ירושלים: שווארץ ווערט באייערט מיט בושות!
ירושלים.
ר' י. שווארטץ דער גבאי און אויסערן מינסטער פון ר' חיים הערש, איז באייערט געווארן פון די בחורים, באגלייט מיט קללות נמרצות און בזיונות עצומות.
עס האט פאסירט אלס נקמה אקט וואס ר' י. שווארטץ האט געטאן מיט די ישיבה גדולה אין ירושלים וואס ער האט עס אפגעשפארט און ער פירט ר' חיים הערש און ר' חיים הערש טאנצט אים נאך, און היי יאר האט ער געפענט נאר אזוי ווי א מתיבתא גבוה פאר שוואכע עלעמענטען.
די בחורים האבן אים אנגעווארט ביים ביהמ"ד ויואל משה צופרי אזוי ווי ער איז אנגעקומען האט זיך גענומען מבל'ן פון די פענסטערס אייער טאמעטס און כל הבא לידם פון די פענסטערס, ער האט געמיזט אנטלויפן פון דארט בבושות וחרפות.
ר' חיים הערש איז מוצאי שבת קודש אריין געלאפן אין די ישיבה גדולה, און איז געווען שטארק צוקאכט, ער האט געשריגען ביי זיין דרשה ווער עס האט געווארפן אויף ר' יוסף די אייער און טאמעטעס איז אזוי ווי ער האט עס אויף אים געווארפען און ער איז אים נישט מוחל בזה ובבא, ער האט געשריגען און געהאקט און געסטראשעט מיטן ערגסטען.
אינדערמיט האבן די בחורים אויסגעשאסן פאר גלעכטער און געמאכט מיט אים די גענאר ער האט געמיזט מפסיק זיין אינמיטען זיין דרשה און נישט געקענט ווייטער זאגן.
יעצט הייסט עס אז מען גייט זיך נעמען צו די בחורים, ר' חיים הערש האט שוין גערופן אפאר שלעגערס וואס זאלן מסדר זיין די בחורים.
דערוויל פארט די ישיבה אויף רעדער, און עס שטינקט אין אלע גאסן דערפון.
תוקן על ידי - שורשנגח - 09/01/2006 7:34:48
תוקן על ידי - כל_העולם - 09/01/2006 14:24:48
 |
|
|