בית פורומים כל העולם כולו

גרויסע נייעס פון ירושלים!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/1/2006 05:24 לינק ישיר 
גרויסע נייעס פון ירושלים!

היינט דאנערשטאג מיטאג (פארנאכט'ס אין א"י) איז אפגעהאלטן געווארן א שטורמישע מיטינג אין שטוב פון הר' חיים הערש טייטלבוים אין עיה"ק ירושלים, עס האבן אנטייל גענומען מענדל וואלערשטיין, דוד מאיר טאלער פון בני ברק, יושע צבי יוזשעף,יוסף שווארץ, מיט שלמה צבי עקשטיין.

ר' חיים הערש האט פארגעהאלטן וואלערשטיין פארוואס ער נוצט זיין נאמען ביי די מערכה קעגן די מוסדות אין בני ברק, עס וואלט בעסער געווען ווען איינער פון ב"ב זאל דאס פיהרן על שמו אנשטאט מענטשן זאלן קומען מיט טענות וואס וויל מענדל וואלערשטיין וואס פאטרעט עמטליך די מוסדות אין ירושלים וואס וויל ער פון די מוסדות אין ב"ב.

דוד מ. טאלער האט גענומען דאס ווארט און פארענטפערט דאס עס איז נישט מענדל וואלערשטיין נאר די מוסדות יטב לב פון אמעריקא וואס ווערט פארטרעטן אין א"י דורך וואלערשטיין.

דא האט זיך יוסף שווארץ צושריגן מיט קולי קולות אז דאס פארשעמט די נאמען פון די קהילה און די מוסדות, מענטשן פון אויסלאנד פרעגן און שטוינען ווי קען דאס זיין אז דער פירער פון די מוסדות זאל אנשטאט זיין פארנומען מיט זיין פקודת הקודש פון זארגן געלט און האלטן ארדענונג אין די אייגענע מוסדות אין ירושלים, מישט ער די טאפ אין די אנדערע מוסדות אין בני ברק.

וואלערשטיין איז נישט שטיל געבליבן און האט גענפערט פאר יוסף שווארץ אין פסוק אריין, דו לאזט דען א צווייטן צו עפעס צו אויספירן דא אין די ירושלימ'ער מוסדות, דו טהוסט מעשה בעלות אין די ישיבה און אויך אין די גאנצע מוסדות, און רעדט נאך פון מאכן ארדענונג.

ר' חיים הערש האט פארגעהאלטן וואלערשטיין אז מ'פארט אוועק פון די גופו של ענין, און נישט אויף דעם איז מען יעצט דן, אויך י. צבי יוזשף האט געפרעגט מה ענין שמיטה אצל הר סיני וואו קומט דא אריין די אינערליכע פראבלעמען פון די מוסדות, מ'רעדט דאך פון די זיך מישן אין די פראבלעמען פון די פרעמד.

טאלער איז ארויסגעלאפן אינדערויסן און אויפגעהויבן טעלפאנען צו זיינע אויבערהארן אין נ.י. און פארגעהאלטן וואס דא טהוט זיך אפ,
אינמיטן האט ער אויך ארויסגערופן וואלערשטיין.

נאך אפאר מינוט זיך טענה'ן איז וואלערשטיין מיט טאלער צוריק אריינגעקומען און געזאגט אז זיי וועלן דאס איבערשמועסן מיט די הויכע פענסטערס אין אמעריקא, און זיי וועלן איבער געבן די פראבלעם.

די מיטינג האט זיך געשלאסן נישט פאר וואס וואלערשטיין האט שטרענג געפאדערט אז די אינהאלט פון די אסיפה מוז בלייבן אין געהיים.

אינטערסאנט איז אז פאר וואס וואלערשטיין-טאלער זענען ארויס פון שטוב האבן זיי יעדן געגריסט (אפילו עקשטיין) נאר נישט יוסף שווארץ, ימים ידברו...




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > גרויסע נייעס פון ירושלים!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext