וואס האט דעס געשטערט די מערכה? דעמאלטס האט דאך אפילו אהרן געמיינט אז סאיז ערלעדיגט?!
ברום השם, אז אונז זעמיר נישט אונטערגעווארפן צו דעם מושחת און מנובל, וואס מיינט אז אויב ער איז נישט די פיילאט דערף די גאנצע פליגער קראכן. און אונז וועלן מיר ווייטער אנגיין מיט די הייליגע מערכה ביז מוועט זען הצלחה אי"ה!
תוקן על ידי - כל_העולם - 06/01/2006 19:51:44
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2006 19:45 |
|
| |
אנטורפן.
קודם האב איך פאר דיר גרויסע נייעס, די אהרונים זענען צופליקט צוריסן און צוהארגעט, זיי ווערן אלס ווייניגער און ווייניגער, און נאך א קורצע צייט וועט איר שוין נישט האבן דעם פראבלעם פון אהרונים אויף אייער קאפ...
לענינינו.
א צווייט מאל, ווען דו ווילסט קומען דא האקן אויף איינעם, זאלסטו זיך בעסער נאכפרעגן, אז נישט וועסטו בלייבן אזוי חוזק ווי דו ביזט יעצט...
אפשר דערמאנסטו זיך פארוואס מען האט אויפגעהערט צו רופן 311 וועגן מציצה בפה ? אז דו ווייסט נישט גיי פרעג איבער דיינע משלחים.
עס איז געקומען צו אזא קלימאקס, מענטשן האבן גערעדט אזעלכע שטותים [איין קליינע עפיזאד, איינער האט עפעס מסביר געווען פאר די ערל'טע וואס האט אויפגעהויבן אז ער האט טענות פארוואס די רעגירונג לאזט נישט SUCK'ען ביים ברית. ואידך פירושא זיל גמור...], אז מען האט ממש געוויינט צו די "געטרייע עסקנים" אז דאס מאכט נאר חרוב די מערכה, און זיי האבן עס טאקע אנערקענט און באפוילן אויפצוהערן.
פארשטייט זיך אז דאס אויפהערן צו רופן איז געווען "ווייל מען האט שוין געהאט א סוקסעס, און אדאנק די רופער גייט די רעגירונג אראפנעמען דעם פארבאט פון ר' יצחק אהרן פישער"...
דאס איז געווען נאר איין ביטערן פיל וואס די וועלכע האבן מיטגעהאלטן די מערכה פון דער זייט - מיר אריינגערעכנט - האבן געדארפט שלינגען.
די צווייטע פיל.
דו רעדטסט וועגן דאקטוירים, אפשר זאגסטו מיר וואו און וועלכע דאקטוירים האבן גערעדט וואס ?
עס איז געווען א אסיפה אין ראדני, דארט האט דר. ווערצבערגער אויפגעטרעטן, און בלומבערג האט באלד דערויף געהערט דעם טעיפ פון די ראדני דרשה...
וואו זענען געווען זייערע שטודיעס, פארוואס האבן זיי נישט אריינגעגעבן קיין געהעריגע זאך, פון אונטערגעשריבענע פראמינענטע דאקטוירים, מיט פונקטליכע סטאטיסטיק'ס און הארטע באווייזן ?
איינער האט זיך איינגערעדט אז אויב מען גייט אין א געריכט, מיט די טענה אז סקולענער רבי האט געהאט מסירות נפש ביי די קאמוניסטן, וועט דער געריכט באשטעטיגן אז מציצה בפה איז נישט קיין סכנה ?
וועמענ'ס קאפ פארדרייט איר דא ?
תוקן על ידי - בא_ללמד - 06/01/2006 20:09:53
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2006 19:49 |
|
| |
איך פארשטיי נישט די קליינקעפיג זאלונים, זייער מענטאליטי איז אז איינער האלט אנדערשט מיינט דאס אז מען קריגט זיך, מבקש האלט אז דער קארט איז א ישועה און מען וועט זיך פאר אונז אנעמען, און איך האלט אז דער קארט וועט זיך אנעמען פארן געזעץ און נישט פאר רעליגיע,
דאס געזעץ דארף יעדן פראטעקטן, און אויב איז וואר אז הרב פישער איז שעדלעך, קענסטו שרייען פון היינט ביז איבער א יאר פורים, רעליגיע, ס'וועט דיר גארנישט העלפן, אין אמעריקע איז דאס געזעץ העכער רעליגיע, אזוי ווי אמעריקע איז א נארמאלע דעמאקראטישע רעגירונג, וועט זי אלץ פרובירן צי צושטעלן דאס געזעץ זאל זיך נישט סותר זיין מיט רעליגיע, אבער טאמער איז רעליגיע א קלארע סתירה מיטן געזעץ, דאן איז יד הגעזעץ על העליונה,
אלזא איך בין נישט זיכער אז דער קארט וועט זיך פאר אונז אנעמען, ביי סקול דיסטריקט האבן מיר געהאלטן אין איין פארלירן ביי אלע קארס, אלץ RELIGIOUS FAVORITISM.
דער פראבלעם איז, אז איך ווייס פונקטליך, און נישט איך בין דער חוזק, נאר דו מיט דיינע אזויגערופענע עסקנים, זענען חוזק געבליבן מיט די צונג אינדרויסן,
וויאזוי שרייבסטו? האט מען גראד געטראפן צוויי זייער גרויסע דאקטוירים, איינס פון זיי איז געווען דאקטאר ווערצבערגער פון מאנרא ,
קודם כל אפשר קען איך וויסן ווער דער צווייטער דר. איז?, צווייטענס, אפשר קען איך האבן א קאפי פון די ריפארטס, איך בין וויליג ארויף צוגיין צו די שטאט און דאס זיי איבערגעבן, ווייל זיי האבן דאס קיינמאל נישט באקומען, (גראדע, בין איך געווען ביי די דרשה פון דר. ווערצבערגער, און ער האט גערעדט ווי א פיי צדיק, ער האט נאר פרובירט איבערצייגן אז מציצה בפה איז זייער וויכטיג להלכה, און האט אליין מודה געווען אז לעת עתה איז נישטא קיין קאנטער ריפארט).
דאס וואס די סטעיט האט אראפ גענומען דעם פארארדענונג, איז ווייל דער קאמפלעינט, איז אין די סיטי, על כן האבן זיי זיך גרינג געקענט ארויס דרייען, אבער דא אין די שטאט, א קאמבענעשאן פון רשעות און שנאת הדת, האבן זיי זיך ארויף געכאפט אויף דעם וואגן פון טענדלער, און פרובירן צו פייטן אקעגן מציצה בפה, און ליידער מיט אזעלעכע קאראפירטע עסקנים, האבן זיי ליידער א גרינג פעלד.
בענין די 311 קאלס ביסטו א מודה במקצת, אז ס'איז געווען א נארישער אומאויסגערעכנטער פלאן, איך האב געהערט נאך זאגן פונעם עקזעקעטיוו דירעקטאר פון אגודת ישראל באמעריקע, וואס האט זיך לכתחילה אריין געלייגט אין דעם ענין, און איז געזעצן ביי די מיטינגס מיט די שטאט צוזאמען מיט רוב גדולי הרבנים והמוהלים, ובראשם אדמו"ר מנאוואמינסק שליט"א, און אזוי ווי די ווילדע וויליאמסבורגע חיות עסקנים זענען ארויס געקומען מיט די נארישע ווילדע עצה פון רופן די שטאט, האט ער זיך געלאזט הערן אז ידיו מסולקות, און אז דא גייט ארויס קומען א חורבן עולם, איך האב דאס געהערט אינמיטן זומער ווען דיינע עסקנים מיט דיין ראף בראש האבן נאך פרובירט צו נעמען קרעדיט פאר די געוואלדיגע אויפטוה פון ערלעדיגן מבטל צו זיין די גזירה, ליידער איז ער 100% גערעכט געווען.
קיינער זאגט נישט אז עסקן טאר נישט מאכן קיין געלט, אבער ליגענט זאגן, בלאפן דעם ציבור, אויסניצן דעם תמימות פונעם עולם, איז א עוון פלילי, יא, טאמער ביסטו א ערליכער עסקן און די מאכסט נישט קיין געלט דאן ביסטו א עוסק בצרכי ציבור באמונה "שלא על מנת לקבל פרס", טאמער מאכסטו יא געלט אבער דו ארבייטס נאך אלץ ערליך פארן כלל, דאן ביסטו נאך אלץ א עוסק בצרכי ציבור באמונה, אבער טאמער פאפסטו דעם ציבור, מאכסט דאס גענאר פונעם עולם, דו זאגסט ליגענטס פארן עולם, און אין די זעלבע צייט פולסטו דיר אן דיינע טאשן, ביסטו א פאלנער גנב.
און לאמיר אויספירן מיט דיינע אייגענע ווערטער, וואס איך בין מיט דיר איינשטומינג, מיר ווייסן דאך ווער עס האט געזאגט דעם סטעיטמענט פונעם פילאט. (אבער ס'איז נישט שיין עם אנצורופן "מושחת און מנובל", סוף כל סוף האט ער דאך געבויעט א שיכון אין ירושלים, און דער רבי שליט"א איז דאך געגאנגען בבגדי שבת ביי זיין חנוכת הבית...) דאס זענען דיינע ווערטער:
ברוך השם, אז אונז זעמיר נישט אונטערגעווארפן צו דעם מושחת און מנובל, וואס מיינט אז אויב ער איז נישט די פיילאט דערף די גאנצע פליגער קראכן. און אונז וועלן מיר ווייטער אנגיין מיט די הייליגע מערכה ביז מוועט זען הצלחה אי"ה!.
תוקן על ידי - יענקעלע11 - 06/01/2006 20:00:27
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2006 20:14 |
|
| |
דאס שרייבט איינער אין אנדערן פורום אויף דער איד עדיטאריעל די וואך.
רבותי.
דער שוטה וואס שרייבט דא די שורות איז נישט ביים זינען ל"ע.
אים דוכט זיך אז ס'איז נאך פאר די וואלן...
ער ווייסט נישט אז דער מעיאר האט זיך גוט אויסגעפיפן אויף די פיקטשער'לעך... און אויף דעם טעלעפאן קאל, און געגעבן א ווינק פאר קאמישאנער פרידען צו ווארטן ביז נאך די וואלן, און דערנאך זאל ער אריינשטעקן דעם אבנער לואימע שטעקלע .... אין גאנץ התאחדות הרבנים מיט דעם טשיף ראביי....
דאס שרייבט דער איד:
ווען עס איז געקומען די פרייליכע מעלדונג אַז דער מעיאָר האָט איבערגעגעבן די אָנגעלעגנהייט פאַר התאחדות הרבנים, וואָס דער מעיאָר האָט פּערזענליך געמאָלדן פאַר הגה"צ אב"ד ור"מ סאַטמאַר שליט"א פון וויליאַמסבורג אין אַ טעלעפאָנישן געשפּרעך, און ער איז מוצ"ש דערויף געקומען אויף אַ באַזוך איבערצוגעבן די בשורה פאַרן רב. ....
וועלכע בשורה האט דער מעיאר איבערגעגעבן?
אז ער וועט זיך נישט אריינמישן אדער אז....
דאס שטעקלע וועט באלד אריינגעשטעקט ווערן... און ער זאל זיך מאכן רעדי?
[
דער קראנקער דויטש איז נעבעך נישט מיט אלעמען.
אפשר נעמט ער אויך אריצעפט? (חלילה).
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2006 22:21 |
|
| |
January 6, 2006 -- Mayor Bloomberg intervened yesterday in a holy war between the city Health Department and Hasidic leaders who are battling over a controversial mouth-to-penis circumcision practice that health officials claim infected five infants with herpes — one fatally. Bloomberg agreed to negotiate with rabbinical leaders after they marched out of a meeting with Health Commissioner Thomas Frieden last week. "It was an open and frank dialogue," said a Bloomberg spokesman. A source who attended the meeting with the mayor said, "It's still at an impasse," although he noted that yesterday's sit-down was not as heated as the earlier meeting. Patrick Gallahue http://www.nypost.com/news/regionalnews/59002.htm
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2006 03:24 |
|
| |
יענקעלע.
דו ביזט זייער גערעכט דערמיט אז מען קען באין אופן נישט ציען קיין פרי-צייטיגע מסקנות איבער דעם מיינונג פונעם סופרים קאורט, בפרט אין אזוינע האקעלע טעמעס ווי די צושיידונג צווישן רעגירונג און רעליגיע, וואס איז דער סאמע שפיץ פון די אמעריקאנער קאנסטיטוציע.
און עס איז זיכער אז מיר וואלטן אלע געווען דאס מערסטע צופרידן, אויב די רעגירונג אין אלע אירע שטאפלען וואלט אונז געלאזט מנוחה, און מיר זאלן נישט ברויכן צוקומען צו זייערע "טובות" אז מיר זאלן ערלויבט ווערן צו היטן די הייליגע תורה אזויווי "מיר" פארשטייען איר.
אבער למעשה איז דער וואונטש נישט רעלעוואנט אויף די מינוט, מיר האלטן יעצט דארט אז די רעגירונג האט זיך יא אנגעהויבן אריינמישן אין אונזערע רעליגיעזע אנשויאונגען. דערויף האב איך באטאנט, אז עס איז ליבערשט אז דער סופרים קאורט זאל איינמאל פאר אלעמאל פארזיגלען די טיר פאר אזעלכע "טובות", און נישט אז מיר זאלן זיין געצווינגען יעדן מאנטאג און דאנערשטאג צו פאלן אויף די קניען צו די רעגירונג'ס באאמטע פאר "ערלויבעניש" צו מקיים זיין די מצוות ה' כתיקונם.
דאכט זיך אז מיר קרייציגן זיך לגמרי נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2006 06:40 |
|
| |
בא ללמד אויב ביזטו געקומען און פארק נאר ללמד געב איך שוין אויף.
אבער אויב ביזטו דא ללמוד אויך וועל איך מיט דיר לערנען.
תנו רבנן: עס איז געווען א מוהל מיטן נאמען פישער וואס האט גע,מאלעט דריי קינדער און זיי האבען באקומען הערפיס. פארשטייט זיך אז די שטאטישע אינסטאנצען האבען דאס נישט געקענט ווייטער צולאזען. קוק אין העלט קאמישענערס בריוו וועסטו זעהן אז שוין איבער פינעף יאר בעטן שוין דאקטורים פון Long Island College Hospital
דאס צו אסרן אבער די סיטי האט נישט געוואלט, וויסענדיג אז דאס רירט אהן און רעליגיע.
אבער צוקוקענדיג ווי איין מוהל מיט דריי קעיסעס פון הערפיס און איין יאר איז שוין געווען איבער די מאז. האבען זיי געוואלט אסרן פישער אויף מציצה בפה. האט פישער מיט זיינע לויערס אנגעהויבן א קאמף מיט די סיטי,היתכן? מציצה איז דאך בפה איז דאך נישט מסוכן?
אגודת ישראל וואס האט געזעהן אז פישער גייט אריינשלעפן דעם גאנצען עולם אין בלאטע, און וויסענדיג אז מציצה בפה איז סוף סוף נישט די זוכערסטע זאך פון א געזונטהייט שטאנדפונקט, האט געהאט אפגעמאכט מיט די אינסטאנצען אראפצונעמען פישער פון די מאפע, והכל על מקומו יבוא בשלום.זעה און העלט קאמישענערס בריוו אז פופצען יאר צירוק איז געווען די זעלבע זאך און יעניגער מוהל האט אןויפגעהערט מאכען מציצה בפה, און אידישקייט און אמעריקע איז געבליבען שטיין.
נו, דא קומט די קריטישע נקודה פון די מערכה.
קומען צוגיין די סטמארער און הייבען אן זייער געווענליכער ניגון, ח.ד.צוויבעל וועט אונז באזארגען מיט אידישקייט? ער שנייד דאך די בארד? קענען מיר לאזען דעם דרך הפשרנים זיגען?! וואס וועלן מענטשען זאגען, אגודת ישראל האט געראטעוועט מצות מילה – דער גרונדשטיין פון קיום המצוות – דא אין אמעריקע?!
על כן נמנו וגמרו ארויסצוגיין און א קאמף. און דא האט זיך אנגעהויבען דער קאמף פאר מצות מילה/מציצה בפה. איז גלייך הייבט זיך אהן די מערכה מיט די געווענליכע דעמעגאגישע לאזונגען. "מלחמה לד' בעמלק" "רשעי ישראל ווילען אונטערברענגען מצוות מילה", וכו'.
נאכדעם האט נידערמאן אנגעהויבען מיט פאנטאזירטע סטאטיסטיקס אז מציצה בפה האט נאך קיינמאל נישט געשאהט. והראי' דר. ווערצבערגער זאגט דאך אזוי!! יעצט דארף מען דרייען מיט די גראבע פינגער. איי - מען קען דאך זאגען דעם אמת אז עס איז טאקע נישט די סעיפ'עסט זאך אבער אונזערע טאטעס האבען אזוי געטוהן, און מיר ווילען זיך צו דעם האלטען, און די איבריגע לאזען מיר צו דעם פון אויבען? – נו, דאס איז דאך נישט אונזער וועג.
האט מען עמערזשענסי פאררופען א מיטינג ביים העלט קאמישענער. אגודת ישראל האט געבעטן והוא לא תצלח, אבער ווער הערט דען וואס זיי זאגען?.
דער קאשויער רב וואס איז קוים איינגעשוואוירען געווארען און אמט האט געוואלט ווייזען זיין טאלאנט, און אט איז אויפגעשווימען א געלעגענהייט, טאקע א שאד אויסצולאזען. מצות מילה. מען קען אים נאך פארשרייבען און ספר דברי הימים פון אמעריקע, הארט לעבן דעם רבי זי"ע'ס אויפטועכצער. האט ער אנגעהויבען וויינען ווי דער חפץ חיים זי"ע אין פוילישען סיים, און געמאכט די קונץ, און זיך איינגערעדט, מיט יעדן, אז דער קאמישענער בייגט זיך.ער האט מסכים געווען "טעמפארערי" נישט צו אסר'ן פישער בתנאי אז ביז דעצעמבער 1 ברענגען די רבנים א רעפארט איבער פישער. - פארשטייט זיך אז אזא רעפארט וואלט קיינמאל נישט געקענט ארויסקומען לטובת פישער -.
הודו לה' כי טוב באלד גייט מען פייערן זיג איבער אגודת ישראל, דער קאמפראמיזלאזער וועג האט געזוגט.
דער קאץ און מייז געים צווישען די ברודער, דארף א עקסטערן ארטיקעל. מה נפשך, האנדעלט זיך דא פון ראטעווען כלל ישראל? איז וואס רעכענט מען יעצט אפ חשבונות?
די מענצער גאלדבערגער פרשה דארף מען אויך נאך צוקומען צו מהרש"א. געארבעט אויף אזויפיל טויזענטער מענטשען פאר א זאך וואס האט נישט געהאט קיין טשענס דורכצוגיין? – כלומר, אראפצונעמען דעם פארבאט פון פישער - . פארדעם האט מען געשלעפט א עוכר ישראל אין א סוכה? טויזענטער מענטשען טאנצען אויף די גאסען?!. מען קען זיי נישט דן זיין ווייל סוף סוף ארבעטן זיי פאר די רעזשים פון די שטאט, צופיל אפציעס איז דאך נישט געווען פאר זיי צו מסדר זיין די זאך.
פארשטייט זיך אז דער דעדליין איז אנגעקומען, און קיין ענטפער האבען זיי נשט געקענט געבן, מען האט זיי אפילו געקאלט, אבער זיי האבען פשוט געגעבן די הרגשה פארן העלט קאמישענער אז מען מאכט פון אים פירום. האט ער נישט געהאט קיין ברירה און רעקאמענדירט א פראפעסיאנאלע מיינונג אויף מציצה בפה בכלל, און אויף פישער בפרט. קריגען דערויף מאכט נישט קיין סענס.
להוי ידוע אז מען מל'עט אונגאנצען צוויי טויזענט קינדער א יאר מיט מציצה בפה, און צוויי קעיסעס זענען אסאך.
נו, מען געט נישט אויף, מען האט באשטעלט נאך א מיטינג דעם פרייטאג. און דארט האט געוויינט גאלאנטא רב. פרובירט נאכצומאכען קאשויער רב וואס האט פרובירט נאכמאכען דעם חפץ חיים. דאן האט איצא גליק געפרעגט דעם העלט קאמישענער מיט חוצפה, אפשר געסטו איבער די אישו פאר די סטעיט? כלומר, דיין אבליגעישאן פאר די סטעיט? האט ער מקיים געווען די מצוה פון אם עקש תתפתל מיט גרויס הידור און געפרעגט אפשר גיט עטץ איבער ענקער אבליגעישאן אויף די זאך פאר די קאטויליקען? אה!. עטץ האט געהערט א חוצפה? האבען אלע ארויס געוואקט פון זאל.....עכטע התגרות באומות.
דער פלאן איז לכאורה צו גיין צו די מידיע און מעגליך אויך און קארט.
צום אויספיר להוי ידוע, עס איז זייער נישט גוט דער יעצטיגער מצב, ווייל עס איז די ערשטע מאל וואס די אינסטאנצען האבען רעקאמענדירט אנטקעגן רעליגיע עס קען גיין פון דא זייער שנעל און אסאך ווייטער, אבער דעם אחריות וועלן טראגען די וואס האבען וועגן פישער אריינגעשלעפט דעם גאנצען יהדות און נישט צוגעהערט בהתחננם אז עס וועט נישט ארבעטן.
אבער ביטערער וועט זיין די יעצטיגע פייט קעגן דעם קאמישענער וואס די זאך וועט אנקומען צו די מידיא און לכאורה נישט פירען אין ערגעץ, - אפילו אנטשולדיגונג איז נישט צןם ערווארטען פונעם שטייפען מאיאר -ווייל סוף כל סוף איז דער קאמישענער נישט שולדיג נאר מיר אליין פאר אונזער עזות.
עד כאן השיעור.
.
און יעצט קען מען אנהייבען זידלען.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2006 18:13 |
|
| |
לויט ווי עס זעט ליידער אויס, אז ביי די שטאט טאטעס קען ליידער נישט פויעלן אפצוווארפן די גזרה נוראה אקעגן מציצה בפה, דאן בלייבט לכאורה די עצה צו גיין אין געריכט די איינציגסטע עצה, און למעשה קען מען בעזהשי"ת געווינען אין געריכט, אבער נאר מיט קלארע פאקטן, מיט הוכחות פון גרויסע מומחים און דאקטורים, אז מציצה בפה איז נישט שעדליך, און נאר אזוי קען מען געווינען.
ס'איז לית מאן דפליג אז די יעצטיגע מערכה איז נאר א רעזאלטאט פון די וויסטע העצעס פון דעם עוכר ישראל טענדלער שר"י, און ער האט ליידער געטראפן א אוזן קשבת ביי דעם קאמישאנער פרידען וועלעכער איז אויך א קנאפער אוהב ישראל, לא בחינם הלך הזרזיר את העורב אלא מפני שמצא מין את מינו, און די גאנצע מעשה מיט די פאר אומגליקן וואס מען האט אנגעלייגט אויף מציצה בפה איז נישט מער ווי א פרעכער עלילת דם, און כולי עלמא מודים אז דער צו השעה איז דאס שטארק באקעמפן, ווייל תוצאותיו מי ישורנה, ווען די שטאט הייבט זיך אן אריין צו מישן אין אידישקייט אז א סכנה נוראה, היינט איז דאס מציצה בפה, מארגן איז דאס די מקוואות, וד"ל וכו' וכו'.
אבער דאס צו באקעמפן דארף מען זיין זייער פארזיכטיג, קענסט נישט שרייען, דו טארסט דיך נישט מישן אין רעליגעזע זאכן, על כן פיץ אפ AND MIND YOUR OWN BUSINESS דער אמת איז אז די שטאט קען זיך יא מישן, און זיי מישן זיך כסדר אין אונזערע רעליגעזע ענינים, ניין, זיי וועלן דיר נישט זאגן צו דו זאלסט צינדן לעכט לויט שיטת ר"ת צו לויט שיטת הגאונים, זיי וועלן דיר נישט זאגן צו דו זאלסט דאווענען נוסח ספרד צו נוסח אשכנז, ניין, דאס קענען זיי נישט איינטיילן, אבער זאכן וואס איז נוגע דאס וואוילזיין פונעם באפעלקערונג, איז אפילו ס'רירט אן רעליגיע, קענען זיי און דארפן זיך אריין מישן, צוויי ביישפילן, יעדעס יאר ביי שריפת חמץ, פארן ארום די פייער טראקס, און אינמיטן בעסטן ברענען צוען זיי ארויס די גרויסע שלויכן, און פארלעשן דאס פייער, דו קענסט שרייען אז דו האסט דזשאסט אריין געוואפן דעם חמץ און על פי הלכה מיז דאס זיין פארברענט, און מיט זייער אויסלעשן שטערן זיי דיך פון אויספירן דיין רעליגיע, זיי וועלן זיך שיין אויסלאכן און ווייטער אויספירן זייער פליכט און אויב איז דער פייער לדעתם צו גרויס וועלן זיי דאס פארלעשן, אזוי אויך, פרוביר צו מאכן א סוכה אויפן פייער עסקעיפ, וועלן זיי באלד קומען און הייסן אראפ נעמען די סוכה, דו קענסט שרייען און ליארמען אז זיי מישן זיך אריין אין רעליגיעזע זאכן, און זיי זאלן זיך נישט וויסענדיג מאכן, ווייל דו האלסט אינציטן אויספירן א מצוה, און די שטאט טאר זיך נישט אריינמישן, ניין, דאס ארבייט נישט אזוי די שטאט קען און טיט זיך כסדר אריין מישן אין רעליגיע,
אפצו ווארפן דעם פארבאט איבער מציצה בפה, דארף געטוהן ווערן אויפן פראפעשאנאל וועג, מיט גרויס געניטקייט, און ישוב הדעת, מיט עמטליכע רעפארטס זיי איבערצייגן דאס לעכערלעכקייט פון די דאזיגע עלילת דם, און נאר אזוי וועט מען מצליח זיין, מען קען נישט פייטן די שטאט אויפן זעלבן שטייגער ווי מען פייט די עירוב טרעגערס, מיט מחללי' מות יומת וועט נישט געווינען, נישט ביי די שטאט, נישט ביים קארט, און נישט ביי די מידיע.
אגב האט דער הרב צוויבל געזאגט אז ער האט שוין געהאט אויסגעארבייט א אפמאך מיט די שטאט אז טאמער וועט הרב פישער אויפהערן פראקטעצירן מציצה בפה אין די סיטי אוו ניו יארק ביז ער צייגט נישט איבער די שטאט אז ער איז ריין די מחלות, דאן וועט די שטאט געבן א התחייבות בכתב, אז זיי נעמען אראפ דעם ענין פון מציצה בפה פונעם סדר היום, און זיי גייען זיך נישט ווייטער אריינמישן, I GUESS דער כח ותאוות הניצחון פון די וויליאמסבורגע חיות פון די אזוי גערופענע קארופירטע עסקנים האט גובר געווען, און הרב צוויבל האט זיך ארויס געלאזט פון די פרשה, AND THE REST IS HISTORY .
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2006 20:09 |
|
| |
ווי עס קוקט אויס וועט זיך יעצט אנהייבן א מאסיווער מח שווענקונג, נוסח "דער איד", וועלכער וועט מיט אלע כוחות פארטושן די פאקטן צו ריינוואשן די געלט און מאכט גייציגע קארופטירטע "עסקנים", לויטן אלטן כלל אז היידפארק איז דער פארשפיל פון די צייטונגען פון די קומענדיגע וואך...
אויב אזוי, מוז יעדער פרט ווערן ברור כשמלה, אז די צייטונג שרייבער זאלן נישט פארפלאנטערט ווערן אינעם געמיש פון פאקטן, ספעציעל די יעניגע וועלכע שטימען נישט מיט זייער דאגמע...
על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.
אבער צוערשט א ווארט פאר דעם וואס חלומ'ט נאך אלץ צו ווערן פרעזידענט...
קודם כל ביזטו זיך סותר פון די רישא צו די סיפא, פופצן יאר צוריק איז שוין געווען א מוהל וואס מען האט פארבאטן צו מאכן מציצה בפה, אויב אזוי וואו זענען דאן געווען די סאטמארע ? פארוואס האבן זיי דאן נישט איבערגעדרייט די שטאט אז מ'וויל פארבאטן מצות מילה ?
והשנית, סוף מעשה במחשבה תחילה, הלואי זאלן די סאטמארע נישט גערעכט זיין מיט אלע זייערע פאראויסזאגונגען ווי זיי זענען געווען ביי די איצטיגע מערכה. זעסט דאך אז צום סוף האט עס דער געזונטהייט מיניסטער יא געפלאנט צו פארבאטן, און ער האט נאר זיך אפגעהאלטן פאר שרעק פון די אלוועלטליכע מערכה וואס וואלט זיך אנגעהויבן דערקעגן ?
דאס זעלבע מיט דיינע טענות אקעגן דעם עצם מציצה בפה, דו מוזט אויך מודה זיין אז איינע פון די פאלגנדע צוויי זענען ריכטיג: אדער 1) שאדט מציצה בפה באמת נישט, והראי' אז מיליאנען קינדער זענען שוין געמלע'ט געווארן אין די אידישע היסטאריע מיט מציצה בפה, און איפלו דא אין אמעריקע זענען אויך דא ארום צוויי הונדערט טויזנט אידישע קינדער וועלכע זענען געזונט און שטארק ב"ה טראץ וואס זיי האבן געהאט מציצה בפה. און ניין, צוויי פון צוויי טויזנט איז אויסדריקליך נישט קיין סאך, אפילו עס וואלט געווען צוויי פאלן פון הערפיס יערליך. 2) באמת איז מציצה בפה יא שעדליך, און אלע קרענק וואס אידן איבער די גאנצע וועלט זענען קראנק קומט נאר אדאנק מציצה בפה, נאר ביז טענדלער האט נישט געטראפן די דריי קינדער, האט דער געזונטהייט מיניסטער נישט געוואוסט דערפון.
איך גלייב אז דאס וועסטו יא מודה זיין, אז טענדלער ימ"ש האט יא בכוונה געצילט דא אויסצופירן זיין רעפארם אין די מצות מילה. וואס דאס האט צושטאנד געברענגט די מערכה, און גארנישט עפעס אנדערש.
און ווען טענדלער אליין זאגט אז פישער איז נאר דער אנהייב, דאן מעגן מיר אים בהחלט גלייבן אז ער ווייס וואס ער זאגט...
די אסיפה ביים געזונטהייט מיניסטער האט אזויפיל אויפגעטאן, אז עס האט גענוג אפגעשראקן דעם געזונטהייט מיניסטער פון ארויסקומען מיט א געזעצליכן פארבאט, נאר אנשטאט האט ער רעדוצירט צו א רעקאמענדאציע, מיט א בליק אויף א עתיד פון א גענצליכן פארבאט דורכן געזעץ.
וועגן דעם קאץ און מויז שפיל ביזטו גערעכט, איך פרעג די זעלבע שאלה, אבער די באטרעפנדע וועלכע האבן פארקירעוועט דעם שפיל אין דער ריכטונג, האבן אויסגעקליבן די צווייטע אפציע פון ענטפערן מיט פאפירענע קאנאנען פון פייער און וואסער.
מענצער און גאלדבערגער [און נידערמאן] ביזטו פיל מער גערעכט ווי דו קלערסט, און דאס וואס מיר ווייסן איז א טיפה מן הים פון וואס מיר ווייסן נישט.
בנוגע דאס פארפאסן דעם דעדליין ביזטו ווידער הונדערט פראצענט גערעכט, כאטש דער געזונטהייט מיניסטער האט געווארט אויף די אנטוויקלונג בכליון עינים, און עס איז אויסער יעדן צווייפל אז ער האט נישט געהאלטן אז מען מאכט פורים פון אים. ווער נאך ווי ער ווייסן וויפיל שטודיעס ווערן פארשלעפט עד אין סוף צוליב פארשידענע טעכנישע קאמפליקאציעס, און ער וואלט דא אויך נישט געדארפט זיין אזוי איבערגעאיילט, ווען נישט דער אינערליכער רייץ פון שטעכן ארגינעלן אידישקייט.
בנוגע דעם זיצונג פון צוויי וואכן צוריק ביזטו כרחוק מזרח ממערב פון גערעכט, איצא גליק האט אים געפרעגט זייער א לעגיטימע פראגע, וועלכע געזונטהייט פראבלעמען קלויבט ער זיך אויס צו באהאנדלען, און וועלכע לאזט ער איבער פאר די סטעיט ?
אין מיין מיינונג איז ער דא באגאנגען דעם גרעסטן טעות, און - האפנטליך - שטארק אריינגעשפילט אין די הענט פון די וועלכע באשולדיגן די גאנצע רעקאמענדאציע אין ווערן געטריבן פון אנטיסעמיטישע מאטיוון. דער ענטפער וועט ווערן אנאליזירט און גרונטליך צונומען אין געריכט הויז, די פראגע איז נאר אויב דער ריכטער וועט זיין א איד, ווייל אין דעם פאל איז א שאד אפילו אנצוהייבן.
 |
|
|
|
|
|