עס קומט פאהר היינט - עשרה בטבת - אן אסיפה בראשות ר' מתתיהו סאלאמאן שליט"א אין די "עיר התורה" מונסי. אלע מנהלי המוסדות (גשמיים ורוחניים) זענען געלאדענט.
יא טשאלענט אינטערנעט איז אסור און די רבנים וואלטן ווען עס געקענט אסרן.
נאר די היינטיגו סטייל פון רבנים איז צי ארויס געבן אן איסר אויף יעדן נארישקייט, און די עולם איז שוין ציגעוווינט אז יעדן שני וחמישי איז דא נאך א איסר אויפן גאס, במילא ווען עס מאכט זיך אז מען געט שוין ארויס א נארמאלן איסר האט עס נישט קיין כח ווייל די עולם האלטן עס שוין נישט חשוב,
די גמרא זאגט אנהייב מסכת ביצה אז "כוחא דהתירא עדיף" דאס מיינט אז צי מתיר זיין איז חשוב'ער פון אסרן ווען די היינטיגע רבנים וואלטן געוויסט פון די גמרא וואלטן מיר אלע בעסער אויסגעזעין מען וואלט ווען מחשיב געווען אלע איסורים,
נשלח ב-11/1/2006 22:56
איך האב געהערט א גוט ווארט, די איסור אויף ליפא'ס טעיפ האט דאסמאל געקאסט ווייניגער ווייל זיי האבען באקומען א טו-פאר-וואן דיעל צוזאמען מיט מציצה.
דו ביזט טויזנט אין איין פארצענט גערעכט. אבער דו דארפסט געדענקען איין זאך.
ווי לאנג מען קען אפשטיפן דעם מחלה פון קאמפיוטער בכלל, און אינטערנעט בפרט, זענען אונזערע דורות פארזיכערט אויף א לענגערע צייט. ד.ה. אנשטאט די צווייטע דור זאל צוגרינד גיין, וועט עס זיין ביי די דריטע אדער די פערדע.
איז דאס נישט קיין וויכטיגע זאך?
נאך עפעס:
ווי מער די אלגעמיינער עולם וועט זיך צושטעלן צו די רבנים, אלץ מער זענען אונזערע דורות פארזיכערט.
נעם צום ביישפיל די מערכה קעגן די טעלעוויזיע. ווען אונזער עולם זאל פייפן אויף די רבנים, או טעלעוויזיע זאל ווערן א חלק פון אונזער טאר-טעגליכן לעבן, וואו וואלטן מיר היינט געשטאנען?
עס איז זיכער אז יעדע טריט קעגן דעם אינטערנעט, איז א טריט אוועק פון אונזערע קינדער צו די גאס.