| נשלח ב-4/1/2006 02:07 |
|
| |
די בעסטע וועג צו פרינטן גרעפיק פון קארעל
איך האב אסאך פיילס אין קארעל אויפן סקרין איז עס - פארשטייט זיך - שיין, ווען עס קמט צום פרינטן איז א פחד. ביז היינט האב איך געמאכט א BMP פון די פייל און אזוי געפרינט, עס איז א קרומוועג, ווייסט איינער דא פון א נארמאלע וועג צו פרינטן א קארעל פייל עס זאל אלעס אויסקטמען נארמאל?
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2006 02:13 |
|
| |
pdf
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2006 15:54 |
|
| |
קיין שום וועג!!!!!!!!!!!!!!!!!!
די בעסטע עצה איז מאך עס איבער אין אילאסטרעדאר, אויב דו האסט עס נישט, קען איך דער עס געבן.
ביטע, סטאפ צו ניצן קארעל, שוין!! די פראגראם, האט מיר שוין אפגעהרג'ט עטליכע קאמפיוטער'ס, אפגעהרגעט הינדערטער שעות לריק,
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2006 17:18 |
|
| |
הפלא ופלא
אסאך מאל אינמיטן א פייל מיט בלויז 12 אדער 13 זייטן ווערט אויפאמאל פארפרוירן די גאנצע מעשה, און אויב האב איך פארגעסן צו סעיווען, קען אמאל זיין אז איך פארליר טעג ארבעט
כ'האב שוין אמאל געהאט אזוינס, און דער "ריקאווערי" פענסטערל האט זיך אנגעצונדן, און אלעס איז געגאנגען א גאנג
און אז דו "אפערסט" מיר אילעסטרעיטער אפשר טאקע? איז עס דומה לקארעל אדער דומה לפאטאשאפ? כ'קען נישט אזוי גוט פאטאשאפ, כ'האב עס גענוצט יאהרן צוריק אבער כמובן אז גרעפיקס קען מען דארט נישט מאכן
יישר כחכם
**
מיט PDF האב איך אויך נישט צופיל מצליח געווען אמאל קומען אריין שווארצע ליינס כ'ווייס נישט פארוואס קען זיין מיין דיסטילער איז נישט גוט אבער כ'האב שוין געהערט פון אנדערע אויך דעם פראבלעם
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2006 17:59 |
|
| |
אזוי פאטאשאפ איז געמאכט צו עדיטן פיקטשערס וכדו'
אילאסטרעטאר, צו מאכן איליסטרעשאן'ס (גראפיקס אין אידיש)
אינדיזיין, צו מאכן לעיאוט.
א ריכטיגער געלערנטער גראפיקער, פיקסט די אלע פיקטשערס אין פאטא שאפ, מאכט די וועקטאר גראפיקס אין אילאסטרעיטאר, און ברענגט אלעס צוזאמען אין אינדיזיין אדער קווארק, דאס איז די ריכטיגע וועג צו מאכן גראפיקס, און נישט ווי רוב פון אינזערע כלאמפערשטע גראפיקערס, וואס ניצן נאר אדער קארעל (ימ"ש) אדער נאר פאטא שאפ.
מיין עצה איז אויב דו מאכסט אסך גראפיקס, אז די זאלסט זיך פארשאפן אדאבי קריעטיוו סוויט, וועסטו האבן די גאנצע סעט, מקען עס באקומען פאר פיר הינדערט דאלאר די עדיוקעישאן ווערזשן, ביי J&R אדער ביי B&H (פארשטייט זיך אידישלעך)
הצלחה
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2006 18:07 |
|
| |
ערלעדיגט.
גראדע פאטאפעינט האט גאנץ אסאך מעלות כאטש עס איז אינו דומה צו פאטאשאפ,
קווארק האב איך גענוצט בערך אכט יאהר צוריק דעמאלס איז עס געווען גארבידזש כ'ווייס נישט וואס עס איז היינט, בשעתו האב איך געקויפט תג פאר ספרים עס ארבעט פאר ספרים כמעט וואונדערבאר, עס אבער זייער נישט פלעקסיבעל
כ'האב שוין געהערט פון אסאך מומחים אז אינדיזיין איז דער אנטשיידונג, אבער זיבן מאות פאר איין פראגרעם האב איך נישט געהאלטן דערביי, אבער אז מען האבן א גאנצע דירה (סוויט) פאר נשיטיגע ארבע מאות שקל ירוק - איז דאך א מחיה
|
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2006 18:29 |
|
| |
נבוכדנצר.
היינט צו טאג, פרינט איך אלעס צו ACROBAT, און אזוי פרינט איך אלעס ארויס.
עס איז ממש געוואלדיג.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2006 18:37 |
|
| |
פשטידא, די וועג איז אבער די ערגסטע ווען די שיקסט עס צום פרינטער, ווייל ביים פרינטען וועט מען די בלי ספק טשארדשן דאפעלט פאר פרי פרעס, אדער וועט עס דער פריפרעס מאן פלעטערן, און סוועט ווערן א טיפ, און די פרינטינג וועט זיין א שרעק צו קוקן דערויף,
די איינציגסטע וועג וואס איך האב געטראפן איז, עס צו מאכן פאר א EPS און דערפון א PDF, אבער די וועג, קעסטו עס נישט מאכן פאר צו א גוטע רעזאלאשן
--------------------
נבודכנצר, די חוליק איז, די ערשטע איז די גאנצע סעט מיט גא לייוו, אין אקראבאט פרא, די צווייטע איז נאר פאטא שאפ, אינדיזיין, און איליסטרעטאר, די דריטע איז די ערשטע צוזאמען מיט פריהענד, אין דרימוויווער.
די עדיוקעישן ווערזשן, איז די ערשטע
תוקן על ידי - טאגליכט - 04/01/2006 18:39:17
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2006 22:33 |
|
| |
סאו טאגליכט, זאג גראד, וואס איז די בעסטע וועג צו האבן די בעסטע פרינט רעזאלושאן פון קארעל אדער אינדיסיין אדער קווארק.
פרינטן צו PDF, פרינטן צו דיסטילער און נאכדעם מאכן PDF, אדער עפעס אנדערש?
שקויעך
|
|
|
|
|