בית פורומים כל העולם כולו

דערויף האט דער רבי זי"ע געוויינט!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/1/2006 02:27 לינק ישיר 
דערויף האט דער רבי זי"ע געוויינט!

העכער דעם דאזיגן אשכול וועט איר געפינען א נייעס אונטערן קעפל "כפייה חילונית", וואו עס ווערט דערציילט א 'מינדערוויכטיגע' נייעס, ווי פאלגנד:

כפייה חילונית



מאת: חיים שפיגל, תאריך: 12/01/2006
ראש עיריית ראשל"צ פקד על מנהלי ת"תים ובתי-ספר: לפתוח הלימודים בהנפת הדגל ושירת 'התקווה'

ראש עיריית ראשל"צ פקד על מנהלי ת"תים ובתי-ספר: לפתוח יום הלימודים בהנפת דגל המדינה ו'התקווה'

ראש עיריית ראשון-לציון, מאיר ניצן, הציב דרישה אולטמטיבית בפני כל מנהלי בתי הספר בעירו, כולל תלמודי התורה ובתי הספר התורניים: לפתוח את יום הלימודים במסדר, הכולל הנפת דגל המדינה ושירת התקווה.

"אם אין הם מכירים בסמכותה של מדינת ישראל, יתכבדו נא ויכלכלו את תלמידיהם בעצמם", כתב ראש העיר ליו"ר סיעת ש"ס בעיר, הרב אריה כהן, שפנה אליו בניסיון להניאו מהחלטתו. הרב אריה כהן ביקש מראש העיר לאפשר לבתי הספר לקבל את הכרעתם של גדולי ישראל בנושא, מאחר וזו הכרעה המחייבת את התייחסותם.

כאשר הודיע ראש העיר על החלטתו לראשונה, לפני כחצי שנה, הכריז ר' בנימין זילברשטרום, מנהל תלמוד-תורה 'אור מלכה' חב"ד בעיר, לראש העיר, באופן חד-משמעי, כי הוא מסרב לקיים את מפקד הבוקר היומי. בעקבות כך ביטלה העירייה את תקצוב התלמוד-התורה.

"כל ראשי המוסדות החרדיים גמגמו וניסו להתחמק. אנחנו היחידים שהציבנו את העובדות על השולחן ולא ניסינו לתחמן איש", אמר אז זילברשטרום לאתר COL.

שרת החינוך לימור לבנת גיבתה בשעתו את החלטתו הנחרצת של ראש העיר, כולל ההחלטה שלא לתקצב את התלמוד-תורה של חב"ד.

תוקן על ידי - מבקש_האמת - 13/01/2006 2:37:16



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/1/2006 02:37 לינק ישיר 

אין אידישער איבערזעצונג בקיצור:

דער מעיאר פון ראשון לציון האט באפוילן אז די ת"ת אין שטאט וועלכע געניסן פון שטאטישע שטיצע ווערן באפוילן אז זיי מוזן אנהויבן יעדן לערן טאג מיט זינגען די טריפה'נע ציאניסטישע "התקוה", און מיטן אויפהייבן דעם ציאניסטישן פאן!

אלע "חרדי'שע" ת"ת האבן גענצליך זיך אונטערגעווארפן די נייע החלטה, אויסער דער מנהל פון די ת"ת פון חב"ד וועלכער האט קאטעגאריש זיך קעגנגעשטעלט אקעגן דעם פארלאנג, און ער האט טאקע פארלוירן די - ביסל - שטיצע פון די שטאטישע רעגירונג!

------------

די החלטה איז שוין א האלב יאר אלט, יעצט איז עס געזעצליך אריין אין קראפט, ואין פוצה פה ומצפצף!

די חרדי'שע חברי הכנסת גרייטן זיך צו די טמא'נע בחירות, מען שלאגט זיך ווער עס דארף וועמען איבערבעטן, און ווער עס זאל באקומען א גרעסערע טייל אין די פארטיי בודזשעטן.

אבער קיינעם פאלט נישט ביי אפילו מוחה צו זיין אקעגן די שוידערליכע עוולה, אז אין אלע חרדי'שע מוסדות אין איין פראווינץ - זאל עס זיין וויפיל קינדער עס איז - פרעדיגט מען איין אין די קינדער א געטריישאפט צו דעם עצם עקזיסטענץ פון די מדינה! שומו שמים על זאת!

וואו זענען זייערע פירער? זייערע 'גדעילים' און 'רעבע'ס'? היתכן אז זיי לאזן צו אזא זאך און מען הערט נישט פון זיי קיין פיפס?

עס איז קלאר אז דאס איז בלויז א פארשפיל, די חינוך מיניסטארשע ליבנת - די איניציאטארין פונעם "תוכנית הליבה" - האט שטארק אויסגעלויבט דעם באשלוס פונעם מעיאר פון ראשון לציון. וואס איז א קלארע אנצוהערעניש וואס מען קען נאך פון איר ערווארטן (לויט ווי עס איז יעצט אנגענומען וועט זי אויך זיין מיניסטארשע אין די קומענדיגע רעגירונג, היל"ת).

ניטאמאל בארירט עס זיי! א זאך וואס אין די פריערדיגע יארן וואלט עס אויפגעשטורעמט די חרדי'שע ארץ ישראל פון איין עק צום אנדערן, עס וואלט געווען אזא מערכה לכל הפחות ווי ביי דאס אריבערפירן די טורביינ'ס. און היינט איז שטיל!

א שטילקייט וואס שרייעט העכער ווי מיליאנען ווערטער!

כמה גדולים דברי חכמים! ווי גערעכט איז געווען רביה"ז י"ע ווען ער האט אקוראט פארגעזאגט וואס עס וועט פאסירן אויב מען וועט זיך בידים אריינלייגן אין לייבן גרוב, און נהנה זיין פון די טריפה'נע געלטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/1/2006 03:50 לינק ישיר 

ביזט ביטער גערעכט, אבער וואו זענען די פראפעשאנעל מוחים פון ניו יארק? פארוואס האט ר' אהרן נאכנישט געכאפט די געלעגענהייט צו מוחה זיין, און זיין "דער ערשטער"?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2006 04:28 לינק ישיר 

פון וואו איז דאס גענומען?
פארוואס לייגסט דו נישט קיין לינק?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-13/1/2006 04:45 לינק ישיר 

זעסט נישט ער שרייבט "העכער דיר"...?

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/item.asp?id=824&cat_id=1

קומענדיגע מאל ביטע שרייב קלארער.

א דאנק פאר די געוואלדיגע ווערטער, איך האב נישט יעצט קיין צייט צו די שטותים דערנאך וואס נעמען אוועק דעם טעם פון דיינע חשוב'ע ווערטער, ועוד חזון למועד.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/1/2006 09:10 לינק ישיר 

פארוואס האט חב"ד זיך קעגן געשטעלט?
זענען זיי עפעס נישט געטריי צום רעיון הציונית ווי די אנדערע פרומע, אדער זענען זיי ברוגז אויף די רעגירונג צוליב ארץ ישראל השלימה וואס איז זייער הייליג אין חב"ד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/1/2006 20:54 לינק ישיר 

מבקש האמת:

דער רבי זי"ע האט גיווינט און געמעגט וויינען, ער איז נישט דער ערשטער וואס האט געהאלטען אז מען זאל פון די פרייע נישט נעמען קיין געלט, און ער האט דאס נישט ערפונדען. דאס איז א מחלוקת וואס גייט שוין אהן באלד הונדערט יאר אדער מער, זיי האבען מורא געהאט אעפ"י דער חינוך סיסטעם איז א זעלבסשטענדיגער, פונדעסטוועגן קענען די חילונים מיט די צייט איבערנעמען מיט געוואלד דעם סיסטעם, און זאגען מיינונגען.

ואעפי"כ איז געווען גדולי ישראל וואס האבען געהאלטען אז מען מעג יא נעמען. דעיע גדולי ישראל האבען געזעהן פאר די וויכטיגסטע זאך פאר אונזער דור נאכען קריג, צירוק אויפצובויען א עולם התורה, זיי האבען נישט געוואלט זעהן א דור פון טויזענטער Sienna's אוןOdessey's.

די גדולים זענען געווען זייער באזארגט בשעת'ן גרינדען די מדינה אז די פרייע עלעמענטען זאלען נישט געוואונען די אויבערהאנט איבער דעם פרומען חינוך סיסטעם. יא, עס איז געווען אזא חשש און אויך א גרויסער טשענס. זיי האבען געקענט מאכען פארשידענע געזעצען ווי למשל פלאטערן א פאהן, התקווה, מינות, ועוד, וואס נישט נאר אז אנדערש וואלט מען נישט געגעבן קיין פאנדען, נאר זיי וואלטען געקענט אסר'ן דעם עצם אפען האלטען א מוסד וואס טוט אנדערש. כמדומני, אז אין אמעריקע איז אוויך דא א מינימאלער קאריקאלעם וואס דאס מיז יעדע סקול איינהאלטען. אבער כ"ש און די מדינה וואס האט אין יענע צייט געהאט היבש קאמיניסטישע געזעצען און סימפאטיע...

וועסטו מיר אוודאי זאגען, מיר האבען זיך געדארפט מוסר נפש זיין, גיין אין די בונקער'ס לערנען אזויווי די אידען און די צייטען פון די יוונים, און אין די צייטען פון ינאי המלך.

וועל איך דיך פרעגן מיין פריינט, וויאזוי האט זיך עס אויסגעארבעט אין רוסלאנד?, אין דער צייט וואס כלל ישראל האט פארלוירען זעקס מיליאן פון אירע קינדער - איז דער צייט פארן באנייען תורה אין קעלער'ס-?

האבען געזעהן פאר א גרויסע זיג דער פאקט אז חינוך עצמאי איז אנערקענט געווארען פאר א חינוך סיסטעם ביי די ממשלה, און מיט אימה מתפלל געווען צו דעם פון אויבן אז עס זאל בלייבען תמים אן א פעלער ביז משיח'ס טאג.

און ב"ה אשר לא עזב חסדו מאתנו, עס האט זיך צירוק אויפגעשטעלט א עולם התורה וואס איז לכאורה נישט געווען זיין גלייכען כמעט און די אידישע היסטאריע. דער פחד האט זיך 60זעכציג יאר נישט מגשם געווען דער חינוך סיסטעם שטייט זעלבסשטענדיג און בליהט מיט פראכט, און שטייט ווי א דארען אין די אויגען פאר די חילונים, - וואס כאטשיג זיי לייגען פיסלעך ווען זיי קענען נאר אז מיר זאלען אומפאלען שבכל דור ודור עומדים עלינו...- אבער - אן ערפאלג.

יעצט לייג צו קאפ:

קיינער זאגט נישט אז עס קען זיך נישט אמאל מאכען א פראבלעם וואס איז צריך תיקון. ניין, עס מאכט זיך פראבלעמען, נעכטען-היינט-און אויך מארגען, און מען דארף זיי פאררעכטען אומשנעלסטען. דאס בארעכטיגט נישט קיין קעפל אין די נייעס "אשר יגורנו בא" "אגודת ישראל קאפיטולירט צו ציונות", וכו'.

לויט ווי איך פארשטיי איז געווען א קנאפע פאר מנהלי מוסדות וואס האבען זיך געבויגען, אדער -געוואלט- בייגען צו פארלאנגען פון די רעגירונג ווי ללמשל גאווערמענט טעסטס וכדומה, און די גדולי ישראל האבען פאררופען א אסיפה און געבעטן מעו זאל זיך האלטען שארטק-אונאיינעם עד יעבור זעם. - און וואס מיינסטו? די ממשלה איז שוין געפאלען, איר פלאץ וועלן ערפילען נייע מענטשען, און מיט אביסעל תפלה, שתדלנות מיט שכל, וועט די גזירה אראפ פון טיש ווי חז"ל זאגען גזירה עבידי דבטלי, דער תורה וועלט וועט אי"ה וייטער בליען, און דער אייבישטער זאל עס היטען ביד משיח'ס טאג.

דאס איז די מעשה מיט תכנית הליבה, און די איבעריגע מיט וואס מען פיטערט דיך און דער איד, דער בלאט, צו סתם פאשקעווילען איז הוילע דעמאגאיע און שקר.

נאר דער חילוק צווישען מיר מיט דיר איז צוויי יסודות'דיגע:
איינס: צו זאגען ווען ביי ינעם מאכט זיך אזאה! מען זעהט שוין דעם אמת, איז אזויווי איך זאל זאגען אויף די געשלעג פון סאטמאר שמחת תורה מען זעהט שוין די כוונה פון סאטמאר'ן רבי זי"ע. און די פארשטייסט אליינס אז אזוי אפציזיגלען סאטמאר אדער זייער רבי'ן איז נאריש, ביליג, און לעכערליך. מיין קרייז געט אויך ארויס א אויסגאבע, און האט נאך קיינמאל אזא פראקלאמעישאן נישט געמאכט. אבער די סאטמאר'ע מוזען יא האבען אזא אויסגאבע וואס זאל אויף יעדע נארישקייט זאגען: נו? די רבי זי"ע איז גערעכט געווען,... דער רבי איז געווען א קלוגער איד. אנדערש קענען זיי נישט איך וויס נישט פארוואס.

א גוט שבת

המשך יבוא




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/1/2006 22:07 לינק ישיר 

אויב איך מעג זיך אריינמישן.

קודם כל, דא איז אינגאנצן נישטא קיין ויכוח אויב דער רבי זי"ע איז געווען דער ערשטער אדער דער איינציגסטער מוחה צו זיין אקעגן די פירצה פון הנאה האבן פון רשעים, סאטמארע חסידים זענען גערן גרייט איבערצוגעבן פאר דיין פארטיי (???), און פאר סיי וועמען פון די אגודה וכדו', אז זיי זאלן פירן דעם קאמף אקעגן דאס געלט נעמען, און מיר זאלן זיין בלויזע נאכשלעפער, וועלכע שטופן דעם וואגן פון די מערכה.

אגב, איז דא אריינגעפאלן א שטארקער גרייז, עס איז נישט דא קיין מחלוקת הונדערט יאר איבער נעמען געלט פון רשעים, עס איז סך הכל דא א מחלוקה [?] אין די לעצטע זעכציג יאר אביסל איידער די מדינה איז אנטשטאנען, וואס דארט איז אויך נישט געווען קיין דירעקטער הנאה פון די ציונים ימ"ש נאר עס איז געווען אונטער זייער איינפלוס, ואכמ"ל.

בנוגע די גדולי ישראל וואס האבן געהאלטן אז מ'מעג יא נעמען, איז עס אויך נאר געווען א טעארעטישע מחלוקה צו די ציונים וועלן זיך יא אדער נישט אריינמישן, עס איז אויסער יעדן צווייפל אז אין די היינטיגע אומשטענדן וואלט קיינער פון יענע גדולים נישט מתיר געווען בשום אופן צו נעמען געלט [נאר דאן וואלטן די אגודה פירער באזייטיגט יענע גדולים, ווי זיי האבן געטון מיט אלע גדולים וועלכע האבן זיך נישט אונטערגעווארפן זייער דיקטאט].

און ניין, מען האט נישט געדארפט גיין לערנען אין קעלערן, ווי ווייט איך ווייס זענען די סאטמארע חדרים נישט אין קיין קעלערן, אויך אין אלע אנדערע מוסדות וועלכע זענען אפיליאירט מיט די עדה החרדית לערנט מען נישט אין קיין קעלערן.

און אז דו פרעגסט שוין יא, וואס האט מען אויפגעטון פון נישט גיין לערנען אין קעלערן, אז אין עטליכע יאר וועט מען לערנען כפירה, אפענערהייט - היל"ת ???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/1/2006 22:19 לינק ישיר 

וועגן דעם עולם "התורה" אין ארץ ישראל איז בעסער נישט מאריך צו זיין, איך גלייב נישט אז עס וועט דיר שמעקן צו זען וואס איך האב אין מאגן...

יעצט לייג צו קאפ:

ליידער בעוה"ר האבן רוב רובם פון די מנהלי המוסדות זיך געבויגן, און טאקע כדי השתחויה, בעיקר פאר די מבחני מיצ"ב. צוערשט האבן טאקע די "גדעילים" פרובירט צו אסר'ן, אבער ווען זיי האבן געזען אז מ'פייפט זיי אן האבן זיי אויסגעדרייט דעם דאשיק, און זיך גרינג א עצה געגעבן, מען איז מתיר ! און יעצט איז שוין ווידער יעדער מקיים דעם "ועשית ככל אשר יורוך"...

איי, הגרי"מ לעפקאוויטש שרייט געוואלד, אז מ'ברענגט אונטער די ישיבות און ת"ת ? אויך אויף דעם איז פאראן א עצה, ער ווערט א "זקן ממרא"... [פונקט ווי סאטמארער רבי זי"ע בשעתו...].

דו וועסט מיר נישט קומען דערציילן קין מעשיות וועגן תכנית הליבה, ר' אברהם יעקב לייזערזאן האט איבערגעגעבן - מפיהם ולא מפי כתבם - פארן רב שליט"א פונקטליך ווי עס קוקט אויס דער מצב אין אר"י, זיי אליין הייבן זיך אן רייסן ביים קאפ וואו זיי זענען פארפארן, אבער קיינער קען עס נישט אפשטעלן.

ער האט זיך הויעך געוואונדערט אויפן סאטמארן רבין זי"ע, פון וואו האט ער אזוי גוט פארשטאנען אקוראט וואס עס גייט פאסירן ?!

בנוגע די נייע רעגירונג האב איך א שטארקע פארדאכט אז דו ביזט נישט באהאוונט אין דעם פאליטישן מצב אין מדינת ישראל, לויט ווי עס איז יעצט אנגענומען וועט "קדימה" געווינען, און זיי זאגן גאנץ אפן אז "די חרדים וועלן זיך נאך בענקען צום תוכנית הליבה" !!! היל"ת.

אדרבא, די נייע רעגירונג וועט פיל ווייניגער ברויכן אנקומען צו די שטיצע פון די חרדים, בפרט ווען די חרדים זענען געבליבן צווישן די הויפט שטיצער פון די מתנחלים, און זיי וועלן זיין א שטארקער שטער צו די ווייטערדיגע פלענער פון ריקצוגן פון די איצטיגע ממשלה.

במילא פארשטיי איך זייער גוט, אז אויב לייזערזאן מעג זאגן אז סאטמארער רב איז געווען גערעכט, מעג עס מבקש האמת אויך זאגן ! [כאטש איך בין נישט זיכער אויב ער האט געוואוסט וואספארא תנא דמסייע ער האט...].

צווייטנ'ס, די נייעס איז נישט פון קיין שום ממשלה, דא רעדט מען פון א בירגערמייסטער אין די עיריה, וואס קען זיך מער טרויען און ער טוט שנעלער ארויסברענגען אויפן אויבערפלאך די פלענער וואס ליגט ביי אלע פרייע אויפן געדאנק.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/1/2006 14:52 לינק ישיר 

קערי08
צוויי קשיות, 1, דו ווייסט וואס די חפץ חיים האט געזאגט אןיף די קאמוניסטן? ער האט געזאגט אז מוואלט יעדער אינאיינעם זיך געדארפט מוסר נפש זיין, אזוי וואלט אויטאמאטיש צובראכן געווארן די קליפה. די זעלבע זאך וואלט געווען ביי די מדינה, נאר סאך גרינגער, ווען נישט די אגודה העלפט מאכן די מדינה, וואלטן זיי קיינמאל נישט געווען געצווינגען צו פאלגן אלע געזעצן. די מדינה האט גענוג פראבלעמס מיט די אראבער, זיי וואלטן נישט געקענט פירן אינעווייניגסטע מלחמות.
2, ביי וועלכע סטעידזש גייט אמאל די אגודה מודה זיין אז זיי האבן געמאכט א מיסטעיק ביי אריינגיין אין די אגודה?! אלעמאל גייען זיי זאגן "אז מוועט פאררעכטן"?! ביי די קיצוצים גייען זיי אויך אזוי זאגן אדער דעמאלטץ גייט עס ווערן א "ממשלת השמד"? קודם איז געווען ברק שפעטער איז געווארן שרון. אולמערט האט שוין געוויזן זיין פרצוף אין ירושלים, נתניהו שעלטן ענק שוין צאם יארן זייט די קיצוצים, פרץ וועט ענק זיכער גארנישט געבן.
סאו וועלכע ממשלה גייט ענק פאררעכטן די נייע גזירות?!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2006 22:01 לינק ישיר 

בא ללמד:
עס שטייט נישט דארטען אז מען זינגט התקווה, עס שטייט נאר אז ליובאוויטש איז דער וואס פייט דערקעגן. עס שטייט נישט אז די אנדערע פאלגען דאס אויס.

בעלזא למשל, האט א ישיבה גדולה אין ראשון לציון -ווי ווייט איך געדענק - נו האלטסטו אז נאך אשרי ובא לציון זינגט מען התקווה? אדער אינמיטען שיעור בקיאות.

וואס ווערסטו דערשיטערט אז די שטאט פאדערט? פאדערט דען נישט די שטאט. אז אין סקול דיסטריקט זאל מען נישט רעדן פון גאט?

בנוגע דעם עולם התורה אין א"י, האסטו מיר פארענטפערט א קשיא.

דער איראנער פרעזידענט לייקענט די שואה. די גאנצע וועלט דרייט זיך איבער. וויאזוי קען מען לייקענען אזאך וואס טויזענטער מענטשען האבען בייגעוואוינט? אבער אויב קענסטו לייקענען אזאך וואס עקזיסטירט, דעמאלט זיכער קען מען לייקענען אזאך פון פאר זעכציג יאר.

בכל אופן וואלט איך געוואלט הערן דיין מיינונג דעריבער. הגם איך האלט אז עס איז א פלעינע לונגעו אנטצינדונג.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2006 16:37 לינק ישיר 

קערי און אז איך וועל דיר אנהייבן ברענגן ארטיקל נאר ארטיקל פון המודיע, יתד אאו"ו אז זיי זעהן אויך איין די פראבלעמען, וועסטו דען מודה זיין

נאר וואס דען, וועסט טרעפן א תירוץ, נו, זיי מיר געזונט, אבער א שאד פאר די מיה נאכצוזוכן ווען עס וועט סייוואו נישט טוישן גארנישט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דערויף האט דער רבי זי"ע געוויינט!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext