יוחי, YOU ARE GREAT,
אבער עפעס האב איך א פילינג אז ארויף צולייגן די שולד אויפן בלאט איז עפעס פארבינדן מיט זייטיגע כוונות, ווייל ר' חיים דוד האט אויסדריקלעך געבלעימט די וויליאמסבורגע אזויגערופענע עסקנים און דאס 311 רופן, צווייטענס פון דעם ערשטן ארטיקל פונעם בלאט ביז דעם דורעכפאל, איז אדורך א שיין שטיקל צייט און נישט די מידיע האט זיך ארויף געכאפט אויף דעם, און הרב צוויבל האט זיך דערויף נישט אפגערעדט, ר' חיים דוד האט ווייטער געארבייט מיט די שטאט אן קיין שום פראבלעמען, נאר ביי דעם 311 רופן האט ר' חיים דוד באשלאסן זיך ארויס צוצוען פון דעם ענין ער איז געווארן זייער דערביטערט אויף די קאנסעקווענצעס, על כן איז לדעתי דאס בלעימען דעם בלאט, א פלעינע עלילת דם, אדער לכל הפחות זייער שטארק איבערגעטריבן.
ניין!!!, איך בין נישט אן אגענט פון דעם בלאט,
נשלח ב-17/1/2006 16:59
יענקעלע איז גערעכט.
איך געדענק ווען דער בלאט האט עס באשריבן האבן עטליכע פון די שפעטערדיגע "געטרייע עסקנים" געהאט שטארקע טענות צום בלאט - באזני שמעתי - היתכן זיי האבן פארעפנטליכט די פרשה, און אז דאס קען שאטן.
דער מציאות איז געווען, אז די מידיא האט נאך דאן גארנישט געהאט באריכטעט, ביז ווי לאנג עס האט זיך נישט אנגעהויבן דער 311 קאמפיין, און אפילו דאן איז עס נאך געווען אויף א שטילן טאן ביז די אסיפה פון די רבנים מיטן בירגערמייסטער.
איך האב נישט קיין השגה פארוואס דער בלאט האט באשלאסן אז מען גייט יא פארעפנטליכן די פרשה, אבער איך בין זיכער אז עס איז געווען א געהעריגער באשלוס, און אדורכגעטראכט בכובד ראש. ווייל "יעדער" האט געהאט געוואוסט אז עס איז נישט כדאי צו מאכן א טומל דערוועגן [איך פערזענליך האב שוין געוואוסט צוויי וואכן בעפאר דער בלאט האט אויפגעריסן די נייעס].
און איך בין אויך איבערצייגט, אז אויב טענדלער וואלט נישט געקענט פועל'ן ביי די שטאטישע רעגירונג - א זאך וואס איך בין לגמרי נישט איבערצייגט - וואלט "ער" געמאכט א ליארעם אין די פרעסע אז די שטאט טוט עס נישט פארבאטן טראץ וואס 'גאנצע דריי קינדער'... זענען שוין אנגעשטעקט געווארן אין די לעצטע הונדערט יאר.
מיינע איבריגע הערות וועלן שפעטער נאכפאלגן.
נשלח ב-17/1/2006 17:29
יענקעלע
שכויח
איך רעדט נישט דא אין נאמען פון אגודת ישראל איך לייג נאר פאר דא מיין אייגענע איבער שאצונג פונעם היסטוריע פונעם מערכה.
איך האב נישט קיין שום דירעקטע ידיעה אז דער אגודת ישראל האלט אז דער בלאט איז עפעס שולדיג אונעם פלאנטער וואס מיר געפינעם איצט דא.
איך האב מיך באצויגען צום געוואליגען שאדען וואס פורסם און דער אפפענע מידיא ברענגט צו דעם מערכה, ווייל אין דעם גענעראלער פובליק קען מען בשום אופן נישט געווינען דעם דעת הגוים צו שטוצן מציצה בפה. IT JUST WON"T HAPPEN
נאר שתדלנות אויסער די ברייטע שיין פון צייטונגען און מידיא קען העלפען דא.
איך וויל נאר דא באמערקען אז עס זענען פארהאן אנדערע מערכות וואס קומען פאר שטענדיג און ח"ו אויב דאס זאל ווערן א TOPIC אויף TALK SHOWS.
איך וועל דא מרמז זיין אויף נאר א פאר נקודות והמיבין יבין
1) אלע ישיבות מוזען לויט דעם געזעץ לערנען מיט די קינדער ווי אזוי צו פארמיידען איידס ...
2) די ישיבות וואס נוצען MAGIC MARKERS אויף BOOKS פון דער רעגירונג...
3) די צאל אינגלעך וואס באקומען נישט קיין BASICS IN ENGISH אין דאס איז א אזאך וואס ה' ישמור אויב ווען זיי ווילען קען מען ממש ארעסטירן עלטערן... ה' ישמור...
[לובאוויטשער רבי האט נישט געלאזט אפילו איין אות למודי חול פאר קינדער אונטער בר מצוה אין ישיבת אהלי תורה]
דער סדר השחיטה...
דער סדר הכפרות...
די ליסטע קען זיין גאר לאנג
אז אָך אין וויי אויב אלע ענינים וואלטן געוועהן האלץ פאר די פייערן פון אונזערע צייטונגען
סוף דבר אויב מיר ווילען זיין אויבער חכמים איז דא א סאך וואס צו בודק זיין...
נשלח ב-17/1/2006 19:32
שלום עליכם ר' יוסי,
שפתיים ישק יעדעס ווארט דיינער, איך בין איינשטומיג מיט דיר 100%
חוץ וואס די שרייבסט
ד) אויב עס איז דא א דאקטער וואס זאגט אז HERPES ביי מציצה בפה איז זייער זעלטען און מ'דארף נישט גוזר זיין וועגען דעם גארניש, האט אבער קיין שום דאקטאר נאך נישט פארגעשלאגען אן ALTERNATIVE סברה ווי אזוי האבען די קינדער באקומען HERPES ל"ע, און אז דעם דאקטער'ס סברה איז שטערקער און מער מסתבר ווי דער סברה פון דעם קאמישענער פרידאן.
און דאס איז דער סך הכל פון אלעם, ווייל ביז היינט איז נישט דא קיין שום דאקטער וואס קען פאר לייגען א 'סייענס רעפארט' וואס נישט נאר גיבט א סברה אחרת ווי אזוי די קינדער האבען באקומען HERPES נאר עס קען גאר נישט זיין אז זיי האבען דאס באקומען פון דעם מוהל! ליידער ליידער אין דבר כזה ולא יהי' דבר כזה
דאס איז אמת געווען ביי מוהל פישער,
אבער היינט אויב האסטו געליינט די גויאישע צייטונגען פארגאנגענע וואך האסטו געקענט זעהן אז דא האנדעלט זיך איבער פרישע קינדער מיט HERPES אין איינע פון די איבערקערענישן וואס עס גייט פאר איז,
אז א קינד האט באקומען HERPES פון די מאמע באשטעטיגט פונעם דאקטער אז עס איז געקומען פון די מאמע מ'האט דאס קינד אריינגעפירט אין שפיטאל,
פארשטייט זיך מ'האט געפרעגט די מאמע האט דאס קינד געהאט מציצה בפה?
און די מאמע האט געענטפערט א שיינע הויכע יא
נעקסטע שאלה
ווער איז געווען דער מוהל?
אויף דעם האט זי געענטפערט
נישט אייערע געשעפטען,
איהר טענה איז געווען אז דער דאקטאר זאגט אז עס קומט פון איהר וואס איז דיין געשעפט ווער דער מוהל איז.
די פרשה האלט זיך נאך אינמיטטען אנטוויקלען , מקען נישט רעדען צופיל, סיז דא סאפינעס אינדרויסן.
אבער פון דא קענסטו זען אז אפילו זיי ווייסן פון ווי עס קומט אויף 100% גייען זיי נאך אלץ צו מיטען רשעות.
די מצב המנהיגים איז איום ונורא.
א גרויסער מוהל מיר געזאגט אז ער האט פארלוירן אסאך מוהלות אין QUEENS
נשלח ב-17/1/2006 21:52
יענקעלע:
גלייבסטו אז ר'שמואל ווידער איז דן בכובד ראש?
אנטווערפען רב:
קיינער לויפט נישט נאך אידען אין אמעריקע להשמיד להרוג ולאבד. גענוג מיט די פאביע.
דיינע מציאות'ן וואס די רעדסט, מיט די פאקטען, זענען גענומען פון דער איד-דער בלאט-דער שטורמער. מציאות האט עטץ געמאכט פאר א צוויי זייטיגע זאך, און negotiable.
בא ללמד:
איך פארשטיי נישט וואס די ביזט ביזי צו אגודת ישראל האט געהאט א שריפט צו נאר בעל פה. עס איז נאך נישט געהערט געווארען אין די היסטאריע אז א פאלאטישאן זאל חתמ'נען א צעטל אז ער גייט מעלים עין זיין פון א אישו וואס ער דארף זיך באפאסען מיט - זיי מודה אז עס איז געווען א נישט בארעכענטע סטעיטמענט מצד דיין רב... -. פריי דיך אז ער איז גרייט געווען צו געבן די זאך פאר התאחדות, און וויין אז זיי האבען נישט געהאט קיין שכל וואס צו טוהן אין אזא געלעגנהייט.
(אויך זעה פון יוחי'ס ווערטער ווס די רעגירונג רעדט אריין אין די סדרי הלימוד ביי אונזערע מוסדות -בוגע אונזער שמועס אינעם אשכול "אויף דעם האט די רבי זי"ע געוויינט".)
יוחי:
אל תירא ואל תחת פון צו זאגען דעם אמת. רעכען אז דער פורם איז ארויני'ש געשטימט אין קריטיק אין זייער דירעקשען וועט קאנסעקווענטואל האבען מער רעאקציע צו דיינע ריד. אבער דער פארק איז לכל, אלזא שרייב מיט אימפעט.
ביטע ענטפער מיינע פרייגען פון פריער.
באמת האב איך נאך וואס צו פרעגן וועגן די אגודה אבער ס'איז נישט דער טעמע פון דעם אשכול, און איך ווייס נישט טאמער דער פורם איז דער פלאץ, ביטע געב מיר א עצה וויאזוי דאס צוטוהן.
נשלח ב-17/1/2006 22:00
שכויח מי אנכי!
קומענדיג פון איינעם וואס איך בין משער אלס א סאטמארע קנאי און פון א זאלי פארטיי שטיצער איז גוט פאר מיין EGO
לגבי דיין הערה עס איז פאר מיר נישט וויכטיג זיך צו דינגען, אבער נאר איין נקודה.
עס איז נישט גענוג אז א דאקטער זאגט אז די מאמע האט דאס גורם געוועהן פארן קינד.
ווייל לויט פרידאן איז נאך נישט פארגעקומען (לכל הפחות עד היום ) אז א מאמע זאל איבער געבען ORAL HERPES פאר איר קינד. און לפי כללי סייענס מוז מען RULE OUT אלע אנדערע סיבות כדי דאס אנצונעמען פאר א פאקט. און אויב דאס קינד האט געהאט מציצה בפה מוז מען בודק זיין צו עס איז נישט געקומען פון דעם מוהל. והצרה אכן הוא גדול.
די זאגסט אז דער סיטי העלטה מיט זייער חקירות זענען פול מיט "רשעות"
לדעתי איז זייער שעדליך זיך צו גריבלען צו דער אדער יענער געגנער פון מציצה בפה איז א רשע צו נישט.
למעשה הרי לפנינו 3 קינדער נפטרים ועוד שנחלאי ל"ע, אויב מ'הערט פון אונז אלס ענטפער: "רשע" "רשעות" "מפירי ברית" "עלילה" וכו' ... קוקען מיר אויס ווי טאליבאנער וואס זענען קאלט ווי אייז אהן רחמנות און דער דעת הקהל סיי פון אידען און להבדיל גוים ווערן מער און מער און כעס אויף אונזער הנהגה.
אודאי האלט איך אז טענדלער איז אן עוכר ישראל אבער דאס מוז זיין ביי אונז BESIDE THE POINT
ווי מער מ'פארפירט קעגען איהם און נישט מ'ענטפערט צו די זאך מיט דרך ארץ, זע'ען מיר אויס ווי חיות פון וואלד און עס איז גורם מער און מער פרעשור מ'זאל אונז נישט נאכגעבען.
ווער עס ענטפערט און פאבליק דארף דאך ווייזען א פנים פון טיפער זארג פאר דעם פראבלעם און ארויס ווייזען חכמה און נשיאות חֵן אז כדי ער זאל האבען נאמנות און פאבליק, דארף מען זען בגלוי אז ער איז פונקט אזוי פארזארגט פאר די קינדער ווי זיי
דאס קומט נישט פון פראטעסטען און שרייערייען און קללות.
אגב איך האב געהערט פון מקור מוסמך און אגודה אפיס פון איינער וואס איז אמאל געוועהן א קאמישענער ביי א פריערדיגער מעיאר, אז דער מעיאר האט איהם געזאגט אז די 311 קאלס זענען פאר א יעדען 3 קאלס נגד מציצה און איינס פאר מציצה בפה, דאס איז לכאורה א סוד פון סיטי האל ווייל אויב דאס קומט ארויס וועלן די משגעים ווייטער אנהייבען קאלען.
אבער עס כאפט א שרעק מיט וואס מ'האט דא צו טוהן
לגבי דיין קווינס מעשה.. אוי ווי עס איז אמת
ר' חיים דוד צוויבעל האט באקומען באריכטען פון מוהלים וואס מאכען "נישט" קיין מציצה בפה אז זיי באקומען CANCELATIONS פון מילה בכלל! רחמנא לצלן ווייל דער גאנצער פרשה האט ארויס געברענגט נעגאטיווקייט קעגען מילה!
עס איז אין לשער דער שאדען וואס די משגעים און דער פורסם מאכען אהן
תוקן על ידי - yohcee718 - 17/01/2006 22:11:53
נשלח ב-17/1/2006 22:01
kerry
עוד חזון וועל איך דיר ענפערן
נשלח ב-17/1/2006 22:21
שכוח
I can't wait to hear from you.
נשלח ב-17/1/2006 22:56
יוחי שלום עליך
א פראגע און א מימרא
עס איז ווייט פון מיין פארשטאנד, פארוואס אגודת ישראל, און אנדערע עסקנים/ארגינעזאציעס האבן נאך נישט אונטער גענומען שטודיעס [אויב זיי האבן יא, בעט איך זיי איבער] וויפיל מאל קינדער האבן באקומען הערפיס פון די מאמע אדער פון אנדערע, און מיט אנדערע מיין איך, נישט דער מוהל, און דער באווייז דערצו איז ווי פארשטענדליך פשוט, אויב האב מען הערפיס פארן ברית קומט עס נישט פון מוהל
וועסטו ר' יוחי אוודאי ענפערן, און אנדערע אויך, אז עס 'קען נישט' זיין, ווייל איינער פון פראפעסארן האט אזוי דערקלערט, און יענער האט נאך צוגעלייגט אז אויב עס קומט פון די מאמע דארף זיין הערפיס אויפן גאנצן קערפער
איז אבער מיין תירוץ, איך ווייס פון א פאקט [איך בין עס נאכגעגאנגן און עס באשטעטיגט אויף 100 פראצענט] א חסידישער אינגערמאן, האט ביי יעדן פון זיינע קינדער פאסירט אז זיי האבן געהאט הערפיס, אבער ביי די ערשטע דריי, איז עס געווען פארן ברית, און דער ברית האט זיך אפגעשטופט יעדעס מאל, נאר ביי פערטן קינד, האט דאס קינד באקומען הערפיס נאכן ברית
נו, פארשטייט זיך אליין, אז אנקומענדיג אין שפיטאל, איז די ערשטע פראגע געווען, איז געווען מציצה בפה, אויף וואס דער טאטע האט געענטפערט אז יא, און ווען דער נוירס האט געואלט אנהייבן פארפירן, האט ער געענפענט א מויל, און דערקלערט, אדרבה זייט מיר מסביר וויאזוי און פארוואס האבן מיינע ערשטע דריי קינדער באקומען הערפיס פארן ברית, אפשר איז די שפיטאל שולדיג, אדרבה איך וואלט געוואלט זעהן די רעקארדס פון שפיטאל דערוועגן, ווי פארשטענדליך האט מען אים אפגעלאזט
ווען איך האב געפרעגט פארוואס דער אינגעמאן האט נישט געמאכט א טומל, עס איז דאך גוטע סחורה פאר מציצה בפה, האט ער געענטפערט, אז ער האלט נישט ביים זיין דער קרבן ציבור מען זאל אים משוגע מאכן, אבער בעיקר פרעגן ער, וועם זאל אים קאלן, וועם זאל ער פארציילן
אדרבה, איך האב אין אלע ארטיקלען נישט געזעהן אז עס זאל האבן געווען א געהעריגע שטודיע פאר מציצה בפה אדער קעגן מציצה בפה
נשלח ב-17/1/2006 23:07
קערי, קודם כל האלט איך אז יא, שמואל וויעדער איז דן בכובד ראש, און אזוי אויך די שרייבער פונעם איד און פון יעדן צייטונג איז דן יעדע קאנטריווערשעל שטיקל בכובד ראש, קיינער וויל נישט מען זאל עם באשולדיגן אין צוברעכן א מערכה, ס'איז פשוט א ביזנעס דעסיזשאן.
און אפילו לאמיר שוין זאגן אז ער האט דאס יא אריין געשטעלט, און לאמיר אפילו זאגן אז אפילו ער האט דאס געשטעלט במכוון, וויסענדיג אז עס קען גורם זיין פראבלעמען, איז עם צו באשולדיגן מיט צוברעכן די מערכה אדער נאר אפילו צוגלייכן זיין שרייבן צו די 311קאלס, פאלטש און אבסורד, ס'איז אזוי ווי מען גלייכט צו ביי א מערדער ווען איינער הרג'עט עמעצן מיט א גאן, באשולדיגט מען די גאן מאנעפעקשערערס, לאמיר שוין זאגן אז דער בלאט האט גורם געווען (וואס איך האלט קלאר אז עס איז נישט אמת) איז דאס נאר געווען א גרמא בעלמא, אבער די אזויגערופענע אליין געקרוינטע עסקנים וואס האבן אויף די אייגענע האנט געהייסן רופן 311, וואס איז קלאר געווען דער מכה בפטיש אויפן קאלעפס פון די מערכה, די זענען וועם מען דארף פארדאמען, און אויב לאזט מען זיי אויס און מען פארדאמט נאר דעם בלאט, אדער אפילו ביידע גלייך, איז דאס נאר א פועל יוצא פון אייגענע זייטיגע נגיעות.
נשלח ב-17/1/2006 23:23
פאקטיש
דא האב איך נישט מורא צו זאגען און איך וועל ענטפערען אבער כאילו נאר "מדעת עצמי"
דיין סיפור איז גאר גאר וויכטיג איך וואלט איהם געראטען צו קאלען אגודה אדער סיי וועלעכער היימישער דאקטאר.
די אליין אפשר רופטסטו דאקטאר דודי דיימאנד א חשוב'ער איד א בן תורה אין בארא פארק
נשלח ב-17/1/2006 23:23
יוחי
ווייל לויט פרידאן איז נאך נישט פארגעקומען (לכל הפחות עד היום ) אז א מאמע זאל איבער געבען ORAL HERPES פאר איר קינד. און לפי כללי סייענס מוז מען RULE OUT אלע אנדערע סיבות כדי דאס אנצונעמען פאר א פאקט.
פארוואס איז עס אזוי????
איך גלייב אז ביסט נישט קיין דאקטער, אבער פארוואס האט מען אזוי אנגענימען??
אין "ווער" האט אזוי אנגענימען,פרימאן, אדער די מעדעצינישע גאס??
נשלח ב-18/1/2006 00:05
שלום משה
שאלה גדולה שאלת
יעצט רירט מען שוין אהן כפירה, השכלה, וכל מרעין בישין.
דער חילוק צווישען דעם דרך פון סייענס און די טראפען פון חזון איש, אדער טאבלעטען פון גרינג פאסטן איז פשוט.
ביי מאדערענע סייענס ובפרט ביי מעדיצין מוז מען פעסטשטעלן אז נאר דאס איז א גורם און נישט אז "זה וזה גורם" אדער א מאהל "לא זה ולא זה" גורם דאס איז דער דרך פון אלס וואס מ'פארשט מיט חכמת הסייענס.
אבער ווען איר באקומט א טראפ פון דעם נעפיו פון חזון איש אז אייערע שמערצען פון די לינקע זייט זאלן אוועק גיין, קענט איר זיך פארלאזען אויף א באבא וואס זאגט אז נאך דעם -און פונקט טאקע נאך דעם- וואס זי האט גענומען די טראפען האט זי זיך דערמאנט פון איר ערשטען מאן און אלע שמערצען זענען תיכף אוועק, פון דעם איז א ריאה ברורה אז די טראפען העלפען!
שששהההה
עס קען זיין אז פון "אנדערע סיבות" זענען אירע שמערצען אוועק אבער פאר דעם דארף מען האבען סייענטיסטען וואס זאלען RULE OUT אז קיין אנדערע סיבה חוץ די טראפען האבען איר נישט געהאלפן. אבער דער נעפוי פון חזון איש האט נישט קיין געלט און צייט צו מאכען אזעלעכע נארישע חקירות.
נשלח ב-18/1/2006 00:44
יוחי
ניין איך בין נישט ציפרידען, זיי עס בעסער מסביר
כ'וועל דיר נאכאמאל מסביר זיין מיין שאלה ,
די מאמע זאגט אז ווי באלד עס איז דא נאך הינדערטער טויזענטער קינדער מיט מציצה בפה, וואס זיי האבן "נישט" קיין הערפיס,
אין עס איז דא "איין" מאמע וואס זי "האט קלאר הערפיס", מילא איז קלאר מסתבר אז די הערפיס פינעם קינד זאל קימען פין איר זי האט עס איבער געגעבן,
נניח אז די ווילסט עס נישט אן נעמען פאר פאר 100 פראצענט אז עס איז טאקע אזוי אז עס קימט פין איר
איז עס אבער במשכול ראשון אין שכל'דיג אזוי
קימסטע, אין די זאגסט פארקערט, ניין, נאר וואס דען
ווייל לויט פרידאן איז נאך נישט פארגעקומען (לכל הפחות עד היום ) אז א מאמע זאל איבער געבען ORAL HERPES פאר איר קינד. און לפי כללי סייענס מוז מען RULE OUT אלע אנדערע סיבות כדי דאס אנצונעמען פאר א פאקט.
זאג איך דיר, ניין
אפשר מאכט מען פארקערט אז קודם זאל דער דאקטער פרידאן RULE OUT אז עס איז נישט די מאמע
ווייל זעסט דאך אז פין הינדערטער טויזענטער מציצה בפה קינדער איז קיינער נישט אנשטעקיג מיט הערפיס
אין דערנאך אויב עס איז נישט די מאמע דאן זאל ער גיין צום מוהל!!
אין בכלל איז אוםמעגליך צי זאגן אז "קיינער קיינער" האט נישט באקימען הערפיס פין די מאמע
ווייל עס איז שוין זיכער יא געווען "דריי" קינדער וואס האבן עס יא באקימען {די זעלבע נומער קינדער וואס האבן הערפיס}
נאר ווי באלד עס איז נישט קיין נומבער ווערט עס נישט רעפארטעט
בכלל, נאך א שאלה,
איז עס די ערשטע מאל אז קינדער האבן הערפיס???
האט נאר קיין איין גוישע קינד קיינמאל נישט געהאט קיין הערפיס??
פין ווי האבן זיי עס באקימען??
תוקן על ידי - שלום_משה - 18/01/2006 0:49:42
נשלח ב-18/1/2006 02:01
קבלתי באישית
פון איינער וואס זאגט אז ער איז שרייבער. "א סאטמארע איד"
איך האב ארויס גענומען פריוואטע זאכען וואס ער האט מיך געבעטן
לכבוד הרב יוחי שליט"א,
ווען איך ווייס נישט קלאר אז ער איז שוין היינט א גוטער מליץ יושר, וואלט איך געזאגט דיין ניק איז נישט קיין צווייטער ווי ר' משה שערער אליינס... דער דגוש אויף מתינות און רעזולטאטן, דאס איידעלע צוגאנג און אלעס ווייט פון זון-שיין, דאס צולאזן אנדערע מיינונגען...
מיין באקאנטשאפט צו אמעריקאנער אגודה גייט צוריק צו די מיטעלע בחור'ישע יארן, ווען מיין טאטע האט אונז גענומען חול המועד האלטן צו אגודה'ס ארכיווען אין איסט-סייד, טאקע 84 וויליאם סטריט.
איך געדענק נאך ווי היינט דעם הרב ברוך באכארד וואס האט אונז באגריסט ביים רעסעפשאן טישל, און אונז ארומגעוויזן דעם אפיס. איך האב געטראפן ר' יוסל פרידענזאן, וואס כ'האב ביז דעמאלט נאר געקענט אויף פאפיר, ליינענדיג אור-אלטע דאס אידישע ווארט ביים זיידן אויף האפער סטריט. איי איז דאס א זיסער אידל, ער לעבט נאך?
אגב, אויב איך האב נישט גענוג געוואוסט פון ר' יוסל, האב איך געהאט א גאר אינטערעסאנטע עפיזאד אייניגע וואכן צוריק. א משפחה מיינער איז געווען אין שפיטאל, און מוצאי שבת איז די באקאנטע מיסיס כהנא פון מאנהעטן געקומען מבקר חולה זיין, געברענגט הבדלה צו מאכן, און נאך אידן זענען אריינגעקומען אין זעלבן צימער. ס'איז געווארן א שמועס, און איך האב געשפירט ווי דאס איז ממש פון די חשובסטע נשים צדקניות ביים כלל ישראל היינט. די עלטערע מיסיס כהנא, מיט א גאר צניעות'דיגע שייטל פראנט, האט געהאט א באגלייטערין, אויסזעהנדיג ווי א פרומע קלוגע עסקן'טע, געקליידט ווי ערליכע אבער נישט סאטמארער מאנסיער פרויען. ווער איז זי געווען, ר' יוסף פרידענזאן'ס טאכטער. איך האב געמיינט איך פאל אראפ, אזעלכע חשובע דורות!
עניוועי... פערזענליך האב איך, א פייערדיגער סאטמארער בחור, אלץ געהאלטן א קליין ווינקעלע פאר אנדערע חרדישע מיינונגען, אגודה אריינגערעכנט, מיט אסאך רעספעקט פאר חרדישע כלל טוערס אפילו נישט סאטמארער. כ'מיין ביז גאנץ לעצטנס האבן אלע רבנים און רבי'ס געהאט קנייטש-היטלעך ביים מזרח וואנט, ספעציעל ביי די טישן. בקיצור ס'איז א לאנגע סוגיא פאר זיך. ר' סענדער דייטש איז געווארן מיין מוסטער, זייענדיג א פיקח און מתון, און טאפ-לעוועל גענעראל וואס האט זיך נישט געשעמט צו פארברענגען מיט זיינס גלייכן פון אנדערע קרייזן. יא, כ'האב געקלעבט לייליכער מיט אייער-מעהל אויך, אבער נישט קיין פאשקעווילן, נאר בריך מתייך לשלם'ס...
דעם רעספעקט פאר אנדערע גרויסע האט זיך מיר טויזנט מאל פארשטארקט ווען כ'האב געהאט די זכי' צו פארן מיט ר' משה שערער אין זעלבן קאר. וואס איז? מיינער א ברודער איז אמאל געפארן אין איסט-סייד און ...באמערקט ר' משה שערער גיין אויפ'ן גאס. ער האט זיך אפגעשטעלט און אנגעטראגן א היטש. ר' משה איז אריין, און ס'איז געווארן א פיינער שמועס, אויף אידיש פארשטייט זיך. איך געדענק נישט צופיל פון יענעם שמועס, נאר איין זאך, ווי ר' משה האט געזאגט מיט א שמייכל גלייבטס נישט אלעס וואס שטייט אין "דער איד"... דעמאלט האט זיך געטאן מיט איחוד עולמי, נישט די שמוציגע פרשה מיט ארטיקלען אין בלאט, נאר די ערשטע פאזע, צווישן ר' סענדר דייטש אליינס און די אגודה וועגן איל"ר.
ס'ארא געפיל צו זיין מיט אזא קאליבער מענטש אין איין קאר. איך האב געפילט ווי איך פאר מיט א פרעזידענט.
זייענדיג באהאווענט אין טשוירטש-סטעיט אישוס פון אלבאני ביז וואשינגטאן, שרייבנדיג אזוי סאך דערפון פאר**** ****, האב איך אלץ געהאט מוראדיג רעספעקט און הכרת הטוב אויף וואס די אגודה טוט אין דעם פעלד. כ'האב שוין גערעדט טעלעפאניש מיט צוויבל און נעט לואין, און אנדערע. זיי האבן זיך צוגעשטעלט צום יהדות החרדית אין שפיץ פון סאטמאר ביי יעדע איינציגע מערכה, סקול דיסטריקט, כשר לאו, אינפערטיליטי, האוזינג, יעדע איינציגע זאך וואס איז נאר שייך. כל הכבוד.
היינט צו טאגס איז אגודה די אמבאסאדע פון ארטאדאקסישן אידענטום צום ווייסן הויז און קאנגרעס, בלי שום ספק. צי סאטמאר דארף דאס גלייכן אדער נישט, לאז איך פאר אנדערע צו זאגן, אבער דאס איז דער פאקט.
די איינציגסטע מאל ווען זיי האבן גענומען א דירעקטע פאליסי קעגן סאטמאר, איז געווען זייער פראטעסט אויף וואל סטריט, זייער אומפארשטענדליך עד היום הזה. קען זיין מאיר פרוש האט געשאקלט וועלטן, ווייל ער האט דעמאלט אויך געמאכט דעם רעקארד פראטעסט פון א פערטל מיליאן שומתומ"צ קעגן ציוניסטישן בד"ץ, און ער האט געדרייט די רעדלעך ביז וויליאם סטריט. קען זיין, איך ווייס נישט. עס האט מיך דעמאלט געבאדערט וואס אגודה האט געטאן, ווייל ס'איז נישט געווענליך זייער גאנג.
עניוועי, דיינע ווערטער איבער דעם ענין פון מציצה בפה זענען קולע אל השערה. איך ווייס נישט למעשה צו התאחדות אדער אגודה זענען גערעכט, אבער אפשר ווען התאחדות האט די זעלבע ישוב הדעת און פאליסי-מעיקינג-פראצעדור ווי אגודה וואלט די וועלט געווען אנדערש, אפילו די מסקנות וואלטן געווען אנדערש.
גלייך ווען די מציצה בפה נייעס איז ערשינען אין********************* ****** ****** ***** ***** האב איך געשמעקט טראבל. ערשטנס אזא טעמע קומט נישט פראנט העדליינס, און מער פון דעם והוא העיקר אז דאס פאדערט דעליקאטע שתדלנות ווייט פונעם ספאטלייט. עס האט געוויזן אויף הפקירות און עגא עד אין לשער. דאס איז געווען מיין ערשטע בליק, און איז ליידער באשטעטיגט געווארן ווען כ'האב גערעדט אויפ'ן טעלעפאן מיט ר' יצחק אהרן פישער אליינס, און זיין ווייב, וועלכע איז ************** ***** . איך האב גערעדט מיט זיי אנהויב זומער צו קענען אנהויבן דעקן די פרשה **** **** ***** **** , אבער איך האב נישט געפילט די קאמפעטענץ צו דעקן אזא האקעלע זאך, אפשר וועל איך נישט גוט אויסדרוקן דא און דארטן, און אפשר קען איך נישט אלע פאקטן אונטער די קוליסן. האב איך גארנישט געשריבן דערוועגן, און איך האב נאך אלץ נישט די קוראזש צו שרייבן דערפון עד היום הזה. די האנט ציטערט מיר ביים רירן אזא האקעלע און הארבע טעמע.
לסיכום, אויב דו ווילסט מפרסם זיין מיינע ווערטער אויפ'ן פארום, קענסטו שרייבן נאר די פאלגנדע:
***עפיזאדן פון ר' יוסל פרידנזאן
***היטש מיט ר' משה שערער
***מיינונג אויפ'ן וואל סטריט פראטעסט
***מיינונג אויף אגודה'ס אויפטוען לגבי טשוירטש-סטעיט
***"עסקנים נאנט צו די זאך" האבן געהאט שרעקליכע טענות אויפ'ן בלאט פאר אויפרייסן די באמבע ברבים.