| נשלח ב-16/1/2006 01:18 |
|
| |
ווען גייען די ארונים זיך אויפוועקן?
איך וויל פרעגן אן אויפריכטיגע פראגע, און ביטע ענטפערט צו דער זאך, נישט מיט קיין קינדערישע הבלים.
שוין איבער זעקס יאר וואס עס ברענט ליידער א ביטערע פייער פון מחלוקת אין סאטמאר וואס איז ליידער ליידער אריינגעשלעפט געווארן אין ערכאות של עכו"ם מערערע מאל.
איך מיין אז אלע דא וועלן מודה זיין אז די ארונים האבן נאך קיין "איין" עכט גוטן טאג נישט געהאט אין לויף פון די זעקס יאר, און ווען עס האט זיך צומאל אויפ'ן מאמענט געדאכט אז זיי האבן שוין יאר ערגעצוואו ארויסגעקוועטשט א זיג, איז דאס באלד צעבלאזן געווארן און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז ס'איז בכלל נישט געווען קיין זיג, דעריבער איז מיין פראגע: וויפיל נאך מיליאנען דאלארן פון ביידע זייטן, וויפיל נאך חילול השם, און וויפיל נאך דורכפעלער פעלט זיך אויס, אז די ארונישע פירערשאפט אין שפיץ פון זייער מנהיג זאלן ענדליך איינזען אז "העברת פי ה' לא תצלח!", זיי זאלן זיך ענדליך דערכאפן פון שלאף אז ס'איז צייט צו גיין מאכן שבת פאר זיך און אראפנעמען די לאפעס פון סאטמאר??? עד מתי???
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2006 02:07 |
|
| |
אזוי ווי דו ביסט זייער איינזייטיג קען דיין פראגע נישט האבן אפילו קיין איין נארמאלע תירוץ
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2006 02:11 |
|
| |
ענק זאגן דאך אז די זאליס/בני יואל/מתנגדים זענען ערגעץ אנגעקומען נאך צוואנציג יאר זיין אין דער ערד... סאו אונז וועל מיר ענק פאלאוען...
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2006 02:15 |
|
| |
און אזוי זעענדיג נאך עטליכע פון דיינע תגובות איז מיר איינגעפאלן פארוואס דו הייסט לכו_ונשובה און נישט בואו_ונשובה ווייל דו אליין האלטס נאך זייער ווייט דערפון זאל כאטש יענער גאנץ א גוטע איידיע אבער מיר האלטן מיט תשובה דארט ווי דו קיין אינטש נישט ווייטער
נ,ב, איך רעד נישט און קיינעם'ס נאמען ס'איז נאר מיין מיינונג כאטש דו וועסט זיך אוודאי ארויף כאפן און זאגן אז ס'איז קיין מיינונג
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2006 02:39 |
|
| |
1. מאן יימר אז סיז "העברת פי ה' והוא לא תצלח" אפשר איז עס א בחינה פון "שטנא נצח".
2. דאס מאכן שבת פאר זיך איז קיין שום סתירה מיטן זיין אין געריכט, ווילאנג ס'איז דא די ריסארסעס פאר ביידע, קענען ביידע אנגיין פאראלעל, מ'קען בויען בנינים אין מוסדות און די זעלבע צייט זיין אין געריכט, איך זעה נישט ווי אזוי נישט.
3. ביז ווי לאנג ס'וועלן זיך נישט אראפ זעצן ביידע צדדים, פארהאנדלן און אויסארבעטן א שלום, וועט שכל'דיג ליידער די מחלוקה ווייטער פלאקערן, דאס זיין אין געריכט איז נישט מעלה ומוריד, ס'קען נאר העלפן.
4. גערעכט, מ'איז טאקע 4-5 יאר אין געריכט, אבער פארגעס נישט, ס'האנדלט נאך אלס איבער פונקטליך דעם זעלבען דיון ווי דאס פון דעם ערשטן מינוט וואס די קאורט קעיס האט זיך אנגעהויבן, די נושא האט זיך נישט געטוישט, דאס מיינט אז וויפיל געווינסן די זאליס האבן געהאט, איז עס געווען 1 זאך, נאכאמאל און נאכאמאל, די STAKES זענען נאך אלס די זעלבע. דאס מיינט אויב לו יצויר די לעצטע פסק איז לטובת די אהרונים, קענען די זאליס נעמען זייערע אלע געווינסן, איינמאכן און איינזייערן.
5. די וואס פארשטייען ווי אזוי די דשודישיעל פראצעס ארבעט אין אמעריקע פארשטייען אז קיין שום קעיס שלעפט זיך נישט אויף אייביג, די סאטמארע קעיס האלט לכאורה ביי נעילה, נאך דעם אפיעל, איז לכאורה נישט שייך וואס צו טון, חוץ, אויב מ'הייבט אן א פרישע קעיס, מיט אנדערע קלאגעס.
6. מיין השערה איז אזוי: שפעט'סטנס אויף היי יאר פסח וועט שוין זיין די אפילס קאורט דעסיזשען אינדרויסן.
אויב די פסק איז לטובת די זאלונים, איז די קעיס פארטיג, אפיעלן צו א העכערן קאורט איז נישט רעאליסטיק.
אויב די פסק איז לטובת די אהרונים, איז די קעיס לכאורה ווייט פון פארטיג, ווייל די זאליס זענען ביים רעדל, אין מ'וועט דארפן אסאך שוויצן מ'זאל זיי זעהן אינדרויסן, אדער זיי אראפשלעפן צום פארהאנדלונגס טיש.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2006 04:16 |
|
| |
מקוה איד.
1. די זאליס האבן שוין לאנג צוויי לעדלעך, ווען עס פעלט זיך אויס נעמט מען אפיר דעם "מסבב כל הסיבות", ווען עס דרייט זיי די קישקעס שפראצט ארויס דער "מעשה שטן הצליח"...
3. די צדדים האבן זיך שוין אראפגעזעצט, פארהאנדלט, און אויסגעארבעט, עס זענען אבער דא צוויי מענטשן וואס אן זייער ווילן - וואס איז דערווייל נישטא - וועט נישט זיין קיין שלום: משה פריעדמאן און ר' זלמן לייב טייטלבוים. ווי עס קוקט אויס וועלן זיי זיך נישט ברעכן ווי לאנג זיי וועלן זיך נישט זען אינדרויסן פון ראדני - אויב עס וועט פאסירן.
4. נישט גערעכט, די זאליס האבן אויסדריקליך יא געווינען מיטן שלעפן. אינצווישן האבן זיי זיך געבויט א קאמפאני זייענדיג "די רעגירונג", און אפילו אויב די אהרונים געווינען אלעס וועט ער נאך אלס בלייבן אויף די מאפע. דאס איז די הויפט סיבה פארוואס ער איז נישט געגאנגען צו די"ת.
5-6. ווייטער נישט גערעכט. דאס איז אמת אז דער אורטייל פון אפעלאט געריכט וועט מסתמא שוין זיין צו באקומען נאך פאר פסח, אבער אפילו אויב איין צד געווינט - וואס איז אויך נישט קיין הכרח - קען זיך עס פארט שלעפן לאנגע יארן, בפרט אויב דער פארלירער גייט אין פעדעראלן געריכט.
דאס איז אבער זיכער אז די אהרונים וועלן אלעמאל דארפן אסאך מער שוויצן, בפרט ווען די זאליס האבן שוין איבערצייגט אז זיי נעמען שטענדיג דעם "שאורט קאט" פון שמירעריי...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2006 04:22 |
|
| |
איך ברענג דא א קאפי פין דרייניץ וואס ער האט געשריבען אין די זאלי פורום,
DRYNITZ
ווייסט אפשר איינער די סיבה פארוואס די ארוינים האבען געטוישט די מעכטיגע פירמע פון דרעק, סאמערס, וואס האט דעליווערט דעם מעכטיגען זיג ביי ראזענוואסער.
און אנשטאט דעם אויפגענומען ר' משה קאטלאוויטץ פון פלעטבוש פאר זייער לויער אין אראנדזש קאונטי.
געווענליך איז דער כלל אז א winning team טוישט מען נישט איין.
וואס איז דא געשעהן? פארוואס טוישען די געווינערס זייער לויער?
איז דא עפעס אמת דערין????
אויב יא וואס איז די סיבה???
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2006 04:43 |
|
| |
איז אמת וואס דרייניץ שרייבט
אדער איז עס סתם דעפרעסיע???
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2006 04:46 |
|
| |
בא ללמד
100% גערעכט.
דאס איז פינקטלעך וואס איך טריי שוין אזוי לאנג מסביר צו זיין.
אז מיר טיען גארנישט אויף אין קארט, עס מאכט נאר מער שאדען.
ווען מיר זאלען זיך ווען צוכאפען צו איינע פין זייער בתי דינים, אין גיין צו ד"ת, וואלט מען ווען דורך א פשרה, אסאך מער געקענט ארויס באקימען.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2006 04:48 |
|
| |
עס מיינט לכאורה גארנישט, אז מען טרעפט א בעסערען לויער, נעמט מען אים. עס ווייזט נישט אויף קיין שוואכקייט.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2006 05:29 |
|
| |
קעניג/ניו יארק מעיק אפ יאר מיינד די ארוינים שטייען יא שוואך אדער נישט און דיינע לעצטע צוויי תגובה'ס שרייבסטו איין מאל אז די ארוינים זענען שוואך און דיין נעקסטע תגובה שרייבסטו אז די ארוינים זענען נישט שוואך?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2006 05:34 |
|
| |
שפיטצער/איחוד מעמבר
קודם האב איך גערעדט פין ב"ב לויער.
אין מיין פוינט וועגען די לויערס, רעד איך אין דזשענערעל, נישט נאר אין אינזער קעיס.
אז טוישען לויערס, מיז נישט ווייזען אויף שוואכקייט.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2006 21:39 |
|
| |
מקוה איד:
1. זאל עס זיין "שטנא נצח", אבער דער פאקט איז אז עטס געטס אויס מיליאנען דאלארן און עטס קומט נישט אן אין ערגעץ. דרך אגב, איך גלייב שווער אז דער כח פון רבי'ן זי"ע איז שוואכער פונעם שטן ווען עס קומט צו דעם עתיד פון זיין הייליגע קהלה און מוסדות הק'.
2. עס קוקט מיר נישט אויס ווי איר האט די ריסארסעס פאר ביידע. אונזער צד האט שוין ב"ה אין קרית יואל מוסדות התורה פאר כמעט אלע יארגענג, בתי מדרשים, התאחדות אברכים, וכו' וכו', אסאך מער און אין א פיל קורצערע צייט ווי די ארונים ביי אונז אין וומסב"ג.
3. ס'איז באוואוסט פאר יעדן ווער עס איז שולדיג אז מען איז נישט געקומען צו קיין אפמאך ביים פארהאנדלען. יעדעס מאל ווען מען האט פארלאנגט אז ענקער מנהיג זאל אויך אונטערשרייבן אויפ'ן אפמאך, און אויך אז מען זאל אין די זעלבע צייט פארהאנדלען איבער קרית יואל וואו מיר האבן פונקט אזא טענה ווי איר אין וומסב"ג, און אפשר נאכמער, האבן ענקערע פירער/פארפירער געבראכן די געשפרעכן. דאס איז א דבר ידוע פאר יעדן!
4. אפילו אויב איר קוועטשט ארויס א זיג פון ראזענוואסער איבער'ן בית החיים וועט דאס נישט זיין בינדענד אויף די נכסים פון קהל יטב לב אינדרויסן פון קרית יואל, ווי דער ריכטער האט אליינס קלארגעשטעלט עטליכע מאל, ווידער ערגעץ אנדערש, וואו צ.ב.ש. אין אפעלאט, זענען אייערע שאנסן זירא! אפילו ראזענוואסער'ס פסק איבער'ן שטח פון בית החיים - אויב איר וועט געווינען - וועט לכאורה איבערגעדרייט ווערן ביים אפעלאט.
5. אמת, די צוויי אפענע קעיסעס וועלן זיך לכאורה אין דער נאנטער צוקונפט ענדיגן, אבער ווי מיר קענען די ארונים וועלן זיי נאכן פארלירן ווייטער אריינגיין אין געריכט, אזויווי עס איז זייער שטענדיגער מהלך פון גיין בלינד אין וואנט אריין.
6. מיין השערה איז אז ביז 4-5 וואכן וועט די אפילס קאורט דעסיזשען זיין אינדרויסן און ווי עס קוקט אויס וועלן זיי קלארשטעלן אז הרה"ח ר' יעקב כהנא שליט"א איז דער לעגאלער פרעזידענט פון קהל יטב לב. דער פראבלעם איז אז מיט ענק ארונים קען מען נישט אויסרעכענען, און איר וועט נאך אלץ נישט איינרוען, און כאטש איר וועט אין ערגעץ נישט אנקומען, אבער אויף אזויפיל זענט איר גוט, צו מאכן קאפ ווייטאג פאר אונז און אוועקנעמען דעם מנוחות הנפש צו קענען געהעריג זיך קאנצענטרירן אויף הרחבת גבולי הקדושה להגדיל תורה ולהאדירה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2006 22:03 |
|
| |
לכו
האי מאן דחזא חלמא ולא ידע מאי חזא ליקום קמי כהני בעידנא דפרסי ידייהו ולימא הכי רבש"ע אני שלך וחלומותי שלך חלום חלמתי ואיני יודע מה הוא בין שחלמתי אני לעצמי ובין שחלמו לי חבירי ובין שחלמתי על אחרים אם טובים הם חזקם ואמצם כחלומותיו של יוסף ואם צריכים רפואה רפאם כמי מרה על ידי משה רבינו וכמרים מצרעתה וכחזקיהו מחליו וכמי יריחו על ידי אלישע וכשם שהפכת קללת בלעם הרשע לברכה כן הפוך כל חלומותי עלי לטובה
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2006 22:08 |
|
| |
יענקעלע
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2006 22:19 |
|
| |
איך ווייס אז דרייניץ שרייבט נישט דא
אבער
איך ווייס אויך, אז ער ליינט וואס שטייט דא
דעריבער א פראגע צו אים - בעסער געזאגט, א תירוץ בדרך קשיא
פארוואס
ווען די זאלי סניף יו טי עי סניף אפסטעיט האט געטוישט פון 'בען אסטערער' צו 'טאם קיסעין' און ווידער צו 'גארדאן' איז דאס נישט קיין פראגע פון זיין שוואך, אדער ווי ער שרייבט, א 'ווינינג טים טוישט נישט' וכו, און נאכמער די זאליס האבן געטוישט אין מיטן די 'הירינגס' און דאך מיינט עס גארנישט
אבער
ווען די אהרונים סניף קהל יטב לב סניף קרית יואל טוישט לויער 'פאר לויער אוו רעקארד' פון 'דרעיק און מאן' צו 'קאטלאוויץ' נאכן ענדיגן די 'הירינגס, איז דאס שוואכקייט, און דארף מיינען דאס אדער יענץ
דרייניץ, אלץ דער שפיץ פון די ליגעל טיעם ווייסטו אז היינו טעמא דמגילה היינו טעמא דשופר, פאר די זעלבע סיבה פארוואס אסטרער איז געווארן קיסעין און קיסעין איז געווארן גארדן, די זעלבע סיבה איז מחייב נאך זאכן
איז אויב אזוי דרייניץ פארוואס פארדרייסטו די יוצרות???
|
|
|
|
|