לאנדאן איבערגעקערט, מוסדות יטב לב
עס איז שוין געווען דערוועגן א אשכול אין אלטן חדשות אנ"ש פאר ווער עס געדענקט, אז עמיצער האט מיאוס אנגעזעצט קנאפע 4.5 מיליאן דאלער וואס האט געהערט פאר פריוואטע עשירים וועלכע האבן עס געבארגט פאר מוסדות יטב לב, און בעיקר פאר דעם מנהל וועלכער איז אריינגעשטעלט געווארן דורך ר' זלמן לייב מיט קנאפע 8 יאר צוריק, פאר וועמען עס געדענקט יענעם פאליטישן שפיל.
למעשה איז דאס געלט פארשוואונדן, און עס איז פאראן א שטארק באזירטער פארדאכט אז דאס געלט איז גענוצט געווארן אלס טייל פון די 800,000 פונט וואס גדלי' עסטרייכער האט געגעבן פאר חיים משה פעלדמאן אפצוקויפן א חלק פון די בניני הת"ת, און אויך פאר די געריכטליכע הוצאות וועלכע האבן נאכגעפאלגט.
דער אינוועסטירער איז אנטלאפן קיין ארץ ישראל, אבער איז צוריק אהיימגעקומען מיט עטליכע חדשים צוריק.
יעצט איז ארויסגעקומען א עיקול פון "התאחדות הרבנים" פון ניו יארק און "כדתיא" פון לאנדאן אויף די פריוואטע הויז פון יענעם, און אויך אויף די נייע זאלי שול אויף קרעיווען וואק - וואס האט אגב זייער נישט מצליח געווען, ווי עס איז געווען פארגעזען - וואס געהערט פאר יענעם פריוואטן אינוועסטירער.
די וואך האט זיך אנגעהויבן גרינדן א קאמיטע וואס וועט האפנטליך שליכטן די נושא, פרטים יבואו.
 |
|
|