בית פורומים כל העולם כולו

אהרונים זיכערע לוזערס אין קאורט!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/1/2006 09:46 לינק ישיר 
אהרונים זיכערע לוזערס אין קאורט!

אין די גאנצע וועלט הערט מען די אהרונים שרייען שוין צום צוואנציגסטן מאל אז "יעצט" גייען זיי געווינען די קאורט, זיי האבן ראזענוואסער, זיי האבן זשאונס, זיי האבן די אפיעל וכו'.
זיי האבן אדער פארגעסן איין זאך, אז מדארף האבן די באשעפער, און אן אים קען מען גארנישט געווינען, און ליידער קען מען אים נשיט אונטערקויפן. (מקען עכט יא, מיט תורה און מיט מצוות).
איך וויל נאר אראפשרייבן פאר אלע אונזערע ידידים וואס זענען צובראכן ווייל זיי זעען די אהרונים גייען מיט שטאלצע קעפ, האב איך געטראכט אז איך וועל אראפשרייבן פארוואס איך ווייס אז אונז גיי מיר מיטן באשעפערס הילף געווינען די קאורט!
קודם כל זאגן זיי אז זיי האבן ראזענוואסער, כאילו ראזענוואסער קען גיין גראד אין וואסער, כאילו ראזענוואסער קען זיך מאכן נישט וויסנדיג פון דעם אז דער רבי האט יארן לאנג געדיעלט נאר מיט ר' יעקב כהנא.
זיי שרייען אין קאורט אז עכט איז דער רבי נישט בעה"ב אבער קהל האט אלעס אלעמאל געפרעגט די רבי. יעצט זאלן זיי אליינס זאגן, אפילו אויב דער רבי קען נישט ארויסווארפן ליגעלי קיינעם, אבער דער וואס איז פרעזידענט גייט אלעס פרעגן די רבי, אפילו אויב ער מוז אים נישט פאלגן, ווער האט אלע יארן געפרעגט אלע זאכן פון רבין? דעס איז זיכער אז די עכטע קהל פרעגט אלעס דעם רבין.
און זיי קענען נישט שרייען טעראר, ווייל זיי גייען קיינמאל נישט קענען אויפווייזן אז מהאט זיי טעראריזירט, ווייל עכט האט מען זיי נישט טעראריזירט, בערעלע פרידמאן האט געקענט אריינגיין צום רבין נאך וואס מהאט אויפגענומען די רב פאר רב, אבער ער האט נישט געוואלט גיין ווייל ער האט געוואוסט אז ער איז נישט קהל און די רבי וועט אים באשייגעצן און ארויסווארפן.
נאכדעם זאגן זיי אז זיי האבן די אפיעל, איז ווייטער די זעלבע זאך, די אפיעל קען עפעס זאגן נארישקייטן? ווי קען די אפיעל זאגן אז די רבי איז נישט בעה"ב, אין צייט וואס די רבי האט זיין גאנץ לעבן אלעס געטון ווי ער האט געוואלט? דער רבי האט אלעמאל פארפירט און געהאקט קעגן ארגאניזעישאנ'ס, דער רבי האט געזאגט אז די הויפט פראבלעם מיט די אגודה איז טאקע ווייל סקען קומען א פרעזידענט און זאגן וואס ער וויל, און מוועט נישט פאלגן קיין רבנים. יעצט קומען זיי און זאגן אז די רבי האט אליין געמאכט אזא ארגאניזעישאן וואו די פרעזידענט איז בעה"ב?
אויך זענען זיי ביזי אז זיי האבן מעדיקל רעקארדס, נעבעך, זיי מיינען אז אונז זעמיר קליינע בעיביס וואס ווייסן נישט וויזוי ממאכט א קאורט, און ממיינט אז ווייל מאיז גוט מיט אפאר לעלוס קען מען מאכן א קאורט.
מהאט זיך אויף יעדע זאך גוט באווארנט, פאר יעדע צעטל וואס די רבי האט אונטערגעשריבן איז דארט געווען א דאקטאר, און ער האט געמאכט זיכער אז די רבי איז ב"ה פולי אקעי. איך ווייס זיכער אז סאיז דא א ווידיאו וואו די רבי שרייבט אז די רב זאל איבערנעמען גאנץ סאטמאר, און אלע פיטשיווקעס זענען גוט באווארנט ב"ה.
עכט וואלט איך נישט געשריבן אזא לאנגע מגילה, אבער כזע ווי די אהרונים דרייען זיך שטאלץ און זיי טרייען צו צוברעכן די סאטמארע עולם, וועגן דעם האב איך אפגעשריבן "אפאר" קראנטע זאכן, און די עולם זאל וויסן אז ווילאנג אונז האמיר די באשעפער מעגן זיי האבן וועם זיי ווילן.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/1/2006 16:36 לינק ישיר 

נעבעך. די וואס האבן אפגעקויפט דעם באשעפער דארפן ארומלויפן זיך טרייסטון מיט "קראנטע" זאכן...
איך וועל שוין רעדן מיטן באשעפער, עטץ וועטץ נאך זען וואו עטץ וועטץ אנקומען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/1/2006 16:37 לינק ישיר 

נאך אן איזרעילי הינדל קרייט....
דער מצב איז אים נעבעך אנגעזעצט,
אפשר עפענט בי ענד עיטש א ברענטש אין איזראעל צו געבן ארבעט דארטן פאר די פאפיטאס קראכער.......



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/1/2006 18:45 לינק ישיר 

אנטוערפןרב,האט מיר דערמאנט א באקאנקטע מעשה, איר מעגט עס ליינען

ווען דעם רעוין הציוני האט זיך אנגעהויבן, זענענן די פירערס אמאל געקימען צים הייליגען..? איך מיין דעם עצי חיים זי"ע
אז ער זאל זיי שטיצען אז מען זאל גיין אויף א"י
האט ער זיי געפרעגט א פשוט'ע פראגע,
אז אין א"י וואנען דאך מליאנען ארבערס ווי אזוי טראכט עטץ אז עטץ וועטס האבן א זכות קוים דארט????

האבן זיי גע'ענפערט עס איז דא א גרויסער באשעפער ער וועט אונז היטען

האט ער זיך גענימען מאכן קולות אויף זיי
עטץ טיטס אפ די גרעסטע מין עבירות אין רשעות וואס איז שייך,פליצלינג האבן ענק זיך דערמאנט אז עס איז דא א באשעפער??!! גייטס ארויס ענק זענענן נישט מער ווי א באנדע פאפערס וואס גלייבן נישט אין באשעפער

הנמשל מובן מאיליו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/1/2006 19:14 לינק ישיר 

עס איז א פארגעניגן צו זען ווי דעם באשעפער'ס "אפוטרופסים" - כביכול - פירן געהעריג אויס זייער פליכט, און ברענגען אונז זיינע פונקטליכע מעלדונגען, דאנקען שיין.

לענינינו, איך ווייס נישט וואס גייט זיין אין געריכט, לא נביא אנכי ולא בן נביא אנכי, אזויפיל קען איך דיר יא זאגן, אויב ביזטו פון די אדוואקאטן אין די קעיס, דאן ווער איך אסאך רואיגער...

1) קודם כל וואס דו זאגסט וועגן די "צוואנציגסטע מאל", וויל איך דיר מגלה זיין א סוד, די אהרונים קענען באשטיין צו פארלירן הונדערט מאל, און נאר איין מאל געווינען.

די לעצטע מאל...

2) די בפירושע ראי' וואס דו האסט געטראפן אז יענקל כהנא איז בעה"ב ווייל נאר ער האט גערעדט צום רבי'ן, מוז איך דיר זאגן אז דו האסט א שטיקל פוינט, די אהרונים - וויפיל איך ווייס - האבן נישט קיין ווידיאו וויאזוי מ'לאזט נישט אריין ר' בערל צום רבי'ן, במילא קענט איר טענה'ן אין געריכט אז ר' בערל איז נישט געקומען ווייל ער האט מורא געהאט פון רבי'ן זעלבסט. אבער איך וויל דיר סתן פרעגן, א פלעשל, א גלעזערנע !, אין קאפ פון ר' שמואל אבערלענדער ביי "יוסף שפיעל" (די וואס די רבנים האבן נישט גע'אסר'ט...) איז גענוג א גוטע באווייז וואספארא מתנות מען באקומט פארן רעדן צום רבי'ן ?

ואטו כי רוכלא ניחשב וניזול, אלע הונדערטער פעלער ווי איר האט געשלאגן און געהרגעט ווער עס האט גערעדט צום רבי'ן א ווארט ?

אויסערדעם האט איר זיך אליין געשאסן אין די פיס, ווייל איר האט צוזאמגעשטעלט אין געריכט די קהל קלאגע מיטן רבנות סכסוך, און דוכט זיך אז דאס וועסטו שוין אויך מודה זיין אז דעם רב און זיינע ארומיגע האט מען נישט אריינגעלאזט צום רבי'ן...

2) בנוגע דעם אפיעל, דוכט זיך אז דו האסט געמאכט א שטיקל טעות, דער "זיי" וואס דו האסט געהערט אז זיי האבן דעם אפיעל האט מען גערעדט פון זאליס, נישט פון אהרונים. (שלום דייטש איז א זאלי, נישט קיין אהרוני... און דאס זעלבע מיט "וויליאם מעסטרא").

אבער דאס איינע ביזטו גערעכט, די אפיעל קען עפעס זאגן נארישקייטן?

ווי קען מען זאגן אז א מענטש מאכט א קהילה, די ערשטע זאך הייסט ער זיינע נאנטסטע מענטשן מאכן שטאטוטן. די הויט ברענט, יעדער פארלוירענער טאג איז א אומשאצבארער שאדן, מען דארף שטעלן די יונגע קהילה אויף די פיס, און דא הייסט ער פאר זיין לייב-גארדיסט זיך זעצן שפילן ?! מאכן שטאטוטן פאר "פאן" ?!

בכלל, פארוואס האבן אנדערע קהילות - למשל באבוב - נישט געהאלטן פאר וויכטיג צו מאכן אזא "שפיל" ווי שטאטוטן ?!

ווידער צו זאגן אז די שטאטוטן שטייט גאר אז דער רבי איז בעה"ב, מוז מען שוין זיין גענוג צודרייט צו קענען זאגן אז "מלמד" מיינט א "מעט טיטשער"... (אז דו גלייבסט מיר נישט, גיי פרעג אלטר משה גאלדבערגער...).

3) וואס דו זאגסט וועגן "אגודה" איז טאקע א מורא'דיגע טענה, רוף שנעל אן שלום דייטש און זאג אים אז ער זאל עס איבערגעבן פאר וויליאם מעסטרא...

צום שלוס, מאכט נישט קיין טעות, איך בין אויסדריקליך נישט פארזיכערט אינעם געריכט, דער מציאות האט ביז היינט באוויזן אז די זאליס האבן געמאכט אזעלכע קונצן אין געריכט וואס קיין נארמאלער מענטש קען נישט באווייזן, און בפרט ווען מען זעט שוין קלאר אז זיי האבן שוין קאנטאקט אפילו אין אפיעל געריכט.

איך וועל ניטאמאל זיין גענצליך איבערראשט אויב איך וועל זיך איבערצייגן אז זיי האבן אונטערגעקויפט ראזענוואסער !

איין זאך פארלאז איך זיך, אז דער רבש"ע וועט אין די ענדע נישט לאזן פארפאלן גיין עדת צאן מרעיתו, און ער וועט נישט צולאזן אז מען זאל צוברעכן דעם איין איינציגסטן כח וואס דאס יהדות החרדית האט נאך פארבליבן אין אירע רייען !



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/1/2006 19:33 לינק ישיר 

אנטווערפענער

האסטו צוויי נקודות

איינס, בנוגע דעם באשעפער, וואלט איך דיר געראטן צו מקיים זיין דעם 'בקהלם אל תחד כבודי' לאז ארויס דער באשעפער נאמען פון דיין טינוף

און בנוגע דיין ליגעל ארגומענט, וועל איך אראפברענגן וואס ריכטער ראזענוואסער האט געזאגט נאוועמבער 30 2005, אויף פעידזש 41, צו סוף פונעם פעידזש

THE COURT: I am not sitting on the appeal. Let me just tell you something. This is a religious organization that's organized under the state laws of the State of New York. It's called a religious corporation law. This sect like any other religion doesn't exist outside the law. Are you telling me the Court can't pass upon whether an election is valid or not valid under its bylaws? That's baloney in plain English.

קאמענטארן זענען איבעריג



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/1/2006 21:26 לינק ישיר 

אנטווערפן.
וואו האבן ענק אפגעקויפט דעם באשעפער, ענק האבן זיך געטראפן מיט אים אין א רעסטוראנט?
דער באשעפער איז מיט אונז, אלקים יבקש את הנרדף.

בא ללמד.
פארוואס זאגסטו אז דו וועסט נישט זיין סורפרייזט אויב זיי וועלן אונטערקויפן ראזענוואסער? איך וועל זיין זייער סורפרייזט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/1/2006 23:13 לינק ישיר 

סאיז גוט צו זען ווי די אהרונים שפרינגען ווען זיי הערן דערמאנען דעם נאמען פון באשעפער.
"בא ללמד"
על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.
1) אונז וועלן געווינען מיטן באשפער'ס הילף נישט נאר הונדערט מאל, אדער אויך די לעצטע מאל.
2) דא ווערסטו שוין מודה במקצת. דו זעסט אויך אז איך האב א שטיקל פוינט.
שמואל אבערלענדער האט געאכפט די באטל לאנג פאר די רבי האט ארויסגעווארפן בערעלע. קיינער האט קיינמאל נישט געשלאגן און געהארגעט איינעם וואס איז אריין פרייוועט צום רבין און גערעדט מיט אים. אפילו בערעלע פרידמאן איז אויך אריין צום רבין פריוואט לאנג נאך די מעשה מיט די באטל פאר שמואל אבערלענדער. אלע זאכן וואס האט זיך געפירט די קהילה נאכדעם איז בערעלע קיינמאל נישט אריין צום רבין? וואס איז פלוצלונג געשען? ער איז פאר דעם אויך געווען א אהרוני.
וואס דו זאגסט וועגן אהרןס נישט קענען אריינגיין, דעס איז א גימטריא? בערעלע איז בגימטריא אהרן? פארוואס האט איינס שייכות מיטן אנדערן? ר'אהרן איז א מחוצף פאר זיין טאטע, ער פירט טישן ווען זיין טאטע לעבט נאך, ער ווארט שוין יעדן טאג אויף יקרבו ימי אבל אבי, ער וואלט אים באגראבן לעבעדיגערהייט, זיכער טאר מען אים נישט אריינלאזן. אבער בערעלע? ער האט דאך גארנישט געטון, די רבי האט פלעין איינגעזען אז ער שטיצט נישט גענוג דעם רב שליט"א און וועגן דעם אים ארויסגעווארפן. פארוואס איז ער נישט געקומען צום רבין פרעגן פארוואס?
3) (פארוואס שטייט דא 2)איך וועל מיך נישט טענהן ווער סהאט די אפיעל, איך קען זיכער באשטיין אז אונז זאלן עס האבן.
אבער וואס האקסטו אין קאפ וועגן שטאטוטן? רביהקוה"ט זי"ע האט געמאכט שטאטוטן פאר די ווערטשאפט, זיכער האט ער געוואלט מאכן א ווערטשאפט, אבער נישט קעגן זיין רבנות. אויב ער וויל אנדערש איז נישטא מער קיין שטאטוטן! און דעס שטייט קלאר אין די שטאטאוטן אזויווי דזשאדזש באראש האט שוין געשריבן פאריאר. אויב ער איז צודרייט בין איך אויך.
איך ווייס נישט וואס דו ווילסט פון הרה"ח אלטר משה גאלדבערגער, דער אמת טוט דיר וויי? נישט יעדעס ווארט וואס ער זאגט איז קדשי קדשים אבער ער רעדט צו די זאך! ער פארט ענק אריין אין די זיבעטע ריפ אריין! א נחת צו הערן!
4) דא זעט מען שוין פונקטליך וויאזוי א אהרוני זעט אויס ווען ער האט נישט קיין תירוץ.
און איך מוז זאגן, איך וועל אויך נישט זיין איבעראשט אויב איך וועל זען אז זיי האבן אונטערגעקויפט ראזענוואסער...
און דעס בין איך אויך מסכים, אז די באשעפער וועט נישט לאזן צוברעכן די "איין און איינציגסטן" כח וואס די יהדות החרדית האט נאך!

תוקן על ידי - אנטוערפןרב - 02/01/2006 23:13:20

תוקן על ידי - wassa_dif - 20/01/2006 13:16:04



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/1/2006 23:18 לינק ישיר 

"קעי.זשעי.עלייענס"
איך נעם נישט אן דיין עצה וועגן די באשעפער, אפשר ביי ענק מיינט מען אז מדארף נישט די באשעפער, און וועגן דעם זעען ענק טאקע אזוי אויס.
וועגן ראזענוואסערס בעלאני, סאיז אמת אז ראזענוואסער האט אזוי געזאגט, אבער צו אונזער גוטע מזל, איז נישט ראזענוואסער די אפיעל קאורט.
"מבני בניו"
אונז האמיר אים אפגעקויפט שמיני עצרת צופרי אין ראדני, דארט וואו ענק האבן אים פארקויפט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2006 11:29 לינק ישיר 

איך זע אז קיינער דא האט נישט וואס צו ענטפערן אויך מיינע זאכן.
איך האב פריער קאנפירמט אז ביז א חודש צוויי וועט מיטן באשעפערס הילף קומען באמבעדיגע נייעס פאר סאטמאר אין קאורט. אבער איך קען נישט אלעס זאגן אין פאבליק.
ווען סוועט זיין וועל איך ענק קענען זאגן אז דעס האב איך געמיינט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/1/2006 04:24 לינק ישיר 

אזויווי די אהרונים דרייען זיך יעצט ארום מיט געהויבענע קעפ, נאכן הערן אז סקומט א פסק פון ראזענוואסער וואס זיי האבן שוין כמעט אויפגעגעבן האפענונג אויף אים - אן די באשעפער... - מיין איך אז יעצט איז די פאסיגע צייט ארויפצוברענגען נאכאמאל די אשכול, וואו די אהרונים זענען געבליבן מיט די צונג אינדרויסן אן א ענטפער אויף מיינע גערעכטע טענות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/1/2006 04:49 לינק ישיר 

פון קייען וואסער א גאנצן טאג וועט מען אין ערגעץ נישט אנקומען, איך וועל אריבערשיקן דיינע טענות פאר ראזענוואסער, איך וועל אים ספעציעל אנזאגן אז מיטן באשעפער לוינט נישט זיך צו פארטשעפען... און ער וועט זיכער באלד אננעמען דיינע ווארעמע ווערטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אהרונים זיכערע לוזערס אין קאורט!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext