יוחי!!!
GOOD JOB!!!
איך ווער אט אט אן אגודיסט!!!
יוחי, דו ביסט א טאלאנטפולער פערשוין,
איך פארשטיי נישט פארוואס דער "סאטמארער"
שרייבער האט דאס נישט געקענט גלייך אליין שרייבן אויפן פורום, און האט דיך געדארפט מטריח זיין צו קאפיען,
יוחי!!! JUST KEEP IT UP!!!
תוקן על ידי - כל_העולם - 18/01/2006 3:35:55
נשלח ב-18/1/2006 02:56
יענקעלע, ניין לאז אונז נישט איבער
נשלח ב-18/1/2006 03:54
איך קען נישט מער ווי ווידערהאלן מיינע פריערדיגע ווערטער, אז עס איז שווער צו גלייבן אז די בלויזע מעלדונג אין דער בלאט האט צושטאנד געברענגט דעם פראבלעם צוליב 2 סיבות.
1) אפילו חדשים נאך וואס דער בלאט האט געהאט געשריבן דערוועגן האט די מידיא נאכנישט גערעדט דערפון, ביז ווען עס האט זיך אנגעהויבן דער 311 קאמפיין. און דאס איז זיכער אז די "עסקנים" האבן נישט געדארפט אנקומען צום בלאט צו וויסן די נייעס.
2) אויב טענדלער וואלט געזען אז ער איז נישט מצליח ביי פרידען ארויסצוקומען מיט אן איסור, וואלט ער אליין געלאפן צו די פרעסע, וועלכע וואלט זיך באלעקט די נעגל צו קענען זאפטיג באשרייבן דעם קאמף פון פארגעשריטענע אידן אקעגן די פארפינסטערטע איבערבלייבענישן פון מיטל אלטער.
איך בין נישט קיין דאקטאר, נישט קיין לויער, נישט קיין ריכטער, איך האב קיינמאל שטודירט געזעץ אדער מעדיצין, איך קען בלויז זאגן וואס איך פשוט'ער מענטש טראכט.
עס איז קלאר אז דר. פרידען, טראץ וואס ער איז באמת אויסגעצייכנט אין זיין פאך, און ער איז רעספעקטירט אלס איינער פון די גרעסטע געזונטהייט עקספערטן אין אמעריקע, האט דא געצילט אויף די מצוה ספעציפיש, מיט אויסדריקליך בייזע כוונות. זייענדיג אונטערגעהעצט פון זיין אייגענעם יצר הרע, און דורך דעם מסית ומדיח טענדלער ימ"ש, האט ער געזוכט אויף אלע קאסטן צו פארבאטן די מצוה פון מציצה בפה.
דעריבער ווען מען רעדט פון דר. פרידען ביזטו גערעכט אז פאר אים וואלט מען געמוזט צושטעלן קלארע באווייזן אז די הערפיס איז נישט געקומען דורך די מצות מילה, און אפילו דאן וואלט ער עס מסתמא אויך נישט אנגענומען.
אבער איך גלייב אז יעדער נארמאלער באזעסענער דאקטאר/לויער/ריכטער וועלכער וועט נעמען אין באטראכט אז עס ווערן גע'מל'עט טויזנטער קינדער א יאר, און בלויז דריי קינדער - פון פיר טויזנט קינדער - האבן באקומען די מחלה, וואלט ער געווען גענויגט אנצונעמען יעדע טעאריע וואס איז מתקבל על הדעת וויאזוי די קינדער האבן באקומען הערפיס, און ווען מען נעמט אויך אין באטראכט אז די מחלה איז היילבאר, וואלטן די דריי שטארק איזאלירטע פעלער נישט געווען גענוג צו בארעכטיגן א רעקאמענדאציע אקעגן די מצוה.
דאס איז שוין אן דעם וואס זיי מישן זיך פאקטיש אריין אין א רעליגיעזע אנגעלעגנהייט, טראץ וואס דאס פאר זיך איז נישט גענוג אפצעווארפן א קלאגע פון סכנה, אבער עס איז יא גענוג צו נויגן דעם וואגשאל אז מען קען נישט פארבאטן ווי לאנג עס זענען נישטא קיין זיכערע באווייזן אז די מצוה האט יא געברענגט די שטערבליכע קרענק רח"ל.
נשלח ב-18/1/2006 04:21
צווישן די אומפאראנטווארטליכע שריט פון די עסקנים, וועלכע האבן זיך אויך פארשלייערט אונטערן מאנטל פון די "התאחדות הרבנים", קען זיכער גערעכנט ווערן דאס וואס זיי האבן זיך אונטערגענומען צו מאכן א שטודיע אויף הרב פישער.
נישט ווייל זיי האבן דערמיט געגעבן די רעכט פאר די שטאט זיך צו מישן אין די אידישע רעליגיע - ווי יוחי שרייבט בשם די אגודה - ווייל די דאזיגע רעכטן האט די רעגירונג שוין באקומען פון טענדלער... אויסער וואס זיי האבן זיך אליין גענומען, און טאקע ביד רחבה.
אבער עס איז געווען א געוואלדיגע נארישקייט פון זיי זיך אונטערצונעמען אזא שטודיע איידער זיי האבן באמת דאס שטודירט און זיכער געמאכט אז ער האט נישט קיין הערפיס פראבלעם ל"ע, וואס וואלטן זיי געטון אויב די שטודיע באווייזט אז ער האט טאקע יא דעם פראבלעם ?!
נאך מער, איז מעגליך אז זיי האבן טאקע דאס געטראפן ביי זייער שטודיע, און וועגן דעם האבן זיי געשלעפט מיטן אריינגעבן די שטודיע ?!
אויב יא איז דאס ווידער א אויסטערלישע נאכלעסיגקייט פון זייער זייט. זיי וואלטן געברויכט פראקלאמירן אז הרב פישער טאר טאקע מער נישט זיין קיין מוהל !
נאך אזא פראקלאמאציע, וואלטן זיי געקענט זייער גרינג פארפירן אז די שטאט זאל זיי פערמאנענט איבערגעבן דעם אנגעלעגנהייט, און זיי זאלן שטודירן יעדן ענליכן פאל וואס עס וועט אונטערקומען אינעם עתיד, עס לאזט זיך גלויבן אז די רעגירונג וואלט נישט געהאט קיין תירוץ און וואלט זיי עס געמוזט אהינגעבן, און דאס וואלט באדייט די ענדע פון די מערכה.
אבער דאס איז אלעס בלויזע שפאקולאציעס, איך בין מער גענויגט אנצונעמען אז די איינציגע שטודיע איז נאר געווען אויב איצא פריד'ס רעסטוראנט איז פריי פון הערפיס...
ועל זה דוה לבינו !
אז אזעלכע אומפאראנטווארטליכע פארשוינען האבן זיך באזעצט אויפן "עסקנות" שטול, און צוליב פריוואטע געלטגייציגע אינטערעסן האבן זיי פארהרג'עט אלעס וואס מען וואלט געקענט אויפטון !
נשלח ב-18/1/2006 04:21
איי איי איי!! "סאטמאאר'ער איד" ביז געוואויר געוורען איינע פון די סודות נעלמים וואס דיינע לערער האבען פון דיר געוואלט פארהוילען.... אוי... ווען נישט דיין וויזיט צום אגודה אפיס.. איין היטש מיט די נישט ריכטיגע עלעמענטן און קוק...!!
אה! א איד פון די אגודת ישראל אפיס ווי נאך ר' משה שערער ז"ל. א איד וואס זיין שמייכעל האט געגאסען אזויפיל אהבה מיט ליבשאפט מיט וועם ער האט נאר געדילט און גערעדט. זיננע אויגען האט געשטראלט אזויפיל חןת עס האט באנומען איעדן - נישט נאר אידען - נאר אויך גוי'אישע סענעטאר'ן.
אוי! איין היטש האט צאמגעווארפען טויזענטער ארטיקלען וואס די האסט דיך אנגעליינט אויף די אגודה. אפשר האט דאס צוטאהן מיט דעם מאמר חז"ל: שקר אין לו...?
וויאזוי קענסטו דאס מסביר זיין אין וויליאמסבורג אז עס איז דא אידען וואס האבען באמת יענעם ליב אפילו ער האלט נישט ווי אים?. וויאזוי קען דאס פארשטיין אזא איינער ווי אנטווערפן_רב? פון ווי זאל ער דאס וויסען אז דער אפיס דארט אין מאנהעטן שטייט צו העלפן א איד -ווי אימער- מיט אן אמת אהן שקר,אהן פניות, אהן סילוק חשבונות, און אהן דעמאגאגיע?. קען מען דען יעדען וויליאמסבורג'ער איד מיט נעמען אויפן היטש?!!
געווען בין איך אמאל אין די אפיס פון אגודת ישראל, עס איז געווען אפאר אינגעלייט פון פארשידענע קהילות וואס האבען געוואלט עפעס אויפטוהן איאיינעם. (דער מיטינג האט נישט פאררופען אגודת ישראל, אבער מען האט געוואלט נוצען זייער הויפטקוואטיר to host it)
אריינגעקומען אין שמועס איז אז סאטמאר'ער וועט דאס נישט צולאזען. עטליכע האבען געוואלט ראעדן בגנותן. האט ר' שמואל בלום זיך אנגערופען: רבותי מען איז זיך נישט צוזאמגעקומען דא צו רעדן וועגן סאטמאר.
איז וואס איז דיין קשיא "טאטמאר'ער איד" בנוגע דעם פראטעסט אין מאנהעטן- פאררופען דורך אגודת ישראל אנטקעגן דעם בג"ץ, אגודה האט געוואלט א פראטעסט אויף זייער שטייגער - א עצרת תפלה - אהן קיינע דרשות. דער סאטמאר'ער רבי זי"ע האט יא געהאלטען פון דרשות - און מעדיף געווען, אזוי מיין איך - ביי א פראטעסט. מען קען פארשטיין די חילוקי דעות.
אבער דא קען מען פרעגן אפשר איז דאס נישט גענוג סיבה צו גיין אליין אין אזא קריטישע צייט? מוז מען אויסזויגען א שקר פארן עולם אז די אגודה פראטעסט איז אויף א אופן פון הכרה אין די מדינה. אה! אין יעצט פארשטייט דאך שוין יעדער חדר אינגעל אז אונזער פלאץ איז נישט מיט אזעלכע.
איי, וואס איז אנדערש דעס ווי די הפגנה קעגן גיוס בנות? דאס האפט מען אז דער עולם וועט נישט טרעפן. ס'איז דאך שוין אריבער בערך דרייסיג יאר. מען קען לייקענען אז דער רבי איז דארט געווען, מען האט שוין פארלייקענט גרעסערע זאכען...
נשלח ב-18/1/2006 04:28
kerry08
STOP STOP
ביסט שוין פארקראכן פין ענין פין מציצה בפה, אין די גייסט שוין אריין אין א נייע סוגיא,די סוגיא פין אגודה VS סאטמער
איך לייקען נישט וואס די שרייבסט, איך זאג נישט אז די שרייבסט ליגענט, ווייל איך ווייס נישט
אבער,רעד מיר נישט איין אז די עסקנים דארט זענענן כילו קודש!!
קאראפשן איז דא דארט אויך!!
אפשר נישט אזוי אפן ווי ביי אונז
אדער אפשר ווי באלד מען דארט גיטע זאכן אויך, זעט מען נישט די שלעכט זייט אזוי ווייט
אבער פראביר מיר נישט צי זאגן אז די גאנצע וועלט יעדער מיינט זיך
אויסער אין איין פלאטץ, אין דע אגודה אפיס,
דארט איז דער "זיך" נישט טופס מקום
איך גלייב אז דו פארשטייסט אויך אז מען וואלט נישט פארלאנגט פון די רעגירונג אז זיי זאלן אונטערשרייבן אז פאר אביסל שטימען גייען זיי פארקוקן אויף א געזונטהייט פראבלעם.
פרעג נאר די קלוגערע עסקנים פון די אגודה, ווי יוחי און זיינס גלייכן, זיי וואלטן שוין געטראפן די פונקטליכע מהלך...
און אגב, מען האלט אין איין איבערחזר'ן די טענה - סיי דו און סיי אנדערע - אז פרידען האט פשוט נישט געקענט פארקוקן פונעם פראבלעם, ווייל ער מוז דאס טון אלס זיין פליכט.
תרי תשובות בדבר.
1) אויב אזוי פארוואס האט דער געזונטהייט מיניסטער פון די סטעיט זיך יא געקענט אפלאזן דערפון - און טאקע שוין נאכן טומל, וואס איז, אגב, א סתירה צו די טענה אז דאס פארעפנטליכן אליין האט געשאדט - עס איז דאך זיין פליכט דאס צו נאכגיין און אויספארשן ???
2) איצא גליק האט געפרעגט פון פרידען א אויסטערליש גוטע פראגע, פארוואס טוט ער נישט זיין ארבעט ביי די דריי קינדער וועלכע זענען געשטארבן אין קאלאמביען שפיטאל ???
פרידען איז געליבן דערויף אן קיין ענטפער, און איך פערזענליך האלט אז זיין נארישער "פיו הכשילו" ענטפער וועט - האפנטליך - איבערצייגן יעדן נארמאלן ריכטער אין זיינע אמת'ע כוונות. בע"ה.
נשלח ב-18/1/2006 16:26
יוחי איך זעה נישט פארוואס מען קען נישט מאכן אן "אומאפיעלע" שטודיע, ווייל סוף כל סוף דארף מען וויסן דעם אמת, קומט דאס טאקע פון מוהלים, און פארשרייט מיר נישט, אבער אויב איז עס א פאקט אז הרב פישער שליט"א איז מאיזה סיבה אנשטעקיג, האלט איך נישט אז מציצה בפה און כלל ישראל דארף מיטזינקן מיט אים
מקען אפשר האבן א אפליקאציע פאר מעמבערשיפ און די אגודה?
וואס זענען די קוואליפיקאציעס?
נשלח ב-18/1/2006 18:04
ווער-בין-איך
די פרייז פאר א יאהר איז $52 די קוואליפיקאציעס צו זיין א חבר איז צו זיין א מאמין אז נצח ישראל לא ישקר בלי פשרות און צו גלויבען אז אלע פראבלעמען וואס קומען אויף פאר כלל ישראל מוזען און קענען נאר געלעזט ווערן אך ורק על פי תורה. וואס די תורה זאגט? מוז מען זיך מקבל זיין צו זיין נכנע אונטער דעת תורה של גדולי ומנהיגי ישראל. דהיינו אלס א חבר מוזטו מבטל זיין אלע דיינע דעות צו דעת תורה.
מי אנכי, די דארפסט נישט פון מיר דעם פשט'ל שאל אביך וזקינך ויאמרו לך
____
בא ללמד
IM SHOCKED AT YOU
>>>>>
2) איצא גליק האט געפרעגט פון פרידען א אויסטערליש גוטע פראגע, פארוואס טוט ער נישט זיין ארבעט ביי די דריי קינדער וועלכע זענען געשטארבן אין קאלאמביען שפיטאל ??? <<<<<<<
לפי כתבתך קומסט דו מיר פאר ווי א מענש מיט שכל. ווי אזוי איז אזא פראגע גוט צו דעם מערכה? דער קאמישענער האט טאקע געפאלגט ר' איצא? און זיך גענומען מיט אנדערע פראבלעמען?