הערליכע באזוך פון רב ביי וומ"סער בחורים
איבער פיר הונדערט בחורים פון די פיר תורה ישיבות זענען צאמגעקומען נעכטן אין ביהמ"ד פון ישיבה פון קרן התורה, וואס האט די גרעסטע ביהמ"ד פון אלע תורה ישיבות אין וויליאמסבורג, וואו די רב שליט"א האט געהאט א הערליכע באזוך פול מיט התרגשות און ווארימקייט.
די דאווענען האט געשפאלטן די הימלען, א מוראדיגע ווארימקייט איז געווען ביים דאווענען.
נאכן דאווענען האט גערעדט הרה"ג ר' בנציון גאלדמאן, די מנהל פון ישיבה קרן התורה, נאכדעם האט די רב שליט"א געהאלטן א פייערדיגע דרשה פאר די בחורים וויאזוי א בחור דארף אויסזען און וואס מדארף ארויסנעמען פון די הייליגע חנוכה טעג.
צו הערן די דרשה רופט קול חוצב להבות אש.
|
|