בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

Metzitzah B'peh

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/2/2006 21:07 לינק ישיר 

אין א כה"כ שרייבט בא_ללמוד

יוחי, ביזט נישט גערעכט.

עס איז מעגליך אז מיט שטילע שתדלנות וואלט מען בעסער געקענט אנקומען, אבער עס איז אוממעגליך געווען אז דאס זאל בלייבן שטיל.

טענדלער וחביריו ימ"ש וואלטן פארזיכערט מיט אלע מיטלען, אויב זייערע פלענער מיט די סיטי וואלט אדורכגעפאלן, אז דער ענין זאל ווערן ברייט און ווייט צושמירט אין די פרעסע, און לויט זייער געשמאק. דעריבער איז נישט שייך צו טראכטן אפילו אז מ'וואלט געקענט דא ענדיגן מיט שטילע שתדלנות.


ווען מיר וואלטן נאר געשפילט אין געמאכט די אנשטעל ווי מיר נעמען דאס ערענסט - און עטליסט צייטווייליק נישט געלאזט פישער פראקטעצירן - וואלטן מיר געהאט מער קרעדעבילעטי, און פארלאפן פאר טענדלער די וועג, ער וואלט ווען זייער נישט גיט אויסגענימען ביים אלגעמיינער גאס ווען ער פאפירט קעגן עפעס וואס איז מער ווייניגער "אנדער קאנטראל"


זיכער וואלט טענדלער פאפירט, אבער ער וואלט ווען נישט געהאט אזויפיל טרעקשען אין די פרעסע,
ספעלט אויס צוויי זאטען זיך צו שלאגן אז עס זאל גיין א רויעך, אין זיין אינטערעסאנט פאר פאפליק קאנסאמשען.
אין עס וואלט כאטש אויסגעקוקט לעגיט די טענה וואס מיר האבן צי די רעגיראנג מיש דיך ארויס פון אינזער געשעפטן, מיר זענען ערוואקסענע "ענד ווי קאלד הענדעל איט אלאן" 

אבער די "פאעיר האנגרי" סאחדעס האט פארשטאנען אז דא קען מען אנפירען אזא "סא קאלד" מאראכע, ווי א שטייגער קעגן די אדווארע רב  וכו',אבער די פראבלעם איז אז  דר.  פרידען האט נישט געלערנט אין די זעלבע חדר ווי הרהגה"ק  ר' פישעלע.  אין כלל ישראל איז יעצט סטאק דערמיט.

אין וויבאלד  קיין סטרטעגיע  איז נישט דא איז מען גילאפען צי די סטעט אין געמאכט מיט זיי א יד אחת, אין די זעלבע צייט וואס די גאנצע טענה וואס מיר האבן איז , אז  די שטאט זאל אוועק שטיין אין האט זיך נישט וואס צו מישען.

די זעלבע איז אויך מיט די צווייטע מיטינג וואס מעהאט געהאט, נאכאמאל אינזער טענה איז אז די רעגיראנג זאל אוועקשטיין (אויף אזויווייט אז זיי  האבן אנגעריסן וועלטן נישט אסרען רב פישער, ווייל אויב לאזטמען זיי אריין...)  , ווי קימט דאס אז מיר בעטען  אז מעזאל דאס איבערגעבן פאר די סטעט, און פארוואס עפעס זאל ער עס איבערגעבן, ווייל אויב נישט וועסטו הענגן פלאקאטן מיט רויטע שרייעדיגע ווערטער,  

די גאנצע מאראכע, אזוי ווי די אנדערע מערכת,   איז געפירט דארך אפאר עגאאיסטן.  אין קיין אנדערע רב האט נישט וואס אריינצורעדן, אויב יא האקט ער אינטער די געטרייע עסקנים

ווען פרודען זאל ווען וועלן ארויסבעקן פון די געשעפט, שטייט ער אויס אויסצוקון ווי איינער וואס האט זיך דעשראקן פין אפאר פרעמעטיווע פאנאטישע טערעריסטען, וואס האבן געסטראשעט אז זיי זענען העכער די געזעץ.

עס קוק מיר אויס אז די אגודה איז די מאל געווארן אינטימעדעטעט ביי די חברה, אין שפילן דיפענץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > Metzitzah B'peh
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.