| נשלח ב-15/1/2006 18:03 |
|
| |
אנטשולדיגט מיר נעמען נישט קיין קרעדיט קא
עס איז נאך גאר שטארק איינגעפירט ביי די "היימישע סטאר'ס"
אז ווען די ווילסט באצאלן מיט א קרעדיט קארד, זאגט מען דיר א רייע פין נעריש'ע תירצום
1}מיר נעמען נישט קיין קרעדיט קארד, אדער
2}נאר העכער 20 דאלער, אדער
3}עס קימט צי א טשאראש פין נאך אפאר פראצענט, ווייל די ניצט א קרעדיט קארד
איך האלט אז מען דארף אויסרייסן דעם גניבה בכל תוקף
ווייל מער אין מער מענטשן "רובו ככילו" פירן שוין היינט א עמטליכען געהעריגן בודשעט
אין זיי האבן א קרעדיט קארד וואס צי ניצען אין סטארס, וואס איז גרינגער אין מער זיכער ווי זיך צי דרייען מיט קעש
אין פין די אנדערע זייט, האבן ב"ה אונזערע היימישע געשעפטן א גיטן אפעטיט ווען עס קימט צי מאכן פרייזן אין יעדען הינזיכט סיי מיט עסן, קליידנוג, שיך,אין וואס נישט
נאר ווען עס קימט צי באצאלן, אויב וויל מען ניצן א קרעדיט קארד,
שטעלט ער א פנים ווי גלייך איך וויל אים דא בא'גנב'נן
כאילו ער האט נישט געבעטן {צום ווייניג'סטענס} 20 פראצענט מער ווי דער גוי, וואס דאס דעקט שוין ברייט די טעקס
{אדרבה גייט קיקען וויפיל א סענטווידש קאסט ביים גוי}
איך האלט אז עס דארף ווערן עמטליך איינגעפירט ביי אונז אויך
אז מען באצאלט 10 דאלעאר אויך מיט א קרעדיט קארד
אין אויב עס שמעקט דיר נישט, דאן אדער בעט ביליגער, אדער לאז איך דעם סענטוויטש/וכדומה דא איבער, אין גיי די נעם די סענטוויטש אין לייג עס אין גארביטש
תוקן על ידי - שלום_משה - 15/01/2006 18:07:14
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2006 18:08 |
|
| |
קעמאט א יעדע סטאר נעמט שוין היינט גהעריג
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2006 18:11 |
|
| |
אין אפסטעיט איז נאך דא גאר אסאך וואס נעמען נישט,נאר אויב
די צאלסט צי 8 פראצענט, אדער
נאר א מינעמום פין 20 דאלער
וואס ביידע תנאים, איז חזר'יש אין אפשר אויך גניבה
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2006 18:53 |
|
| |
דאס איז בכלל נישט קיין גניבה, קודם כל די קרעדיט קארד קאמפעני רעכענט פראצענט פאר'ן מוכר, נאכדעם ווערט דאס באריכטעט אין די שטאט וד"ל,
סענדוויטש קאסט ביליגער ביים גוי, ווייל ער דארף נישט קויפן קיין כשר'ע פראדוקטן וואס איז סך טייערער,
פרוכט איז נישט טייערער ביים איד, שיך און אפלייענסעס זענען נישט ביליגער ביים גוי, חוץ דעפארטמענט סטארס וואס קענען זיך ערלויבן ספעשילס,
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2006 18:59 |
|
| |
קרעדיט/דעביט קארדס, איז היינט די עובר לסוחר ביי אלע אינדאסטריס, דאס איז די נארמאלע וועג צו איינקויפן אין סופער-מארקעטס און אין דעפארטמענט סטארס, אסאך מער מענטשן באצאלן מיט קארטלעך ווי מיט קעש,
ווען ס'קומט אבער צו אסאך היימישע געשעפטן (נישט אלע), הייבן זיי אן צו שטעלן א פנים כאילו איך וויל באצאלן מיט פעני'ס אדער מיט קאנאדישע געלט, דאס אז דיר שמעקט עס נישט, דאס איז "דיין" פראבלעם.
די גרעסטע חזיר'יש קייט איז ווען זיי זאגן אזוי שטיל פארן קליענט "כעל מוזן טשארדשן מכס".
וואס איז דאס?!
די גנב!!!
יא גנב!!
נישט גענוג די באגנבעסט די גאווערמענט, וואס איז דאס נישט מיין דאגה, לעולם, טוה וואס די ווילסט, אבער וואס איז די העזה צו ארויפווארפן דיינע גניבות אויפן קליענטן.
P I G !!!
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2006 19:08 |
|
| |
NYPD,
במחילת כבודך, דאס איז א טיפשות'דיגע פעלאסעפי, BUSSINESS WISE, אפי' ס'קאסט אפאר פערצענט, די מציאות איז אז קרעדיט קארטלעך איז א "סערוויס" און א באקוועמליכקייט פאר די קונדן, ווי באקוועמער די מאכסט פארן קונה אלס מער ביזנעס וועסטו באקומען,
פונקט ווי אלע גראסעריס דעליווערן פאר FREE, כאשטיג ס'קאסט אסאך געלט, לוינט זיך דאך ווייל דו ווייסט אז די ריוח איז מער ווי די שאדן, די זעלבע מיט די קארטלעך, האט נישט קיין שום פשט TO SINGLE OUT די קרעדיט קארד באצאלערס, מ'פארטרייבט זיי נאר.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2006 19:18 |
|
| |
nypd ווען איז די לעצטע מאל די ביסט געווען קויפען פרוכט? די אידישע סטארס קענען זענען זיין דאפעלט די פרייז
|
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2006 20:03 |
|
| |
די לעצטע פאר מאל ווען איך בין אריין צו א סטאר און געוואלט באצאלן מיט א קרעדיט קארד, האט ער מיר געזאגט אז ער נעמט נישט נאר פון צוואנציג דאלאר, בין איך געגאנגען אין פארשאפט נאך זאכן סזאל אנקומען ביז צוואנציג דאלאר, און אזוי באצאלט דערנאך בין איך געגאנגעל און געקאלט זיין פראסעסאר, (וואס מעקען געוואר ווערן דורך'ן מערטשענט נאמבער אויפן רעסיט) און געפרעגט טאמער זיי האבן א לימיט טשארזש פון 20 דאלאר מינימום, פארשטייט זיך אז זיי האבן געענטפערט ניין, האב איך זיי געפרעגט הכלל איך בין געווען ביי די און די סטאר אין זיי האבן געבעטן א מינימום פון 20 דאלאר, זיי האבן צוגעזאגט עס צו אינוועסטיגעטן,
וואס מיינט עטץ, נאמאר האט ער געבעטן א צוואנציגער,
איך האלט אז איינער וואס ווערט אזוי דיסקרימנירט פון א סטאר ברויך אויך צו טוהן, איך האב עס שוין געטוהן עטליכע מאל אין עס האט ב"ה געהאלפן.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2006 20:21 |
|
| |
האסט געפרעגט א שאלה צו דאס איז מסירה,
אז עס געפעלט דיר נישט די סערוויס קענסטו גיין אין אנדערען געוועלב
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2006 20:26 |
|
| |
NYPD
די אלע סטארס וואס בעטען צי אויף א קרעדיט קארד מטעם הנ"ל
זענענן צוויי מאל חזרים
איינס ווייל מיר בעט ער טייערער ווייל ער ווייסט איך בין א איד איך מוז אנקימען צי אים
אין מיט די שטאט שפילט ער זיך ארום ווייל ער ווייסט אז א גרויס חלק אידן צאלןנישט מיט קיין קארד ממילא קען ער טיען וואס ער וויל
תוקן על ידי - שלום_משה - 15/01/2006 20:45:15
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2006 20:27 |
|
| |
מקוה איד
אפשר אין די מקוה דארפסטו צושטעלן די סערוויס פון נעמען קרעדיט קארדס אן קיין טשארדש ווייל אויב נישט באצאלט מען בכלל נישט, אבער א סטארקיפער האט די רעכטן צו באשליסן וועלכע סערוויס ער וויל צושטעלן אומזיסט און וועלכע נישט,
צו עס לוינט זיך פאר ביזנעס דאס זאלסטו לאזן פאר אים צו באשליסן, מיר האט מסביר געווען א קאמפאני וואס מאכט די פארעדיגע טירן, אז פאר מיין ביזנעס פעלט אויס פארעדיגע טירן אזוי וועלן אריינקומען דאפעלט קאסטומערס, א צווייטער וואס מאכט דראפ סילינג האט מיר מסביר געווען אז אויב איך וועל מאכן מער סטיילישן דאך וועל איך האבן דאפעלט קאסטומערס,
די סערוויס וואס ברענגט ביזנעס זאלסטו לאזן פאר די ביזנעסלייט, מיר דעבאטירן דעם יושר פון רעכענען א פראצענט וואס עס קאסט דעם מוכר
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2006 20:33 |
|
| |
NYPD
ניין ביסט קלאר נישט גע'רעכט, ווייל עס איז אמת אז די נעמסא עדווענטיש פין דיינע אידלעך?
אין אדורוך דעם קענסטע בעטען בעסערע פרייזן ווי דער גוי!!
ווייל דער גוי קען גיין צי א אויסוואל פין 20 סטארס פין די זעלבע אייטעם אין זיין געגענט
אין דער איד האט מאקסומום 5 סטארס ווי ער קען גיין!!
מילא נעם אין חשבון, אז די פארשטייסט אז די מעגסט נעמען ענדווענטיש פינעם איד
פארשטיי אז דער איד מעג צוריק נעמען עדווענטיש פין דיר!!
אין עס איז צייט אז מען זאל עס אנהייבן צי אינפארסען!!
תוקן על ידי - שלום_משה - 15/01/2006 20:34:20
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2006 20:37 |
|
| |
שלום משה וואס לאזטו נישט א איד פארדינען בדרך כבוד?
ער איז מחויב חתונה מאכן מיט טיי אווענטס?
דער גוי צאלט נישט קיין שכר לימוד פאר צען קינדערלעך, און מאכט נישט חתונה יעדעס יאר,
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2006 20:39 |
|
| |
וחי אחיך עמך איז א מצות עשה דאוריתא מער ווי ד' מינים, ד' מינים קען מען יוצא זיין מיט א צוואנציג דאלער'דיגען סעט, אין דער איד איז מהדר צו באצאלן אפאר מאות הידור מצוה, די מצוה וחי אחיך עמך, איז יעדן סענט א מצות עשה דאוריתא,
קיינער ווערט נישט קיין עושר פון די פאר דאלאר אין אידישע געשעפטן,
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2006 20:41 |
|
| |
NYPD
ניין ער איז נישט מחיוב חתונה צי מאכן מיט קיין טיי אווענט!
אבער כל זמן איך בין "יא מחיוב" צי קויפן ביי אים ווייל איך בין א איד
אין ער ווייסט דערפין!!
אין ער ניצט עס קעגן מיר דורוך העכערן פרייזן!!
זאל ער נישט זיין קיין חזיר
אין ער זאל נישט בעטען מער פאר קרעדיט קארד
אין אויב בעט ער יא מער, זאל מען קאלן זיין ווענדער אין עס איינגעבען!!
תוקן על ידי - שלום_משה - 15/01/2006 20:40:11
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2006 20:50 |
|
| |
שלום משה האסט א גהעריגע פלאן ווי אזוי מען זאל עס אנהייבן צי אינפארסען?? די גייסט שיקען אן אויפקלערינג'ס בריוו??
|
|
|
|
|