בית פורומים חדשות אנש עולם הנגינה

פאול: פאר אלע מעמבערס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/1/2006 03:52 לינק ישיר 

לדעתי איז דער ענין אז רוב עולם זענען נישט קיין גרויסע מבינים אויף די נושא. אין אנדערע ווערטער, עס איז נישט דא קיין גרויס נאכפראגע אויף די סחורה. קוקט עס אויס אזוי. אויף א מיאוס'רן אןפן האב איך אפגעשניטן מיט מיין פארום "היי טעק". http://masoret.hevre.co.il/hydepark/forum.asp?forum_id=14279 וואס פוסטעוועט אוועק. אפי' לדעתי איז עס גאר א איטערעסאנטע נושא, אבער למעשה דער עולם איז נישט אינטערעסירט דערין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/1/2006 16:25 לינק ישיר 

Correct The person has to have an interest and reason to write If more people of this industry (pro, semi pro, or hobbyist - doesn't matter) will know about this place and will be open minded to discuss what's going on like new recording technology or new approaches in music or choirs or what ever is related to Hiemashe music then we might see more traffic אבער די ווייסט ווי אזוי ס'גייט נישט פאר יעדן פאסט עס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/2/2006 14:58 לינק ישיר 

well B-Flat after getting my first jury duty summons yesterday, i have realized that even in a democracy, some things are still mandatory.

maybe this is what zeidy meant? a sort of jury duty? not that i agree with it but i dont agree with the whole jury duty either, so...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/2/2006 20:25 לינק ישיר 

יעדער פורם פארלירט זיין ממענטום און שוואונג נאך א שטיק צייט
א חוץ אז ס'איז דא איינער וואס גיט אווע שווערע  שעות אנצוהאלטן דאס אינטעראסנטקייט, נו ווערט האט אזויפיל איבעריגע צייט.

 מען דארף דאך זעהן אנצוהאלטפן דעם שוואונג

איך האלט יא פון דערמאנונג אין אישי, וואס אהרט מיר

עפענן דעם פורם ברענגט א פארפליצונג פון סתם פירקלערס

און צווינגן צו שרייבן איז נישט גוט, ווייל נארמאלע מענטשן ווערן פארנומען

אבער א דערמאנונג שאדט נישט

בח"ח אידיש שיקט אויך דערמאנונגען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2006 11:42 לינק ישיר 

Heyoo Zeidy when is the election date, when will you count the votes or is this A POLL WITHOUT THE ROLE? and btw it wouyld be a good idea that every time you go to a forum it takes you to the last comment not to page 1 and you have to scroll to the last comment



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2006 16:58 לינק ישיר 

hyde האסט אמאל באמערקט אז אויף די רעכטע זייט פון יעדע אשכול איז דא א לעמפל? שטעלט זיך די פראגע וואס איז דער לעמפל געמאכט געווארן פאר - מיר ווייסן אז יעדע זאך האט דאך עפעס א סיבה, נאר די לעמפל איז טאקע געמאכט פאר דעם אז אויב מקליקט אויפן לעמפל נעמט עס דיר צום לעצטן פעידזש ווי סאיז דא די לעצטע תגובה ווי זאגט יארמער רב: check it out!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-9/3/2006 18:53 לינק ישיר 

1. פארווע 2. ניין 3. יא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/3/2006 19:30 לינק ישיר 

יישר כח זיידי פאר דעם טיפ. ס'האט מיר אויך געבאדערט. ס'איז מיר נישט ביי געפאלן צו פראבירן דעם לעמפעל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/3/2006 19:40 לינק ישיר 

אויב רעד מען דא פון דעמאקראטישע וואלן, דאן זייט נישט ברוגז אז איך זאג פארקערטער מיינונגען ווי הקודמים לפני. 1. יא! 2. יא! 3. ווענד זיך וואס לאזט מיר דאס צולייגן אויף טעלערלעך: 1. צו עס זאל זיין אפען, דער פארום איז מצומצם אויף איין געוויסע נושא, דאס איז כח הנגינה. מען דארף נעמען אין באטראכט אז זייער אסאך הייד פארק באוזכער פארשטייען דערצו, נאר דרייען זיך כמעט נישט דא ביי "עולם הנגינה" ווייל זיי זענען דא 'ספעציעל' צו ליינען אדער שרייבן אין אנדערע פארומס. דער פראבלעם אז מען וועט שרייבן שטותים איז לעכערליך, דאס איז נישט קיין פאליטיק פארום, און וואספארא שטותים קען מען שוין שרייבן אויף נגינה? 2. יא, איך ווייס אז דער עולם קען ענגליש, און איך בין אויך נישט קיין עם הארץ אין ענגליש, אבער קיין תלמיד חכם זיכער נישט. עס קומט מיר אן אסאך שווערער צו ליינען ענגליש ווי אידיש. ווען איך ליין אידיש זעה איך יעדע ווארט ווי א פיקטשער, איך דארף נישט מדייק זיין און אריינקלערן. משא"כ ענגליש עס איז סך הכל מיין "סעקענט לענגוויטש", און איך דארף זיך אנשטרענגן עס צו ליינען. א ביישפיל: איך האב געשריבן אן אנאליז אויף די נייע טעיפ אפשר לתקן, די צוויי חשובע ענגלישע שרייבער האבן צוגעשריבן דארט, איך האב באמת נישט קיין נערווען עס אפצוליינען. זעהנדיג די לאנגע תגובה האב איך צו זיך געטראכט: פארוואס זיך פלאגן? איך האב נישט צופיל צייט דערצו. דאס איז געווען נאך בעפאר איך האב געזען דעם פאול. יא! עס באדערט מיך אז מען שרייבט אזאלכע לאנגע דרשות אין ענגליש!, און לכבוד פורים לאמיך נאך איינמאל אויסשרייען אז יעדער זאל הערן! עס באדערט מיך! 3. דעם פארשלאג צייגט אויף די מדת גמילת חסד וואס די האסט אין דיר. די שרייבט צו מען זאל מעלדן "אינטערסאנטע נייעס". איך בין דורכגעגאנגען די פארום, איך וועל דיר זאגן וועלכע נייעס עס וואלט פאר מיר געווען אינטערסאנט. (ווידער, דעמאקראטישע וואלן הייסט אז יעדער זאל ארויסברענגען זיין דעה אן זיך רעכענען קיין זוז כל שהוא מיט א צווייטן. איך וועל ארויסברענגען וואס פאר "מיר" וואלט געווען אינטערסאנט). פאול: פאר אלע מעמבערס מרדכי בן דוד - אפשר לתקן ! משנכנס אדר מרבים בשמחה ! אונטערן באנק 2 - חוה"מ פסח תשס"ו ליפא שמעלצר תשס"ו, בלי עין הרע ליפא והמזמרים - זכרון שלמה תשס"ה איך האב שוין נישט קיין כח צו קאפיען און פעיסטען. כהנה וכהנה. אבער לפחות העלפט פונעם פארום וואלט מיר נישט געווען אינטערסאנט. און טאקע צוליב דעם וויל איך זעהן מער שרייבערס דא עס זאל זיין אינטערסאנט און געשמאק צו ליינען. זיידי, די ביסט דאך שוין אלט, איך פארשטיי אז עס דיר געווען שווער אויסצוהערן מיין גאנצע דרשה. אבער זיידעניו, פאר מיר איז אויך שווער צו 'ליינען' די דרשות אין ענגליש. אז די האסט מיר געלאזט אויסרעדן ביז דא און נישט אריינגעהאקט, איז דאס טאקע א דעמאקראטישע סביבה. ליהודים היתה אורה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2006 20:07 לינק ישיר 

צדק'ל  טענק יא פר יאר וואט.
די מעשה איז אזו, צו ליינען, אדער טייפען אידיש איז פאר מיר אזו שווער ווי ענגליש איז בי דיר. עפשער האסטו א "קאמפראמייז"?
 אלסאו די פאראם איז געפירט אין א זעיר קלאסיש אופען. עס איז ליידער דא אסאך שטיסים אין די עולם הנגינה היינט אין איך ווייס נישט אויב אינזערע פארקסלייט ווילען עס האבען דא, סא יא עס קען זיין שטיסים אין חד"ש עולם הנגינה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2006 04:23 לינק ישיר 

BFLAT איך האב בכלל נישט געוואוסט אז די מצב איז אזוי, איך ווייס נישט צו די מאכסט זיך לכבוד פורים צו די קענסט טאקע נישט קיין אידיש, בכל אופן זעה איך אז שרייבן אידיש קומט דיר נישט אן גרינג. זיידיאנטשי פרעגט צו מען זאל עס אינפארסן, איך מיין אז איך ציה צוריק פון מיין ענטפער. עס איז זיכער אז צוליב מיין אומבאקוועמלעקייט טארן מיר נישט פארלירן אזא זאפטיגע מבין אינעם עולם הנגינה ווי BFLAT. און מיין וואוט איז אזויווי יעדעם "ניין". נאר וואס יא? איך זאג דאס נאכאמאל אז ליינען אין ענגליש וועל איך נישט. איך קען זיך נישט פלאגן אויף זאכן וואס איך ליין בלויז פאר אינטערסאנטקייט און עס ברענגט מיר גארנישט. איז פארוואס זאג איך דאס אייך? פשוט איך וויל אז איר זאלט דאס וויסן. איך בעט א טובה פון יעדעם אז ווער עס קען זאל שרייבן אידיש. אין עונשין אלא אם כן מזהירין! איך זאג אייך פאראויס, אויב שרייבט איר אין ענגליש וועל איך עס בל"נ נישט ליינען! (צו עס דארף אייך באדערן? ניין!) לגבי וואס די שרייבסט וועגן שטותים, זעה איך נאכנישט איין וויאזוי א פארמאכטע פארום זאל סעטלען דעם פראבלעם. אפשר וועל איך מארגן אויך שרייבן שטותים כאטש איך בין מאושר? (און למעשה האב איך שוין געשריבן!) דעריבער ציה איך נישט צוריק פון מיין וואויט, און איך בין נאך אלץ ביי די מיינונג אז מען זאל עס עפענען פארן רבים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/3/2006 23:07 לינק ישיר 

1)יא
2)ניין
3)ניין



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/3/2006 23:43 לינק ישיר 

עליכם שלום פאר די אלע וואס האבן מיר אזוי ווארעם אויפגענומען (דערווייל נאר איינער )

בקיצור, וויל איך צולייגן מיינע צוויי צענט צום שמועס.

זאל מען לאזן יעדעם שרייבן? יא.פארוואס קען זיין צענדליגער ליינער אין קיינער שרייבט נישט? איך אליין האב כמה פעמים געהאט וואס צו זאגן נאר ס'איז מיר גיוועהן צו א גרויסע HASTLE צו בעטן רשות.  אין קרעטשמע איז דא אן OPEN DOORS פאלעסי אין ס'האט קיינעם נאך נישט געשאדט. 

בנוגע ענגליש, מיר איז אסאך גרינגער צו טייפן אין ענגליש. אויך, די ענגלישע שרייבער דא, זענען די סמעטענע, ווי מ'זאגט. מ'וואלט אפשר געדארפט איבער טייטשען פארן עולם וואס פארשטייט נישט. איך דריי זיך אין פארשידענע פורום'ס ווי ס'איז איינגעפירט אז ווען איינער שרייבט אידיש אדער לשון קודש, אין אייער בעט, טייטשט מען איבער פאר יענעם אויף ענגליש.

נאך א זאך, ס'זענען דא א סאך ליינער וואס זענען נישט איינגעשריבן בכלל אויף הייד פארק ווייל זיי פארשטייען נישט קיין עיברית. איך אליין האב זיך היבש געמוטשעט זיך איינצושרייבן. ס'וואלט גיוועהן כדי צו שרייבן אינסראקשנס פונקליך ווי אזוי צו ווערן א מעמבער אין הייד פארק.

ס'איז מיר א כבוד אייך צו באקענען,

סעמאן פיש




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/4/2006 04:28 לינק ישיר 

ok zaidy, when are you opening the doors




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/4/2006 09:08 לינק ישיר 

א גוטע וואך!

איך וויל מקדים זיין אז איך האב דא באקומען עהרן-רשות כתיבה, איך האב נישט פארלאנגט רשות צו קענען שרייבן אין דעם פורום, פשוט ווייל איך ליג נישט אין עולם הנגינה, איך קויף געווענליך נישט קיין קאסעטעס, און איך האלט זיך נישט פאר קיין מבין אויף ניגונים.

אבער אז זיידיאנטשי האט מיר געגעבן רשות כתיבה, מסתמא קען ער באשטיין אז איך זאל אפגעבן דא מיין שטומע אין דעם "פאול פאר אלע מעמבערס", וועל איך טאקע דא אויסדרוקן מיין מיינונג איבער די דריי טעמעס וואס ווערן דא באהאנדעלט:

1) לעניית דעתי איז נישט פראקטיש צו עפענן דעם פלאץ פארן פובליקום, איך רעד פון עקספיריענס. סעמאן-פיש מיין פריינט האט ארויסגעברענגט צווישן זיינע רייד (אגב, איך קען מעיד זיין אז זיין ענגליש איז פערפעקט!) אז "די קרעטשמע" איז אפן פאר יעדן און קיינער האט נאכנישט געליטן דערפון. וויל איך מוסר מודעה זיין אז פאר אן אפענעם פורום מוז מען האבן לכל הפחות צען מנהלים וואס זאלן שטיין אויף די וואך, עס פעלט זיך כמעט אויס א משגיח תמידי אויב וויל מען אז אומגעוואונטשענע עלעמענטן זאלן נישט אריינדרינגן און אנשטינקן דאס פלאץ.

איך בין באקאנט אין די הלוך ילך פון די קרעטשמע מאחורי הפרגוד, איך ווייס פון א שיינע צאל אידן וואס געבן אכט דערויף טאג און נאכט אז קיין ווארט וואס איז נישט אויסגעהאלטן זאל נישט אריינפאלן, און אויב יא, זאל עס ארויספאלן אזוי שנעל ווי עס איז אריינגעפאלן.

הגם - ווי אהלי-צדיקים האט ערווענט - עולם הנגינה איז עפעס נישט געאייגנט פאר שטותים, למעשה זענען אבער דא נוד-ניקעס (ניק'ס וואס זענען נוד'ס..) וואס וועלן דערשמעקן אן אפענעם פורום וואס האט אסאך צוהערער, און וועלן שוין זיכער מאכן איבערלאזן דא א נאך טעם, און איך שטעל זיך פאר אז זיידיאנטשי איז שוין נישט קיין אינגערמאן וואס קען שטיין דא פיר און צוואנציג שעה א טאג מיט א בעזעם רייניגן די אפפאל.

2) איך קען ב"ה א גוטן ענגליש (שרייבן שרייב איך גיכער און בעסער אין אידיש), אלזא שטערט מיר כלל נישט די ענגלישע תגובות (פאסטס).

3) ניין, מטעם הנ"ל: איך ליג נישט אין עולם הנגינה ווי אייך אלע.

ידידכם
קרעמער

יישר כח פארן געבן רשות כתיבה, אזוי האב איך נאך א באלעמער וואו אויסצוקלאפן און ארויסגעבן מיינע געדאנקן.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש עולם הנגינה > פאול: פאר אלע מעמבערס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.