אין די "דזויש פרעס" (Jewish Press) צוויי וואכען צוריק אין די "מחברת" סעקשאן פון ר' גרשן טאנענבוים איז געוועזן א ארטיקל וועגן יום הצלת רבינו, זי"ע, כ"א כסלו.
דארט איז געווען א ליסט פון אלע פלעצער ווי סאיז געווען א סועדת הודאה איבער די גאנצער וועלט לכבוד כ"א כסלו אין פארשידענער סאטמאר קהילות.
בתוכם איז געווען אריזאנא (Arizona)!
וואס איז די מעשה וועגן די סאטמאר קהילה אין אריזאנא???
אין וועלעכער שטאט אין אריזאנא?
ווער איז רב דארט?
איז דאס טאקע אמת בכלל?
אפשר איינער וויסט?
נשלח ב-11/1/2006 05:39
לכאורה!
מיינען זיי די שטעטל "האט ספרינגס" וואס איז און אריזאנע,
עס פאהרן זיך דארט אפרוהען אין די ווינטער אסאך עלטערע
אידן צווישן זיי אויך סאטמערע חסידים,
האבן זיי זיך צוזאם גענומען אין געמאכט א סעודה
לכבוד כ"א כסלו.
אין אריזאנע איז דא ר' זכרי' ברוינער'ס ישוב, ר' זכרי' פון די ראשי קהלת סאטמאר אין בארא פארק האט דארט א ישוב וואו ס'האלטן זיך אויך די וואס דארף די ספעצעיעלע לופט, וואס איז זייער גוט פאר אסטמא-ליידענדע ל"ע א.ד.ג.
רבינו זי"ע איז געווען אין אריזאנע שנת תשל"ג אבער ל"ב חנוכה
עס איז אפילו אהין געפארען א קאפעליע מיט זינגערס פאר די הנירות עס איז דא צו באקומען די טעיפס פין הדלקות הנירות פין רבינו הקדוש זי"ע אין אריזאנע