ווער האט פארגויאישט דעם חנוכה
די קורצע טעג פון דעם גליטשיגער ווינטער, און די לאנגע פינסטערע נעכט פן די פרעסטיגע ווינד, האט ווי כמעט אפגעשטעלט דאס חסידות און איר געבורטס ארט מזרח אייראפע.
די וועגען פארשנייט און ווי אפגעשפארט אין יוצא ואין בא, גאר שווער איז אנגעקומען פאר א חסיד צו דערגייכען דאס רבי'ס וואוין ארט, די געוואגטע חסידים האבען ווי כמעט דאס לעבען איינגעשטעלט און אויף א דראָשקע זיך ארויף געזעצט האפענדיג צו דערגרייען דעם רבין.
אבער די אלגעמייע חסידים זענען געבליבען ביי זיך אין דארף, מען האט זיך צונויף געזאמעלט פרייטאג אויף דער נאכט און זיך דערהאלטן מיט אביסל חסידישע רייד און טייטשען אויף די וואכעדיגע פרשה האפענדיג אז דער בייזער ווינטער זאל פארביי .
אזוי האט דאס לעבען פוקצענירט אין די דערפעליך און די קאלטע טעג, אבער אַווי עס האט נאר דערגרייכט חנוכה איז א שיין ארויס פון א יעדער אידיש שטיב, און דער זעלביגער צייט וואס דער גוי האט געשיכערט מיט זיינע חגאות האט דער איד געלויבט גאט דער גרויסער אתה בחרתנו מכל העמים.
חנוכה האט דערלעבט דעם איד און אים ווי דערהויבען.
אבער דא אין אמעריקע האט חנוכה אַן אנדער מיינוג, מען האט דאס קאפעטלעזירט מיט מתנות, צערעמאניעס, און פארוויילונגס, דער חנוכה איז געווארן גלייך ווי דער גויאישער חגא נאר מיט א צווייטען נאמען.
פאסירט האט דאס ניט איבערנאכט, און דער קרעדיט איז צו פארדאנקען מערערע ארגענעזאציעס און געזעלשאפטס, מיר וועלען זיך באצוען צו איינס פון די מערערע.
אט געפונט זיך דאנענט א גזעלשאפט וועלכער טוען א וועק שטעלען א מנורה אַווי אימער עס בליטשקעט אַן אשירה בוים, און אויב זאל דער לאקאלער רעגירונג ניט לאזען וועט מען דאס טראגען אין געריכט און שיטען כל הון דעלמא זיכער צו מאכען אז דער מנורה איז צו גלייך מיט דער בוים.
ווי מיר גלויבען איז דער אנזען פון די מנורה איבעראל פונקט אזוי וויכטאג ווי דאס דריקען דער ספר התניא בארבע כנפות הארץ.
גלייצייטאג האט א קאלגע שרייבער מיר דערמאנט פארוואס ביי זיי לייגען די בחורים ר"ת תפילין, ווייל רש"י לייגט מען פאר גויים....
 |
|
|