בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

אנטיסעמיטיזעם פארגעקומען אין קרית טאהש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/1/2006 18:04 לינק ישיר 
אנטיסעמיטיזעם פארגעקומען אין קרית טאהש

מוצאי שבת האט מען אויסגעשאסען א ווינדא פון דעם אמבאלאנס פון קרית טאהש, די פאליציי זאגען ווי עס זעיט אויס איז דאס געמאכט געווארען מיט אן האמער, לכתחילה האט מען געמיינט אז עס האט צוטוען מיט א פאליטיק וואס עס גייט דארט פאהר,


אבער די נאכט ווען מען האט אויס געשאסען פענצטערס און שפיגלעך פון נאך 6 קאר'ס, אויך אויף דעם זעלבען סיסטעם מיט א האמער אדער א שווערער אייזען, האט מען געזעהן אז עס האט צו טוען מיט אנטיסעמיטיזעם,


און ווי מען גיט איבער האט מען געזעהן גוים ביינאכט זיך דרייען נעבען די קאר'ס, און זיך געמאכט ווי זיי זענען פארלוירען און זיי פרעגען דירעקשנס ווי מען קומט אן צו א דערנעבענדיגע שטאט,


די פאליציי פון די געגנט זאגען אז זיי וועלן קער נעמען פון דעם, און פראבירען צו קומען מער אפט צו פאטראלן די גאסען, אבער ליידער זענען מיר נאך אין גלות און מען זעט זיי כמעט נישט, נאר ווען מען דארף זיי נישט,


די שכינים זאגען אז מען ליידט יעדע נאכט פון די גוים וואס שרעקען איבער די איינוואיונער פון דעם שטעטעל, מיט אנטיסעמיטשע אויס שרייען, און פייפעריי מיט די קאר'ס,


נישט לאנג צוריק האט מען געשאסען מיט א גאן פון פעינט באלס אויף א יונגערמאן פרייטאג צונאכט'ס, וואס דאן האט מען אפילו נישט געקענט רופען פאליציי,


אסאך מאל זעהן זיי א פרוי (אמאל אין אנדערע אומשטענדן) אדער א מיידל אליין אויף די גאס, שטעלען זיי זיך אפ און עפענען די טיר און מאכען שרעקליכע קולות, אז עס פאלט א שרעק אויף זיי ממש עס נישט איבער צוטראגען,


ווי אויך איז דאס שוין אן אלטע מכה וואס זיי גנבענען בייקס , קערידזעס, סלעדס, א.ד.ג. פון פארענט פון די הייזער

אויב קען איינער האבען בילדער דערפון, ביטע פאוסטען,




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/1/2006 04:29 לינק ישיר 

איז נישט קרית טאהש ארום גענימען, מיט נאר איין אריינגאנג?

ווי אזוי דרייען זיך דארט גוים נאך דערצו שבת אן אויפמערקזאם און אן ציען פארדאכט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/1/2006 20:56 לינק ישיר 

אויב עס איז דא נאר איין אריינגאגג קען מען אויף אריינגיין ביינאכט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > אנטיסעמיטיזעם פארגעקומען אין קרית טאהש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext