| נשלח ב-5/1/2006 03:25 |
|
| |
אן א גבול... קלאגן פארן טרעפן א ווארעם
איינער האט מיר געקאלט פריער, אז א איד/אידענע פון קרית יואל האט געקלאגט, א פירמע וואס פארקויפט עס, און אויך די סטאר וואס פארקויפט עס, מיט די באשולדיגונג אז ער/זי האט געטראפן א ווארעם אין די עסן
און די סטאר, און די פירמע האבן איצט די רעכט זיך צו גיין פארטיידיגן, - וואס קאסט צענדיגער טויזענטער ווי פארשטענדליך - און יענער קען אדער געווינען אדער קלאגן א צווייטן
אבי איך האב געמיינט אז רשעות האט עפעס א גבול
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2006 03:31 |
|
| |
אז יענער האט געטראפן א ווארעם דארף יענער טאקע קלאגן ס'איז נישט נארמאל ס'זאל זיין ווארעם און עסן
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2006 03:38 |
|
| |
נייעס:
די שרייבסט :וואס פארקויפט עס
וואס איז דאס "עס"
פין וואס רעדסטי?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2006 03:41 |
|
| |
א איד האט געקלאגט א היימישע עסן פירמע ?
שומו שמים ! לאן הגענו !
און מען טוט גארנישט דערוועגן אין קרית יואל ?!
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2006 03:52 |
|
| |
טאקע ווייל עס איז ק"י קלאגט מען דארטען אין געריכט!
דארט איז דאך דא א רב, וואס איז דער וועג ווייזער פאר גיין אין געריכט!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2006 03:55 |
|
| |
וואס פיקטלעך ווינדערט דיך אזוי?!
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2006 03:57 |
|
| |
אגב, ווי אזוי פילט ווען מען רעדט צי זיך אליינס?!
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2006 04:05 |
|
| |
אגב, וויאזוי קומט די פראגע אריין אין דעם אשכול ?
די ערשטע תגובות האב איך נישט קיין פראבלעם, אבער די לעצטע געפעלט מיר נישט. אנטשולדיגט.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2006 05:56 |
|
| |
נארמאל היות די מוזט מיט דיין נארמאלקייט אריין ברענגן נארמאלע פראגעס וואס נארמאל באלאנגט עס דא וועל איך דיר ענטפערן נארמאל
דער אנקלעגער איז דייקא פון דיין צד
צוויי, ווען מען קלאגט א גראסערי אז מען האט געטראפן א ווארעם אין עסן, וואס איז עס זייער שולד
אבער מער פון דעם, אפילו אויב די גראסערי געווינט, און זיי וועלן געווינען, ווייל א מענטש איז זייער שווער צו איבערווייזן, אז ער האט עס געקויפט דארט, ווילאנג ער האט עס געהאט אינדערהיים, אז עס איז טאקע דארט געווען אאו"ו,
דאך האט דער גראסערי דערלייגט, ווייל די אינשורנס גייט ארויף מיט צענדליגער טויזענטער דאלער פאר די פאקט אז עס איז דא א קלאגע
און נאכמער דער אנקלעגער איז עס נישט זיין ערשטע קלאגע אויף פירמעס וכדומה
און נארמאל, מיט אזעלעכע נארמאלע מענטשן ווי דיר וואס פעלט אויס נעם-נארמאליש ווי מען פלעגט זאגן ביי 'ראטצער' אינדערהיים אין ארץ הגר
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2006 06:19 |
|
| |
אזעלכע מענטשן מוז מען אויסטון פאר די גאנצע וועלט! איך האלט אז מזאל דא ארויפלייגן די נאמען פון ווער סקלאגט אזוי וועט מען וויסן אז מדארף זיך וואטשן.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2006 18:00 |
|
| |
וואטשען פון וואס?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2006 19:30 |
|
| |
קען איינער ענטפערן וועם מען קלאגט????
{ברענגנייעס, אז די האלסט נישט ביים ברענגען קיין גאנצע נייעס,דאן ברענג נישט גארנישט, ניץ די זעלבע סטענדערט וואס די האסט געשריבען פאר שמש, אז "ער" זאל ברענגן גאנצע נייעס,אדער גארנישט, טי די די זעלבע זאך}
לדעתי, אויב איינער קלאגט א קאמפאני האט ער לכאורה זיכער באקימען א היתר דערפאר
דאן מען מעג מען שרייבען ווער עס איז, לכאורה איז עס איז נישט קיין ל"ה אויב עס איז בהיתר,
{אזוי מיין איך איך בין נישט זיכער דער שרייבער זאל עס קודם מברר זיין}
תוקן על ידי - שלום_משה - 05/01/2006 19:34:27
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2006 19:39 |
|
| |
איך האב נישט געוויסט קיין פרטים
יעצט האלט איך אין מיטן פארשאפן פרטים
איך האב אויך געוואלט פרעגן וואס דער עולם זאגט צו דעם עצם אנקלעגעריי וואס האט נישט קיין גבול
בנוגע פרטים, איך הער אז עס איז א קרית יואלע גראסערי, און אז די ווארעם האט געזאלט געפינען ווערן אין 'אפריקאט' פון די פירמע בלום [אויב בלום האט א פראדוקט אפריקאט]
וועלעכע גראסערי - עס איז נאר דא 5 - און ווער איז די אנקלעגער האף איך צו געוואר ווערן בקרוב
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2006 19:54 |
|
| |
אז יענער האט געקלאגט האט ער געוואוסט אז זיין נאמען וועט ווערן פובליק, דעריבער זאל מען עס מפרסם זיין ברבים.
אויב יענער האלט אז ס'איז נישט קיין פראבלעם מיט'ן קלאגן דעמאלטס דארף ער זיך דאך נישט שעמען פון גארנישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2006 20:03 |
|
| |
איך האב עס נאכנישט
איך האף צו פארשאפן די צעטלך
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2006 21:49 |
|
| |
ווארהייט איז גערעכט, איינער וואס גייט אין פובליק אין קאורט, האט נישט באהאלטן זיין נאמען. סאיז מסתם פונקט ווי איינער וואס זאגט א לשון הרע פאר דריי מענטשן וואס ממעג עס דערציילן ווייטער.
אבער איך פארשטיי נישט עפעס אנדערש, פארוואס קלאגט ער די גראסערי? פארוואס קלאגט ער נישט בלומס? וואס איז די גראסערי שולדיג אז בלומס האט ווערים אין די עסן?
|
|
|
|
|