בית פורומים כל העולם כולו

רבותי, לאזט זיך נישט פארפירן ! מציצה בפה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/1/2006 20:10 לינק ישיר 

אויב עס איז אמת וואס קערי שרייבט אז צוויבעל האט שוין געהאט ערלעדיגטמיט די שטאט אז די מערכה איז פאריבער
בתנאי, אז רב פישער גיט אויף די קאמף אין ער מאכט מער נישט מציצה בפה

האלט איך מען דארף מאכן א חשבון הנפש,

1}אויף וואס פייט מען???

2}איז ווערט געווען די קאמף אלעס צלויב איין מענטש??

3}אלמלא, עס בלייבט ווען לויט ווי צוויבעל פין די אגודה האט ערלעדיגט אז פישער טאר נישט מאכן מציצה בפה
וואלט שוין די שטאט געווען ציפרידען אדער זיי וואלטן פארלאנגט נאך זאכן???

4}ווער האט אפגעמאכט אז די אגודה'ס פשרה איז נישט געניג אין מען דארף גיין פייטען אפילו אויף הרב פישער.אויף וום פארלאזן מיר זיך ווער איז דער בעל סמכה??



תוקן על ידי - שלום_משה - 08/01/2006 20:10:09



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/1/2006 20:17 לינק ישיר 

יענקעלע.

דו ביזט הונדערט פראצענט גערעכט אז אין געריכט קען מען נישט אנקומען מיט קיין דרשות פון ר' אליעזר חיים בלום, אדער מיט די מלאכ'דיגע צורה פון סקולענער רבי שליט"א.

עס איז בעצם א שטארק אנגענומענע מיינונג ביי דאקטוירים - און עס איז לכאורה ריכטיג - אז די גרעסערע העלפט פון אלע קרענק וועלכע ווערן פארשפרייט קומט פון צורירן האקעלע ערטער מיט דעם נישט ריכטיגן צוגאנג. אלעס מוז זיין סטערליזירט און פריש, מען טאר נישט איבערנוצן די זעלבע זאך מער ווי איינמאל אא"וו.

פאר א ריכטער וועט זייער גרינג אריין אין קאפ די טעאריע אז צורירן א אפענעם וואונד פון א אכט טאגיג קינד מיטן מויל איז א שטארקער גורם פון קרענק פארשפרייטונג, און אן געהעריגע שטודיעס פון בארימטע דאקטוירים, און איבערצייגנדע סטאטיסטיק'ס פון צענדליגער יארן, וועט דער פראבלעם קיינמאל נישט ווערן באזייטיגט.

די ווערטער פון הרב צוויבל אז ער האט געהאט אויסגעהאמערט אזא אפמאך מיט די שטאט וואס זיי זענען גרייט געווען צו געבן בכתב איז א שטארקער ווענדפונקט אין די גאנצע טעמע. אויב איז דאס ריכטיג, דאן איז א געוואלדיגער שאד אז מען האט דאס נישט אנגענומען באצייטנ'ס. אויב האב איך גוט פארשטאנען, האט זיך דער רב שליט"א באצויגן צו אזא סארט אפמאך, און אפשר טאקע האט ער געמיינט דעם דאזיגן אפמאך ?

תוקן על ידי - בא_ללמד - 08/01/2006 20:21:32



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/1/2006 20:20 לינק ישיר 

שלום משה.

עס איז ברור אז אויב איז געווען אזא אפמאך האט מען עס געדארפט כאפן מיט ביידע הענט.

הרב פישער פאר זיך האט קיינמאל נישט מקפיד געווען נישט צו מאכן קיין מציצה בפה, אויב האט מען פון אים פארלאנגט צו מאכן בכלי האט ער עס געמאכט.

העכסטנס וואלט דער ערליכער ציבור וואס מאכט יא מציצה בפה אויפגעהערט צו נוצן פישער פאר א מוהל.

תוקן על ידי - בא_ללמד - 08/01/2006 20:21:02



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/1/2006 20:23 לינק ישיר 

בא ללמד

די האסט געהערט פין רב צוויבעל {טעיפ,בריוו וכדומה} אז ער האט עס ערלעדיגט
אין די שטאט איז עס גרייט געווען צי געבן בכתב???
אדער די האסט דיין אינפערמעישן פין קערי??
איך מיין צי פרעגן צי עס איז בכלל אמת!!

די האלסט נישט אז ווען די שטאט פירט ווען אויס מיט פישער, אז ער טאר נישט מאכן בפה
אז זיי וואלטן זיך גענימען צי א צווייטען א צייט שפעטער זענעדיג אז מען לאזט זיי טיען וואס מען וויל??

{ווער פין אונזערע רבנים האט די לעצטער ווארט אין דעם גאנצן עניו???אויף וועם פארלאזן מיר זיך??}

תוקן על ידי - שלום_משה - 08/01/2006 20:24:40



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/1/2006 20:27 לינק ישיר 

ביי מיר ווען עס שטייט דאס ווארט "אויב", מיינט עס געווענליך, אין פשוט'ן זין פון ווארט, "אויב".

און אודאי איז עס נאר אינטערעסאנט אויב זיי שרייבן קלאר אז זיי גייען זיך נישט טשעפען צו א מוהל אין די וועלט אריין.

עס איז שטארק נישט מסתבר אז טענדלער וואלט געקענט זיך נעמען אויף יעדן מוהל אין גרעיטער ניו יארק, ווי אויך וואלט דאס בליץ שנעל געברענגט אויף אים קלאגעס פון "העררעסמענט".



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/1/2006 20:46 לינק ישיר 

בא ללמד

ליידער איז מר. קערי 100 % גערעכט

און לאמיר טאקע דעבאטירן דעם ענין קודם כלליות'דיג און נאכדעם וועט מען צוריק קומען צום פרט

קודם אן הקדמה, יעדער ווייסט, אז אין אדם רואה נגעי עצמו, און עצמו מיינט נישט זיך אליין, עצמו מיינט זיך, זיין משפחה, זיין פארטיי, זיינע אנשויאנגען, זיין חסידות און אזוי ווייטער.

עס איז נאטורליך, אז ווען איינער וואס איז אינדרויסן פון 'זיין' זיך, משפחה, חסידות, אידעלאגיע, וועט קריטיקירן איינע פון זייערע פעולות ווערט רעדט פון זייער עצם מהלך, וועט דער באטרעפענדער אוודאי צוריקענטפערן, צוריקשרייען, צוריקזאגן, צוריקשליידערן, מנה אחת אפיים, ער וועט קודם 'וויסן' אז דער אנדערער איז קלאר נישט גערעכט, נאך פאר זיין מח וועט אנהויבן זיכן תירוצים פארוואס יענער איז נישט גערעכט

איז יעצט צוריק צום ענין

כלליותדיג מיין איך צוזאגן, כלל זאכן, עסקנים, מערכות, איז שטענדיג דא, אבער די פראגע ווערט פירט דאס, אויב פירן דאס יחידים, וועט מען אין רוב פעלער באהאנדלן די אישו, ווייל וואס האט דער דעבאטירער מיט יענעם כלל עסקן דער יחיד

אבער ווען די מערכה ווערט געפירט, פון זיין פארטיי, זיין אידעלאגיע, בפרט אז די קעגנזייטיגע אידעלאגיע האלט אז מען דארף אנדערש פירן, דאמאלטס, איז עק וועלט, פאר ער וועט נאך וויסן וואס זיין זייט זאגט, ווער ער שוין וויסן אז דער אנדערער איז נישט גערעכט, און נאכדעם וועט ער שוין פרעגן וואס די אישו איז

ליידער ביי אונז אין וויליאמסבורג ווערט דאס שוין אויסגענוצט דעם שוואכקייט, אויף א מאסיווער פארנעם שוין צענדליגער יארן, די אנדרייער/פארפירער/עסקנים/שתדלנים/משוגעים נוצן דאס זייער גוט אויס, וויסנדיג, אז ווען עס וועט 'דערקלערט' און עס ווערט די 'אפיציעלע' שטעלונג, דורך אנהענגן די ווענט פון די גאסן/שוהלן, דורך די צייטונגען, דורך די פאסט, אז דאס איז די אפיציעלע ליניע, ווערט דאס אויטאמאטיש די אנגענומענע מיינונג

אבער באמת, אין רוב פעלער, און איך וועל אראפברענגן די צוויי גרעסטע פארברעכער דער ...משה דוד נידערמאן ביי גשמיות און דער ... הערשל קלאר ביי רוחניות, טוען מה שלבם חפץ שוין פאר צענדליגער יארן, מען מאכט א באשלוס, און מען 'נאטערייזט' עס ביי רבנים/קהלות, און פארטיג דאס איז די מיינונג,

עולם גולם שטעלט זיך אוודאי פאר, אז ווען דער געוויסער ענין וואס מען באהאנדעלט איז אויפגעקומען, זענן זיך זיכער אלע רבנים צוזאם געקומען אויף אן אסיפה, מען האט זיך גוט נאכגעפרעגט אויף פאקטן, עס גוט באהאנדעלט פון אלע אספעקטן, און אויף דעם האט מען געמאכט א באשלוס

ווייניג ווייסן זיי, אז למעשה איז איינער אדער עטליכע היץ קעפ, אנדרייער, עסקנים, געמאכט א באשלוס אויף די אייגענע האנט צו דינען די אייגענע אינטרעסן, און געמאכט א באשלוס, און נאכדעם ארום געגאנגן צו רבנים, און פאר יעדן רב האט מען פארקויפט וואס מען האט געהאלטן אז דער רב האט א שוואכקייט דערצו, און דערביי געמאלדן פאר יעדן רב, אז 'אלע אנדערע רבנים' האבן שוין, האלטן שוין אינמיטן אינטערשרייבן, און אוודאי כל שנמנו חבריו לדבר מצוה וויל ער דאך אוודאי נישט עובר זיין

און עס ווערט א מצוה, א דעת תורה, א חוב קדוש

און די נידערמאן'ס און קלאר'ס פון די וועלט, ווערן נאר שטערקער, ווייל היינט האבן זיי שוין דער היתר פון 'עבר ושנה' שוין פאר צענדליגער יאר, און זיי זענען שוין די 'אפיציעלע' עסקנים און חס ושלום צו האלטן אנדערש

יעצט צו אונזער ענין פון מציצה בפה

יעדער איינעם דאכט זיך אוודאי אז ווי נאר די אישו איז אויפגעקומען זענען די רבנים זיך תיכף צוזאם געקומען [[וואו??]] און געמאכט אן אסיפה [[ווען??]] און גערופן מענטשן וואס זענען באקאנט מיטן מצב [[וועם??]] און געגרינדעט א וועד הרבנים [[???]] און אויך א וועד בעלי בתים [[??]] וואס זאל געוואור ווערן מער אינפארמאציע און צוריק קומען מיט וואס מען קען טאן

הלואי הלואי הלואי וואלט דאס אזוי געווען, למעשה האבן מיר א ...הרב... יחיאל יצחק [איצא] גליק, א הרב משה דוד נידערמאן.... און א ...עסקן.. הערשל קלאר, וואס טוען וועס עס פאלט זיי איין, מיר דארפן עס די פירות

ווייל באמת איז דא אפאר יסודות'דיגע פראגן

**אפשר ווען מען לאזט פאלן הרב פישער שליטא וואלט מר. פרידען, דער עוכר ישראל טענדלער, געווען צופרידן

און נאכמער

**ווער איז געווען וואס האט געמאכט דעם באשלוס

און נאכמער

**פארוואס האט מען טאקע נישט געארבעט 'שכם אחד' מיט די אגודה וואס פארשטייט אין די ענינים אסאך מער, ווען למעשה אין די סטעיט, איז די אגודה געווען די גרעסטע חלק פון די כח וואס האט דאס דארט אפגעשטעלט

**ווער האט דערקלערט אז די וויליאמסבורגע עסקנים, זענען די אפטורפסים פון כלל ישראל פון גאנץ ניו יארק סיטי

ווייל סוף כל סוף, פארשטייט יעדער איינער, אז די אישו איז נישט אזוי ווייט איבער וויליאמסבורג, און ווי יעדער וואס ליינט די צייטונגען דער איד/די צייטונג/דער בלאט, אלע זענען מודה דירעקט אדער אומדירעקט, אז די עיקר פראבלעם איז ביי די פייף טאונס אידן, מאנהעטן אידן, די אידן וואס וועלן נישט מורא האבן צו מאכן מציצה בפה ווייל מען וועט זיי לייגן אין תפיסה נאר ווייל ביי זיי איז עס נישט אזא יהרג ואל יעבור, און אז מען מאכט א קאמפיין אז עס איז א סכנה, וועלן זיין מרצונם הטוב זיך צוריק האלטן

אויב אזוי, פארוואס זענען די וויליאמסבוגע זעלבסט געקרוינטע כלל פארזארגער, געווארן אויך די פארזארגער פון אט די אידן

ווען די שפיל וואלט געלונגן, החרשתי, וואלט מען דאס אויך צוגעלייגט צו די ליסטע פון זייערע אויפטוען...

אבער איצט, מוז מען דערקלערן איינמאל פאר אלעמאל, עטס האט שוין גענוג געהאלפן כלל ישראל, כלל ישראל קען זיך שוין נישט ערלויבן אזויפיל הילף, מיט אזוינע הילף שטייט כלל ישראל אין א סכנה

אבער די עיקר, וואס מען דארף וויסן, איז אז עס קען און עס וועט נאך אויפקומען פרישע גרעסערע און קלענערע אישו און ענינים, וואס איז נוגע דעם כלל, און עס דארף ווערן פארלאנגט און געפאדערט פון יעדן, אז אויב רבנים נעמען א שטעלונג, איז עס געווען דורך א אסיפה, וואו מען האט געוואוסט אלע אינפארמאציע, און דאן איז דאס א ריכטיגע דעת תורה, א חוב קדוש, און פון דעם וועט נאר ארויסקומען גוטס און טובות פאר כלל ישראל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/1/2006 21:16 לינק ישיר 

איך זע אז מען צווייפעלט דא איבער די ווארהייט פונעם סטעיטמענט פון הרב צוויבל, וויל איך דא מוסר מודעה און מפרסם זיין אז איך האב דאס געהערט פון איינעם פון די היימישע גרעסטע מוהלים מפורסמים דא אין בארא פארק, וואס ער איז געזעסן ביי די מוהלים אסיפה וואס הרב צוויבל איז געווען פון די ראש המדברים, און א שטיק צייט שפעטער ווען דער מוהל האט געפרעגט הרב צוויבל ווי די מערכה האלט, האט עם הרב צוויבל מיט א ווייטאג דאס גענטפערט.

אדרבה אויב איז דא צעווישן די ליינער עמעצער וואס קען זיך מיט הרב צוויבל און איז גרייט עם אנצוריפן געוואויר ווערן דעם אמת, וואלטן מיר עם זייער דאנקבאר געווען, ווייל טאמער איז דאס אמת אז ער האט אט אט געהאלטן ביים באקומען א הבטחה בכתב בנוגע מציצה בפה, און נאר א דאנק די קאראפטע ווילדע עסקנים איז דאס נישט צושטאנד געקומען, דאן דארף מען מאכן א ויצעקו, און אראפ נעמען דעם שלייער פון די שעדליכע עסקנים, למען ישמעו ויראו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/1/2006 21:23 לינק ישיר 

דעבאטירן.

אין תוך גענומען ביזטו הונדערט פראצענט גערעכט.

דער אופן און צוגאנג פון קול קורא'ס אינעם לעצטן יאר צענדליג, האט געברענגט דעם יסוד פון אלע חורבנות. בפרט אויב מען וועט אריינגיין אין די עצם פערזענליכקייטן פון די צוויי דערמאנטע פארשוינען - אין וואס איך וועל נישט אריינגיין.

אבער דא בין איך שטארק מסופק אויב עס איז שייך געווען אנדערש צו האנדלען.

עס איז קלאר אז ווען די רעגירונג האט אנגעהויבן מישן דעם טאפ איז געווען זייער ציל א גענצליכער פארבאט, ווי איך האב שוין דערמאנט דעם "סוף מעשה במחשבה תחילה". ווי יענער האט געזאגט, "ער האט מיר געוואלט שלאגן", פון וואו ווייסטו ? "ווייל ער האט מיר געשלאגן"...

עס קען זיין אז הרב צוויבל האט געהאט אנגעהויבן פועל'ן ביי זיי א געוויסע פשרה, פון וואס די שעפעלע וואלט געבליבן גאנץ און דער וואלף וואלט זאט געווארן, אז מען וועט פארבאטן נאר אויף הרב פישער, און לאידך גיסא וועלן זיי זיך פארפליכטן מער נישט אריינצורעדן אין דעם ענין פון מציצה.

דאס וואלט ערמעגליכט פאר די רעגירונג אראפ צו קריכן פונעם הויכן בוים בדרך כבוד, און אויף וויפיל איך געדענק, שטייט נישט אין די תורה אז ר' יצחק אהרן פישער מוז זיין א מוהל. למעשה וואלט געווען מעז יצא מתוק אז די רעגירונג וואלט זיך דייטליך פארפליכטעט צו שטיין ווייט פון טענדלער'ס מערכות.

מיין שאלה איז נאר איין זאך, אויב האט הרב צוויבל געהאט אזא פלאן, און ער האט געוואוסט אז די סאטמארע "חיות" קענען אלעס צושטערן, פארוואס האט ער נישט אנגערופן די סאטמארע רבנים ? פארוואס האט ער נישט אויגעהויבן א טעלעפאן צו אלע רבנים וועלכע קענען האבן השפעה, אז מ'זאל נישט גיין צו די אסיפה נאר אנשטאט גיין מיט זיין פלאן ?

דאס ברענגט מיר צום אויספיר, אז ער וואלט באקומען פון די רעגירונג בערך אזא הבטחה וואס די זאליס האבן באקומען...

תוקן על ידי - בא_ללמד - 08/01/2006 21:22:30



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/1/2006 21:42 לינק ישיר 

יענקעלע, איך האב ערשט יעצט באמערקט דיין תגובה.

אבער דו ענטפערסט נישט וואס איך האב געפרעגט.

איך בין גרייט אנצונעמען אז הרב צוויבל האט געקלערט אז די רעגירונג איז גרייט אויף אזא אפמאך, אבער ווער גאראנטירט אז די רעגירונג האט ווירקליך געהאלטן דערביי ?

ביי מיר איז דאס וואס ער האט נישט געהאלטן ביים רעדן צו קיינעם פון די סאטמארע רבנים, א שטארקע באווייז אז ער האט נישט געהאלטן ביי קיין ערנסטע זאכן, ווען יא וואלט ער זיכער פרובירט מיט אלע מעגליכקייטן אפצושטעלן די אסיפה.

נאכמער, אויב האט עס באמת געהאלטן דארט, צו האט ער דען נישט געקענט ערלעדיגן אז ראביי בעלסקי זאל נישט דארט זיין ? און נאך ענליכע רבנים און גדולי ישראל, וועלכע קענען זיכער נישט באשולדיגט ווערן אין זיין "סאטמארע חיות ?!".

איך בין מער נוטה צו זאגן אז ער האט נישט געהאלטן אין ערגעץ, אבער אויב יא, דאן פארשטארקערט דאס נאר מיין רוף, און דעם רוף פון יעדן ערליכן איד איבער די וועלט, צו דעמאסקירן די פאלשע קארופטירטע "עסקנים" !

און מאכט נישט קיין טעות, אלעס וואס איך האב געשריבן ביז אהער וועגן די עסקנים איז נאך אלץ רעלעוואנט, אפילו אויב הרב צוויבל האט ווירקליך נישט געהאלטן אין ערגעץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/1/2006 22:09 לינק ישיר 

דעבאטירן

צוויי תירוצים

פון ווי איך ווייס אז הרב צוויבל וואלט געקענט, איז דער תירוץ זייער פשוט, ווי איך האב געשריבן, אין די סטעיט, איז ער געווען דער עיקר כח, וואס האט דאס אראפ גענומען

ווייל מאנכע פארגעסן, אז אנגעהויבן האט זיך עס אין מאנסי ווען די 'סטעיט' און די ראקלענד העלט, זענען געווען די מאכערס, שפעטער האט זיך עס אריבערגעצויגן צו די סיטי

צווייטענס, פונקט ווי און די און אסאך אנדערע ווייסן, ווייסט בלומבערג אויך אז ווען הרב צוויבל זאגט מציצה בפה מיינט ער מציצה בפה, און ווען מענצער/נידערמאן זאגן מציצה בפה מיינט דאס אלעס חוץ מציצה בפה,

[וואס איראניש ברענגט דער טיימס ארויס דער זעלבער נקודה פארקערט
When one of the most revered Orthodox leaders, Rabbi David Niederman, addressed the throngs, he praised the mayor for his push to create more affordable housing, his takeover of the public schools and his support for the constitutional separation of church and state.

For many in the crowd, the last reference was code for the administration's decision to hold off from taking action against an ancient form of ritualistic circumcision practiced by some Hasidic rabbis that had been linked to three cases of neonatal herpes in late 2004, one of them fatal. ]

און חוץ די נקודה פון די אומגעפרעגטע אומערוועלטע, אומ'אחריות'דיגע עסקנים, ווייסט בלומבערג די זעלבע וואס יעדער אין וויליאמסבורג ווייסט, אז אפאר דאלער פון שעיפער איז וויכטיגער ווי צרכי הכלל, און פאליס ליידיג מאכן ראדני איז וויכטיגער ווי מציצה בפה

דעריבער בסך הכל

**הרב צוויבל 'האט' ערלעדיגט אז די 'סטעיט' זאל אפלאזן מציצה בפה

**הרב צוויבל 'וואלט' ארלעדיגט אז די 'סיטי' זאל אפלאזן מציצה בפה

**נידערמאן/מענצער ווייסט בלומבערג און יעדער אז זיי מיינען נאר זייערע אינטערעסן, סהדי שיקרי אאוגרייהו זילו [פאר די זאלי'ס וואס קענען לערנען ווי זייער רב, מיינט דאס, פאלשע עדות ווערן אראפגעקוקט ביי די מענשן וואס דינגן זיי עדות צו זאגן פאלש]




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/1/2006 22:09 לינק ישיר 

זעלבסטפארשטענדליך אז קיין גאראנטי איז קיינמאל נישטא, אויב איז אמת אז הרב צוויבל האט דאס געזאגט, דאן דארפן מיר עם נעמען ביי זיין ווארט, איך פערזענדליך קען נישט דעם הרב צוויבל, אבער דער מוהל מיט וועם איך האב גערעדט האט מיר געזאגט אז ער איז א גאר חשובער אינגערמאן א ערליכער, א גרויסער תלמיד חכם, א פקח עצום, ווי אויך א לויער, און א געוואלדיגער עסקן, סאטמאר האט עם אסאך געניצט ביי אסאך מערכות, ביים גארביטש רעסייקלינג, ביי די סקול דיסטריקט מערכה וכדומה,

ביי די אסיפה וואס ער האט אנגעפירט זענען געזעצן זייער אסאך פון אונזערע היימישע רבנים און מוהלים, ס'איז געווען א ביי-פארטיזן אסיפה, ס'איז נישט געווען אינטער די אגודה און נישט אינטער סאטמאר, נאר א אסיפה בראשות גדולי הרבנים דניו יארק רבתי פון אלע קרייזן, און נאר אזוי וואלטן מיר געקענט געווינען אזא מערכה, ווען יעדער איז באחדות,

אבער דער פראבלעם איז, אז אויב וואלט יענע אסיפה געווען סאקסעספאל, וואלטן זיך אונזערע פינסטערע עסקנים נישט געקענט נעמען דעם קרעדיט, זענען זיי גרייט געווען צו ציברעכן די גאנצע מערכה מיט חלומות שוא, נאר כדי צוראטן אויפן זאטל, און זיך קלאפן אין די פלייצע, אז זיי האבן דאס ערלעדיגט, ועל דא קא בכינא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/1/2006 22:21 לינק ישיר 

האסט מיר פארט נישט געענטפערט.

אויב איז אמת אז הרב צוויבל האט געהאלטן ביי עפעס א אפמאך, און די אסיפה ביי בלומבערג האט אלעס קאליע געמאכט, פארוואס האט ער געלאזט ראביי בעלסקי גיין צו די אסיפה וואס די "סאטמארע חיות" האבן פאררופן, וואס שטערט למעשה אלע פלענער פאר א ריכטיגע לעזונג פונעם פראבלעם ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/1/2006 22:58 לינק ישיר 

בא ללמד

דיר דאכט זיך אוודאי אז עס איז די ערשטע מאל, וואס אגודת ישראל אדער אנדערע טרעטן אפ ווען די פירער/פארפירער מישן זיך אריין

א עסקן איז טאקע א עסקן, אבער פירן קריג, מיט 'אונזערע היימישע' עסקנים ביי דעם האלטן זיי נישט דערביי

פרעג דיר נאך אויף אנדערע אישו ווצב"ש
סטעיט הילף פאר ישיבות
הילף פאר אינפערטיליטי
סקול וואטשערס

און נאך




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/1/2006 23:26 לינק ישיר 

דער מציאות איז אז רוב עסקנותן וואס נידערמאן און די מענצער קאמפעני האבן אנגעפירט האבן זיי געמיינט פאליטיק, און האבן טאקע אלעס אנגעויאוירן.

ארטיסטן
גרעטש
שעיפער
מואווי סטודיא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2006 02:26 לינק ישיר 

האבן ענק מיך אנגעמאכט דא..
פאר יעדע ווארט וואס איך שרייב דארפן ענק שרייבן צען, און ענק געבן נישט אויף, אין די לעצטע צוויי טעג איז שוין געבוירן א פרישע נייע זאק מיט ליגנטס און דמיונות.
לאמיך גיין אין די רייע.
"בא ללמד"
די דאקטוירים האבן אויסדריקליך נישט גערעדט נאר אין ראדני, זיי האבן גערעדט צום העלט קאמישאנער און קלאר געזאגט אז סאיז נישטא קיין שום פראבלעם. איך בין נישט זיכער אבער איך מיין אז זיי האבן עס אויך געגעבן אויף פעיפערס.
"יענקעלע11"
דו ווייסט אויך אז רעליגיע איז דא נישט קיין סתירה מיטן געזעץ, און אז סאיז עכט נישטא קיין שום פראבלעם מיט מציצה בפה, דו טענסט נאר פארוואס מהאט עס נישט געגעבן פאר בלומבערג.
די תירוץ ווייסטו אליין זייער גוט, אז בלומבערג און פרידען האבן נישט געדארפט קיין דאקטוירים מיט קיין סטאדיס, זיי האבן געוואלט מאכן א "בען" אויף מציצה בפה, און אונז האמיר זיי געזאגט אז זיי וועלן באקומען וואוטס אנשטאט א בען, וואס נאך האמיר געדארפט זיי געבן?
איך געדענק נישט די נאמען פון די אנדערע דאקטאר, און דאקטאר ווערצבערגער האט גערעדט נאך פאר סאיז געווען עפעס, און קלאר געזאגט אז סוועט זיין סטאדיס אויך.
און יא, דעס איז געווען די סיבה פארוואס די סטעיט האט אראפגענומען די "בען", אבער אין סיטי איז עס געבליבן ווייל פרידען האט עס דירעקט געוואלט.
די אגודה האט אזוי ווי אלעמאל געוואלט גיין מיט פשרות, אונז האמיר געהאט קלארע אינפארמעישאן אז זיי ווילן אז די סיטי זאל שרייבן אז זיי מיינען נאר הרב פישער, און גארנישט מער. דעס מיינט אז נעקסטע טאג נעמען זיי זיך צו די אנדערע גרויסע מוהלים (אריינגערעכנט ענקער מייזליש), און צוביסלעך נעמען זיי אראפ יעדע מוהל פון מארקעט, און יעדער וועט מורא האבן צו זיין א מוהל.
אויסער דעם האט יעדער, אינקלודינג די אגודה, געוואוסט אז פרידען איז נאר א שליח פון טענדלער, און אויב מוועט אים געבן א פינגער וועט ער דארפן א האנט. וועגן דעם האמיר אונז נישט געקענט מסכים זיין צום פלאן פון די אגודה.
פאר דעם אגודיסט קערי האב איך בכלל נישט וואס צו ענטפערן, איך האב שוין אלעס געזאגט, אונז האמיר געוואוסט אז די אגודה וויל מאכן פשרות, דעס איז זייער וועג אלעמאל, מיט דעם האבן זיי שוין צוגרונד געלייגט די גאנצע תורה אין ארץ ישראל און אין אמעריקע, נאר יעצט איז די ערשטע מאל וואס "ר'" אהרן אליין מיט זיינע שווענצעלעך זאגן אפן אז זיי ווילן אויך די פשרות ווי די אגודה, זייערע גוטע פריינט.
און אונז קענען מיר גארנישט טון אז די אייבערשטער האט געמאכט פאר מעיאר א רעפארם איד וואס וויל אונז טשעפען. מקען טרייען מיט גוטן וויפיל מקען, אבער נישט מער פון דעם.
למעשה זענען ענק אויך מודה אז סאיז געווען א טשענס אז סזאל געלונגען, איך געדענק נאך ווען די בלאט האט געשריבן אז סאיז א דאנק אורי לופיליאנסקי... מסתם איז ער הייליגער פון סאטמארער רב שליט"א.
"יענקעלע11"
דו ווייסט אויך אז מגייט נישט שלעפן סקולענע רבי אין קאורט, און אז מגייט מאכן גוטע סטאדיס מיט דאקטוירים און פראפעשאנעל.
אבער מגייט יא אויסדריקליך ארויפברענגען אויך אז פרידען האט עס נאר געטון וועגן אנטיסעמיטישקייט, והאראי' וואס סאיז געווען פאריגע וואך ווען ער האט געענטפערט פארן מזכיר פון התאחדות הרבנים די פרעכע ווערטער.
"בא ללמד"
יעצט איינמאל ביזטו כמעט אינגאנצן גערעכט. אויסער מיט אפאר קלייניקייטן...
און פאר די נעקסטע דיבעיטערס, יעדעס ווארט איז א שאד.
איך האב שוין געזאגט איינמאל אז מהאט בשום אופן נישט געקענט מסכים זיין אויפן פשרה פלאן פון די אגודה, וואס וואלט קיינמאל נישט צוגעמאכט די טיר פאר די סיטי אדער סטעיט פון אריינצורעדן אין מציצה בפה און אנדערע זאכן וואס זיי ווילן אריינרעדן.
די אמת איז אז מהאט גלייך אנפאנג געוואלט גיין אין קאורט, נאר מהאט קודם געמוזט ווייזן אז מטרייט די בעסט אן קאורט, אזוי איז מען סאך שטערקער אין קאורט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > רבותי, לאזט זיך נישט פארפירן ! מציצה בפה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 ... 7 8 9 לדף הבא סך הכל 9 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.