|
|
| נשלח ב-15/1/2006 20:57 |
|
| |
זייער פשוט
זאלסט אריינגיין צי א רעסטעראנוט
אין דיר באשטעלן א גיטן סענוויטש מיט א קאווע
אין דערנאך זאלסטע ארויסנעמען דיין קרעדיט קארד אין באצאלן דערמיט
טאמיר זאגט ער דיר מינומום 20 דאלער
אדער ער בעט נאך פראצענט, דאן זאג אים מוחל טובות איך דארף נישט די סענוויטש
די זעלבע זאלסטע טיען אין דריי גוד סטאר. נאכן מאכן א ארדער
די זעלבע זאלסטע טיען אין גראסערי
אין די זעלבע זאך אין שיך סטאר נאכן אנטרייען שיך פאר אלע דיינע קינדער
אויב בעט ער מער געלט דאן זאג אים מוחל טובות
איך מיין אז ער וועט דיר נאכלויפן אז ער גיט דיר עס פארן זעלבן פרייז
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2006 16:01 |
|
| |
זאג אים אז ער איז א שקרן, ווייל היינט איז נישט דא אזאך אז ס'זאל קאסטן א טרענזעקשן פי, די זאכן זענען היינט שוין בטל ומבוטל, סקאסט נאר פראצענט און פון 1 דאלאר צאלט ער 2 סענט מאקסימום, פאר די באנק,
NYPD ניין סאיז נישט מסורה, ווייל דער פראסעסאר איז אויך א איד, און איך מיין ביי א איד הייסט נישט קיין מסורה.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2006 16:13 |
|
| |
איך קען יענעם גיט איך ווייס ער האט מיך נישט געזאגט ליגענט ס'איז יא דא א טרענזעקשן פי א יעדער סטאר האט אן אנדער'ער פלען זיין פלען איז דא א טרענזעקשן פי
תוקן על ידי - אלעסאמת - 17/01/2006 16:14:45
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2006 16:23 |
|
| |
זאג אים אז ער איז אריינגעפאלן אין א מיאוסן דיל און ער זאל זיך גיין זיכען א אנדערען פראסעסאר.
הבהרה!!!
די אלע זאכן וואס איך האב געשריבן איז נאר לגבי "קרעדיט" קארדס, משא"כ "דעביט" קארדס, קען קאסטן די טרענזעקשן פי'ס איבער צוויי דאלאר פער טרענזעקשן, ווייל די בענק לייגן צו אייגענע טשארזשעס פאר די מערטשענס
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2006 17:46 |
|
| |
אלעס אמת
איך פארשטיי שוין פין וואס יענער רעדט,
די "טראנזעקשן פי" האט א אנדערע נאמען,
אויף אידיש הייסט עס "שטייער"
אויף לשון קודש הייסט עס "מכס"
אבער כידוע בעט ער שוין אזוי אויך מיט 25 פראצענט טייערער ווי דער גוי
אזוי אז דארף שוין דעקן דאס אויך
תוקן על ידי - שלום_משה - 17/01/2006 17:46:17
|
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2006 23:46 |
|
| |
איך קויף אויך מיט קרעדיט קארדס, אבער איך קען פארשטיין א געשעפט וואס נעמט נישט פאר קליינגעלט ווייל עס קאסט אים א מינימום טשארדש, וואס לוינט זיך אים מער נישט דאס גאנצע געשעפט.
איך גיב נישט פאר א איד א קרעדיט קארט פאר ווייניגער ווי 20$ ווייל איך פארשטיי אז הגם דעי קרעדיט קארד קאמפאני צווינגט אים עס צו נעמען וויל איך נישט ער זאל גערלייגען אויף מיר.
פארגעס נישט וחי אחיך עמך.
נעמען די פראצענט איז שוין א חזיריי, אין דאס וואלט איך נישט מסכים געווען צו צאלען, און באמת זע איך נישט קיין געשעפטן וואס פארלאנגען דאס פון מיר.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2006 05:33 |
|
| |
טאגליכט איך האב היינט געווען נאכאמל ביים געשעפט און ער האט מיך געזאגט אז טאמער איז דא א פלען וואס מ'דארף נישט צאלן קיין טרענזעקשן פי צאלט ער א גרעסערער פארצענט אדער אן אנדערער טשרטש אנשטאט דעם בקיצר פאר 2 3 דאללער קען ער אמאל דערלייגן אויך יעצט די זאגסט אז דער פראסעסאר איז א איד זע איך אז די ביסט נישט בקאנט ווי אזוי עס ארבעט ווייל דער פראסעסאר איז אלץ א גוי דער איד איז נאר אן עיזשנט
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2006 07:49 |
|
| |
איך האב יעצט אריין געבליקט און די לינק וואס די ברענגסט איך זע דארט נישט וואס די זאגסט נאר אלעס וואס איך האב געזאגט אז א חוץ בערך די 3 4% פון די עמאנט וואס מנוצט איז דא א טרענזעקשן פי פון 0.23 $ עס שטייט נישט קיין איין ווארט פון האלד עס שטייט קלאר וואס איך זאג דא האסטו וואס דארט שטייט Per-authorization fee for credit card transactions This amount is charged each time a credit card transaction is submitted for authorization and is in addition to the discount rate. יעצט ווען איינער קויפט עפעס פון .2 $ גייט אראפ בערך 3% + 0.23 $ פארדינט ער נאך עפעס? א חוץ וואס עס שטייט דארט אז דעס אלעס איז נאר ביי Visa Master אבער אלע אנדערע איז נאך טייערער איז יעצט נישט מער ווי מענטשליך צו ניצן א קערדיט קארד נאר ווען מ'קויפט פאר מינימום 00 .20 $
תוקן על ידי - אלעסאמת - 18/01/2006 8:04:03
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2006 16:34 |
|
| |
עס איז קלאר אביסל צוריק געשטאנען נישט צו נעמען קרעדיט קארטלך אדער צו רעכענען מער,
אבער צו בעטן א מינימום האט אין זיך א געהעריגע הסבר
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2006 19:30 |
|
| |
טאגליכט איך ווארט אויף א תירוץ פון דיר ישר כח
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2006 19:52 |
|
| |
ווארהייט
לאמיר דיר פרעגן,
איך האב גע'עפענט די אשכול, ווייל איך בין אריין אין א רעסטראונט אין מאנסי כ'האב געבעטן א {פלענע} טונא סענטוויטש מיא א קאווע,
עס איז אויסגעקימען נאך טעקס 6.25 יא-זעקס-דאלער-מיט-פינף-אין-צוואנציג-סענט
פאר א סענוויטש אין א קאווע
איך האב באמערקט אז איך האב נישט קיין קעש,האב איך געגעבן א קארטעל
האט ער מיר געשטארשט 10 דאלער אין געגעבן א קרעדיט אויף 3.75
דאס מיינט א איד א חזיר מיט אלע מפרשים
ווייל פאר דעם געלט קען איך עסן ביים גוי א גאנץ הינדל
נאר ווייל איך בין א איד האב איך געמוזט צאלן 6.25 קעש, אין מיט א קארטעל 10 דאלער
ממילא צי האבן א מינומום, וויפיל מען טשארשט אויף א קרעדיט קארד איז חזריש
אין דער בעה"ב איז א PIG
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2006 20:05 |
|
| |
צוויי נקודות
איינס, נישט יעדע יוצא מן הכלל, איז מחייב צו טוישן דעם כלל
און בפרטיות, איך וואלט צוגעקויפט נאך עפעס פאר 3.75..... חוץ אויב עס איז געווען א טויטע קאץ פון דר. לידער דארט
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2006 17:24 |
|
| |
איך האב נעכטן געפרעגט נאך א גשעפט ער האט מיך געזאגט די זעלבע זאך
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2006 22:28 |
|
| |
שלום משה, וועגן א מינימום פארשטיי איך נישט וואס דיין טענה איז
|
|
|
|
|