| נשלח ב-3/1/2006 14:22 |
|
| |
הרב שלעזינגער מוחה אקעגן "שאפערס העווען"
קרעדיט: תושבמאנסי
דא קענט איר הערן די דרשה פון הרה"ג פה מפיק מרגליות ר' ישראל דוד שלעזינגער שליט"א פארגאנגענעם ליל שישי פר' מקץ, וואו ער איז מבאר מיט א זעלטענעם קלארקייט כדרכו דעם יסוד פונעם חילוק צווישן די יוונים און די ערליכע אידן.
ביי די 52 מינוט הייבט זיך אן די מחאה אקעגן דעם גרויסן שאפינג מאל אין מאנסי, "שאפער'ס העיווען", וואו ער פארפירט אז דאס איז דער תרבות היווני, אבער עס איז כדאי צו הערן די גאנצע, שמעו ותחי נפשכם !
דא קענט איר עס דאונלאודן, עס איז אביסל א גרויסע פייל:
http://s50.yousendit.com/d.aspx?id=2GCMVIW3ZYCOZ1YL0J8A6Q4P9C
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2006 15:17 |
|
| |
ער איז שוין פיניש מיט עפרא לפומי' און מציצה בפה?
וואס האט ער זיך אנגעטשעפעט אין א אומשולדיגע שאפינג מאל?
מ'מוז גיין קויפן ביי גוים?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2006 16:37 |
|
| |
פנחסמיילעך, האסט עס שוין אויסגעהערט? פון וואו ווייסטו וואס ער זאגט? קודם הער אויס און נאכדעם רעד.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2006 22:02 |
|
| |
איך האב עס געהערט
אין ער קיקט אויס זייער גערעכט{אין בין בכלל זיין אנהעגער} אין בל"נ וועלט איך טאקע מער נישט אהינגיין
ער רעדט דברים היוצאים מן הלב,
אין ער האט זייער גיטע פוינטס
עס איז כדאי יעדער זאל עס הערן
מישט עטס אויף ביז עס קימט אן צי 52 מינוט
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2006 22:16 |
|
| |
פאקטיש האב איך עס נישט געהערט
און פאקטיש בין איך כלל נישט קיין אנהערגער פון הרב שלעזינגער
אבער פאקטיש בין איך שוין אריינגעפאלן אין שאפערס העווען, און עס איז רעכט אן עוועניו אין מאנהעטן אדער בעסער געזאגט 13 עוועניו אין בארא פארק
פארוואס דארף מען אזא פלאץ בויען אין הארץ פון מאנסי
און פארוואס הערט מען גארנישט פון הרה"צ מוויזשניץ
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2006 22:57 |
|
| |
איך גלייב אז ווען דער וויזשניצער רבי זעט ווען די פענסטערס אויפן צווייטען שטאק וואלט ער עס ווען נישט ציגעלאזט
עס פאסט נישט אזא זאך
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2006 23:01 |
|
| |
חוץ אויב דער בונה לבושי מרדכי און דער בונה שאפערס העווען איז איינס און די זעלבער...........
אגב, איך מוז אבער מודה זיין, אז במציאות, איז וויזשניצער רבי שליט"א שוין נישט בקו הבריאות, און עס איז מעגליך אז ער ווייסט נישט, ממילא דארף מען אים דן זיין לכף זכות
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2006 23:05 |
|
| |
איך האלט נאך אלץ אז ס'איז ענדערש דע אידישע מאול אזוי ווי ס'קוקט יעצט אויס (אויב ס'ווערט נישט ערגער) ווי איידער עני אמעריקאנער (איך רעד שוין נישט פון קאנאדע א,ד,ג, ) איך בין שוין געווען ביי אלע דריי
דאס איז נאר מיין דעת בעל הבית
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2006 23:15 |
|
| |
אויף ליע עוו אדער פארעסט ראוד וואלסטו עס אויך געוואלט זעהן
ווער דארף זיין די קליענטור דערפון,
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2006 23:17 |
|
| |
וואסע נייעס
אויף לי אין עוועניו איז דא איידלערע פענסטערס ווי אין יענע מאל
א חסידשער אינגערמאן {וואס גייט נישט אין וואל מארט..}
דארף דארט אויך נישט גיין
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2006 23:44 |
|
| |
זיי נישט ברוגז אבער איך רעד יא פון די וואס גייען אויף וואלמארט און א יישר כח פארן עס בעסער ארויס ברענגען און איך וועל ענדיגן מיט א פראגע (ווי א איד) וויפיל מענטשן גייען נישט אויף וואלמארט און די קשיא איז אויך אויף די פרומע איך רעד שוין נישט פון די וואס שרייבן דא אויף היידפארק און האבן מחליט געווען אז דאס איז א קלענערע עוולה
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2006 23:55 |
|
| |
וואסע ביזטו פאקטיש דארט געווען
איך בין פאקטיש דארט געווען, און פאקטיש באלאנגט עס נישט אין צענטער פון מאנסי, און לאמיר נישט פארגעסן, עטליכע סטארס, ווצב"ש גראסערי דארפן זיין פאר מענער בחורים וכולי
יעדער פארשטייט, אז דער עולם גולם זיכט פענסי, אויפרייסעריש, גואישקייט על טהרת הקודש, אבער אין מיטן לי עוו אדער פארעסט ראוד אדער מעין סטריט אין מאנסי באלאנגט עס נישט
און רעדן פון די וואס גייען דארט איז פארדרייט דעם שמועס נישט געענטפערט דערויף
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2006 00:04 |
|
| |
פאקטיש געב נאר א קוק אויף די תגובה פון שלום משה און זאג מיר אויב איך האב פארדרייט דעם שמועס
אויב די ערשטע שורה פון דיין תגובה איז א קשיא איז דער ענטפער יא
איצטערט ליין(פאקטיש) איבער מיין תגובה
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2006 00:43 |
|
| |
איך בין איינשטימיג הונדערט פראצענט מיט די ריכטיגע אויסגעהאלטענע קריטיק.
אויב מ'וויל ראטעווען אינגעלייט פון גיין אין גוי'אישע שאפינג סענטער'ס, מוז מען מאכן די אידישע אין צענטער פון מאנסי ?
זאל מען עס מאכן אויף דען זעלבן פלאץ וואו דער גוי מאכט עס.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2006 23:47 |
|
| |
איך האב געהערט די דרשה. איז אזוי.
אין פרינציפ איז ער זיכער גערעכט. איך וועל ארויסברענגען זינע נקודות לויט ווי איך האב פארשטאנען, נאכער וועל איך שרייבן די קריטיק:
1. עס מוזן זיין געשעפטן, אבער א "מאלל" איז שוין בכלל צייט אנברענגעריי, דארט פון וואו עס שטאמט דער "איסור" אויף בתי קרקיסאות און "פלעיס"
2. קיינער וועט נישט איינטוישן וואל מארט און האום דיפאו מיט די אידישע געשעפטן - סטייטש! דארט איז דאך האלב פרייז?
3. ממילא: ווער עס גייט אין מאלל וועט ווייטער גיין, סך הכל איז יעצט נולד געווארן אין ניו יארק א מין מציאות פון "אידישע מאלל". עס וועט נישט ערזעצן די גוי'אישע געשעפטן, סך הכל אלע סארט געשעפטן אונטער איין דאך,
4. א טריט ווייטער. אז מען גייט צום גוי - איז איין זאך, אבער נעמען א מושג ווי מאלל וואס איז געמאכט פאר די גויים ערלי לב - וואס אהן טעלעוויזיע מאוויס מאללס וועלן זיי שטארבן פאר לאנגווייליגקייט - און מאכן עס אידיש, איז פשט אז עס איז שוין נישטא קיין אנדערע זאכן וואס צו טון מיטן טאג נאר ארומגיין שאפינג
5. א יונגערמאן זאל דארפן אריינגיין צו א ספרים (?) געשעפט אדער קליידער געשעפט פאר זיך און מוזן אדורכגיין פרויען קליידער געשעפטן מיט דורכזיכטיגע פענסטער, דאס איז א אידישע געפיהל, ווער עס רעכט עס צו בארויבן?
יעצט די קריטיק
1. עס העלפט פאר גרעסערע מיידלעך אין די טעג וואס עס איז נישטא קיין סקול
2. די חסידישע וואס דרייוון נישט דארפן זיך נישט שלעפן אין די רעגנס און גליטשן פון איין געשעפו צום צווייטן
יעצט דברים שלא נאמרו לדעתי
1. עס פאראייניגט די מאדערנע מאנסי מיט די נישט מאדערנע, ווייל אלע קומען דאך "שאפן"
2. דער בעל הבית האט געטון מעשים אשר לא יעשו, און דא איז נישט דער פלאץ
3. "דער בלאט" פארקויפט מען חלילה נישט דארט, ווייל דער רבי לאזט נישט, און דער רבי לאזט דעם מאלל, אדער האט ער איהם געמאכט לאזן? עפעס האב איך געהערט א מעשה פון מזוזות קלאפן, כ'האב עס נישט געהערט פון קראנטע מקורות
צום שלוס
1. דער מושג פון "גיין שפאצירן" אין א מאלל איז זיכער פסול, גענוג ביטער איז אז מען גייט אין פאליסעידס און וואודבערי קאמען וואס אי אפשר שלא לראות דברים מכוערים וכו' חוץ פון די מענטשן דארט, אבער כשר'ן דער מושג פון מאלל - וואס וועט באשטימט נישט ערזעצן די גוי'אישע - איז א עולה
2. מאכן אלע געשעפטן אויף איין פלאץ מוז נישט זיין אונטער א מאלל
3. יעצט טראכט דער גוי: אה, דער איד איז נישט משוגע, ער מאכט כשר'ע טעלעוויזיע - מען רעדט נישט און ווייזט נישט קיין ניבול פה און אידן רעדן נישט גויים, כשר'ע ראדיא - אידן רעדן נישט גויים, כשר'ע מאללס - בלויז אידישע געשעפטן, כשר'ע רעסטוראנטן - אפילו אזש מיט א מחיצה!!, בקיצור, אלעס מיט א הכשר - וואו שטעקט דאס אידישקייט? דאס ביסל זיך "שלעפן" צו א אידישע געשעפט איז שוין אויך בטל געווארן, אין וועלכן ריכטונג וועלן אונזערע דורות פאהרן?
פאר די אפפאל און מאדערן-ארטאדאקסיע איז דאס נישט קיין לעזונג, וידער די וועלכע עס גייען אין די מאללס ווילן דאך גיין דייקא דארט נישט ביי "ראקלענד קאשער", די חסידישע-ליטווישע ברויכן דאס נישט, ממש א ברכה לבטלה, און עס ברענגט אריין א קירוב צו די מהלך החיים פונעם גוי, א סטאר איז נישט גענוג, עס מוז זיין "מעגא" - כלשונו הזהב - וואס, אידישקייט איז שוין פרימיטיוו?
פאר ווער עס ווייסט נישט: הרב שלעזינגער טראגט א הוט וועלכן מען רופט ביי אונז "קראך-היטל", און א קורץ רעקל,
 |
|
|
|
|
|