מזל טוב! מזל טוב! לחסידי סאטמאר העולמי!!
מזל טוב מזל טוב!
פאר רבבות אלפי חסידי סאטמאר די בכל אתר ואתר, צו די פיירדיגע בשורה מרנינה וואס איז ידוע געווארן די וואך, אז ענדליך נאך קרוב צו "50" יאר שווערע האריוואניע איז באשטעטיגט געווארן די "רשיון" צו בויען א נייע הערליכע ריזיגע געביידע מיר דירות אינעם "שיכון קרית יואל דסאטמאר" בני ברק.
דער הייליגער שיכון קרית יואל בני ברק וואס איז אויף געבויעט געווארן דורך מרן רביה"ק זיעועכי"א, און איז היינט דאס שפיגעלע פון ממלכת סאטמאר, עס איז איינס פון די הערליכסטע פאריאקטען פון מלכות סאטמאר.
די "שטח הציבורי" וואס געפינט זיך פארלאזט שוין אזוי פיל יארן יעדער וואס איז געווען אינעם שיכון קען דאס שטח, קרוב צו פופציג יאר זייט די גרינדונג פון שטעטל קען מען נישט באקומען רשות צו בויען דארט דירות , ווייל עס דארף זיין א שטח ציבורי, איבער 100 טויזנט דאללער האט שוין די הנהלת המוסדות איבער די יארן אויסגעבען צו קענען טוישן די לאט.
חסדי ה' כי לא תמנו!
פאריגע וואך דאנערשטאג איז באשטעטיגט געווען ביי די ערי' אז מען קען דארט אויפבויען די נייע הערליכע דירות פאר אנ"ש חסידי סאטמאר, און אי"ה אין די קומעדיגע פאר וואכן וועט מען אנהייבן צו בויען דער נייער בנין לשם ולתפארת.
צוליב פארשידענע סיבות וד"ל האב מען עס נישט געקענט מעלדען פארן ציבור ביז יעצט.
פון די אנדערע זייט ביי די זאליס איז חושך ואפילה!
טונקל און ביטער!
זיי האבן שווער געארבעט די לעצטע 3 חדשים צו קענען מאכן עפעס א טויש און די הנהגת המוסדות והקהלה אין בני ברק, משה גבאי מיט ר' זלמן לייב האבן פערזענליך ביטער שווער געארבעט דערפאר זיי האבן געשיקט 75 טויזענט דאללער אין די לעצטע דריי חדשים פאר די צוועק, וואלערשטיין מיטן תמין'נער טאלער האבן געארבעט דערפאר ביטער שווער, איין לויער נאכן צווייטן האט זיך אפגעזאגט נאכן געוואור ווערן וואס דא גייט פאר אז זיי האבן נישט דא קיין שום אחיזה, נאר זיי ווילן מאכן פאלשע פאפירן קעגן די געזעץ.
וואלערשטיין מיט טאלער האבן דערזעהן אז עס רירט זיך נישט, פאר צוויי וואכן צוריק האבן זיי געזעהן אז די עיר' גייט נאך גאר באשטעטיגן פאר די אהרונים די לאט צו בויען, פון די אנדערע זייט איז געשטאנען משה מיט ר' זלמן לייב און פארלאנגט פון זיי פארשריט, זיי האבן דערזעהן אז זיי טאפן א וואנט, זיי האבן ווייטער געהייסן שיקן געלט מיט וואס זיי האבן געמאכט א יחלוקו, און זיך אנגעפילט די טעשער, זיי האבן געמאכט א שווייג אבער געוואוסט אז די באלון וועט איין טאג פלאצן.
זענען זיי געגאנגען יאנואר 2 און ארינגעלייגט א פאלשער דאקומענט א דעקלירעשן אז מ. וואלארשטיין איז איינע פון די בעל הבתים פון די מוסדות (וואס איז וועל ארויף לייגן א קאפיע), וואס יעדער חדר אינגעל קען עס טאן אויפן צווייטן, און מיט דעם האבן זיי פרובירט צופרידענגעשטעלט די געמיטער פון משה גבאי און ר' זלמן לייב און די זאלונים זענען געטאנצען אין די גאסן.
די הנהלת הקהלה והמוסדות האבן ווייטער שטיל געארבעט זיך נישט וואוסענדיג געמאכט פונעם נערישן דעקלירעשאן, און האבן זיי געלאזט מיט זייער אויג פארבעלענדענישט און ב"ה מיטן הילף פונעם רבוש"ע האט רבי משה חיים ווייס שליט"א באקומען די "רשיון" אז ער קען בויען אויפען לאט, און אי"ה ביז געציילטע וואכן וועט מען זיך נעמען בויען די נייע געביידע.
ר' זלמן לייב מיט משה גבאי זענען געוואור געווארן דערפון הערשט די וואך דינסטאג, זיי זענען ווילד געווארן און האסטיג געקאלט וואלערשטיין מיטן תימן'נער טאלער, זיי זענען נישט געווען בנמצא, משה גבאי מיט ר' זלמן לייב האבן איבערגעלאזט פאר זיי מעסידעטש מיט קללות נמרצות מאל כעס, ענדליך נעכטן נאכן האט משה גבאי געכאפט וואלערשטיין און געמאכט יאמערליכע קולות אויף אים, און ער האט אים געשריגען דאס וואס איך האב געטאן מיט א. שווארטץ איז נאר א דמיון וואס איך וועל טאן מיט דיר, די וועסט קיין ברויט נישט האבן צו פרעסען, גענוג געלט פון מיר גערויבט!
וואלערשטיין מיט טאלער דרייען זיך ארום ווי המן נאכן באגאסן ווערן פון קאפ ביז פיס, אבל וחפוי ראש!
סאטמאר חסידים דאנקן דעם רבוש"ע אויף די גרויסע חסדים וואס ער האט געטאן צו אונז!!!
חסדי ה' כי לא תמנו גי לא כלו רחמיו!
הודו לה' כי טוב לעולם חסדו!!!
תוקן על ידי - שורשנגח - 13/01/2006 5:01:31
תוקן על ידי - כל_העולם - 13/01/2006 7:42:42
 |
|
|