| נשלח ב-2/1/2006 05:27 |
|
| |
באמבע: ר' משה מנחם מופט קיין קרית יואל
ווי איך הער פון א קראנטן מקור, רודערט זיך ערנסט צווישן די זאליס און בני יואל קרייזן. לויט ווי דער מקור געט איבער ארבעט מען אויס אז ר' משה מנחם טירנויער זאל קומען וואוינען קיין קרית יואל און ווערן דער רב פון די זאליס און בני יואל.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/1/2006 05:49 |
|
| |
מרעדט שוין פון דעם גאנץ לאנג.
אויב יא וועט עס זיין א שטארקע בזיון פאר ר' משה מנחם אז ער האט זיך אריינגעלאזט אין די גאנצע שמוץ נאר צו באקומען עפעס ערנסט, ווי די דיינות אין וויליאמסבורג אדער א חבר הבד"ץ אין ארץ ישראל, נישט צו באקומען א נארישע שול פון קוים 100 מענטשן, וואו ער וועט זיך יעדן טאג צוקריגן מיט א אנדערען.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/1/2006 05:51 |
|
| |
פארוואס נישט ר' חיים הערש ט"ב, ר' זלמן לייב'ס זון?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/1/2006 05:55 |
|
| |
ווייל אין ביהמ"ד אין ירושלים דאווענען מער מענטשן ווי אין סאסמאן!
|
|
|
|
| נשלח ב-2/1/2006 21:40 |
|
| |
wait and see he is a wild kid, a lot of funn with him
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2006 18:01 |
|
| |
למעשה איז ר' משה מנחם געווען פון די גרעסטע שטיצער פונעם סקול דיסטריקט.
די בני יואל וועלן נישט אקצעפטירן איינעם וואס האט א חלק אין די כפירה ומינות.
ר' משה מנחם האט דארווייל נאכנישט צוריקגעצויגן פון זיינע אמאליגע סטעיטמענטס, און אויב וויל ער די שטיצע פון די בני יואל, מוז ער עפעס טאן.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2006 20:45 |
|
| |
פאקטיש איז אפשר מאנטריאל מסכים ער זאל זיי איבערלאזן
איך זעה אבער נישט קיין עתיד פאר אים אין קרית יואל
פראסט און פשוט
קרית יואל איז איינגעטיילט אין צוויי, פרא און אנטי, דערפאר און קעגן, חסידים און שונאים
וואס איז מיין צו זאגן איז אז די 63 פראצענט [מען קען מחלק זיין די פראצענט פון היינט ביז איבערסיאר, פון דא ביז רוסלאנס] זענען פרא אהרונים, דערפאר פאר די פירערשאפט בכלליות, און חסידים פון רב שליט"א
און די אנדערע 37 פראצענט [עס איז נישט משנה אויב מען טוישט די נאמבער צו 49 אדער 59] זענען אנטי אהרונים, קעגן די די פירערשאפט, און שונאים פון רב
אבער אין די זעלבע צייט וואס די פרא, דערפון און חסידים, זענען פאראייניגט אונטער איין מענטש, זיינע שליחים, זיין פירערשאפט, זענען די שונאים פאראייניגט קעגן אים
אבער ווער יא, וואס יא, ווען יא, וואואהין יא, וויאזוי יא, דארט הייבט אן צו זיין לעבעדיג
ווייל די 37 פראצענט איז צוזאםגעשטעלט פון בני יואל, טאהש, זאלי, תולדות אהרן, און נאך קלענערע פראקציעס ווי ברעסלאוו, טשאטה, שארמאש, און נאך פילע קלענערע און אינדווידולע יחידים, וואס יעדער האט אנדערע און פארשידן ארטיגע מיינונגן
אמת, ביי די וואלן פארשטייען זיי ארויסצוקומען געבן א שטויס אבער דא שטעלט זיך עס אפ
און ממילא זעה איך נישט ווי הרב טירנויער זאל מצליח זיין, וועמענס רבי וועט ער ווערן בני יואל - וואס ער ענדעלט די מערסטע טראץ די סקול דיסטריקט - איז שוין דארט דא א לאנגע רייע מיט קאנדידאטן, זאלי, האט זיינע אייגענע צדיקיםלעך, טאהש האט זייערע אייגענע פאליטיקס, א מישמאש פון אלע, ווער וועט עס אויפהאלטן, באצאלן
דעריבער, איז לדעתי, אויב זאל ער קומען וועט ער באגיין פאליטישע זעלבסטמארד, איבערצולאזן א מקום מנוחה - טראץ אלע זיינע פראבלעמען דארט - און אריינגיין אין אומבאוויסטע עתיד
הגם עס וועט נישט זיין, זיין ערשטע פאליטישע זעלבסטמארד, זיין שטיצע פאר די זאלי, איז געווען די ערשטע, אבער דאכט זיך מיר, אז ער האט זיך טאקע געלערנט דערפון
א חבר ביד"צ דעדה וואלט בעסער געפאסט פאר אים, זיין גאונות, צורה, ובפרט זיין עסטרעמיזם וועט נאך זיין א מעלה דארט
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2006 20:51 |
|
| |
פאקטיש.
אבער זיין שנאה צו ר' אהרן איז שטערקער פון אלעם. און ער גייט יא. כאטש וואס ער גייט אין וואנט אריין.
האסט אבער גוט ארויסגעברענגט דעם רעיון איבער די צישפליטערטע פראקציעס פון די זאלונים/בני יואל
די שוטים פלעגן זיך אלץ בארימען אז זיי האבן 50 שולן (בונקערלעך)... זיי האבן אבער נישט געכאפט אז מיט יעדן בונקער וואס זיי בויען זיך, מאכן זיי שטערקער זייער שונא ר' אהרן טייטלבוים.
מאכטס נאך בונקערלעך...
תוקן על ידי - כל_העולם - 03/01/2006 22:14:39
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2006 21:17 |
|
| |
ער וויל לכאורה זיין דאס וואס ריח"מ איז יעצט אין וומ"ס, האבן אן אייגן ביהמ"ד, מיט א ביסעלע חסידים, פראווען אלעס פאר זיך, אפשר גאר DOWN THE ROAD, אפי' זיך אנטון א ווייסע בעקיטשע און זיך קוויטלען, זיך פארופן דער "חסידא ופרישא" פון קרית יואל, ווי נישט ווי וועלן אלע "אנטי'ס" אים מעריץ זיין,
די גרויסע פראבלעם איז אז אויפן גאס קוקט עס אויס זייער עקלדיג, אז די קומסט זיך שלאגן מיטן מרא דאתרא,
יא, איך ווייס, די זאליס לאכן זיך אויס פון די "מרא דאתרא", און פאר זיי איז עס נישט קיין פראבלעם, אבער איר קענט אייך נישט העלפן, די פאקט איז אז יעדע רבי'לע וואס קומט קיין קרית יואל אויב איגנארירט ער ר' אהרן, ווערט ער אפגעסטעמפלט אויף די גאס פאר א "שלעגער",
|
|
|
|
|