| נשלח ב-16/1/2006 18:19 |
|
| |
האק מיר נישט אין קאפ אריין!!!!!!!!!!!!!!
פארפאלן, אז עס טוט וויי שרייט מען, און איך האף אז איר וועט מיר אויסהערן, און פעולות וועלן געטאן ווערן אפצוטאן פון אונז די נייע אנשיקעניש וואס נעמט מיר שוין ארויס פון גלייכגעוויכט, און דאס איז די רעקארדירטע מעסעדזשעס וואס רופן אריין אין שטוב יעדן טאג אן אויפהער
צו וואס ברויך איך געשטערט ווערן פון מיינע וויכטיגע ענינים (יא! אנטוהן די קינדער איז אויך וויכטיג, אזוי איז אויך זיי לייגן אין בעט אריין, און סתם דערציילן א מעשה ביי נאכטמאל) נאר צו הערן אז די און די פאנדיעלא געשעפט האט זיך מיישב געווען אראפצוציען די פרייזן ביז דרייסיג פראצענט (איך רעד שוין נישט פון דעם פאקט אז דאס איז לויטער שקר, זיי לייגן ארויס איין 'רעק' מיט זיבן קליידער פאר די ביליגע פרייז, וזהו)???
זיץ איך אויפן פאטעל און פרוביר זיך מצמצם צו זיין אין א גוט שטיקל שאפערס ראוט, ברויך זיך דער טעלעפאן צוקלינגן און אויפוועקן די גאנצע הויזגעזונט (יא! זיי רופן אויך ווען די קינדער גייען שוין שלאפן) מודיע צו זיין אז האצענפלאצער רבי וועט יא ערשיינען צו מלוה מלכה לטובת מוסדות קאסקיאסקא???
איך מיין צו זאגען, דאס אמעריקאנע פאלק האט שוין איינמאל אויסגעשריגן זייער וויי געשריי און טעלעמארקעטערס ווייסן שוין אז זיי קענען געשטראפט ווערן אויב זיי דרייען א קאפ פאר מענטשן וואס האבן זיך איינגעשריבן אויף די "לאז מיר צורוה" ליסטע, וואס זאלן מיר אידעלעך זיין גרעסערע נודניקעס ווי די טעלעמארקעטערס???
רבותי!!! א קול מוז געהערט ווערן! איך האב ביי זיך באשלאסן אז א צוועק וואס רופט צו מיר אין שטוב, באקומט נישט קיין גרייצער (כאילו אנע דעם יא...)!
פאריגע וואך האט מיר א געוויסער מענטש (פערצופאל א גר) אנגערופן בלי שום גוזמא דריי מאל אין די זעלבע שעה צייט!!! אנטשולדיגט מיר! EXCUSE ME דאס גרעניצט זיך מיט פעגעריי און נערוון קריכעריי, און איך וועל דאס נישט דולדן!!
א קול גייט ארויס פון דא וואס זאל געהערט ווערן צו אלע אדווערטייזערס: פון מיר וועט איר קיין געלט נישט מאכן אויב איר וואגט זיך צו רופן מיין טעלעפאן!! איך וויל דאס נישט ברויכן נאכאמאל זאגן!
און יא! איך רעד אויך צו די מוסד וואס רופט ארום זיבעצן מאל א וואך מודיע זיין אז עס גייט פאר א רעגיסטראציע (פערצופאל האב איך שוין יא באצאלט שכר לימוד, מאך משוגע א צווייטן).
החותם בכאב לב
הק' גראף
רבותי, זייט מודיע דעם עולם אויב עס איז דא א וועג וויאזוי מען קען זיך ארויסדרייען פון די חברה, ווייל איך מיין אז בלאקן די טעלעפאן פאר פרייוועט נומערן העלפט נישט דערויף, זיי קומען ארויף מיט א נאמען און טעלעפאן נומער.
תוקן על ידי - גראף - 16/01/2006 18:23:46
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2006 19:03 |
|
| |
שלום משה
א גרויסן יישר כח פארן מיר געבן די געלעגנהייט ארויסצוברענגן נאך א זאך וואס ווייטאגט מיר זייער, און דאס איז דאס וואס אזעלכע ניקס ווי דיר קלערן נישט קיין צוויי, אויב זעהן זיי אן ארטיקל וואס זיי האלטן אז עס קען צוניצקומען פאר א צווייטן, פרעגן זיי נישט אן ביים שרייבער פונעם ארטיקל אויב ער איז מסכים מען זאל זיינע ווערטער ארויפלייגן ביי די יעניגע פורומים וואו דער סלאגאן איז אומאפיציעל כל המרבה מחלוקת בישראל הרי זה משובח.
שלום משה! GOOD JOB! וויפיל מינוט זענען פארביי פון ווען איך האב געדרוקט "שלח תגובה" אויף מיין ארטיקל ביז דו האסט געשפירט פאר וויכטיג דאס נאכצוקאפירן אין דיין מחלוקת פורום?????
דא קען יעדער אויסדרוקן זיין ווייטאג אויף די אויבנדערמאנטע טעלעמארקעטינג טעמע, און אויף די קאפיקעטער טעמע וואס שלום משה האט אזוי שיין צוגעברענגט אלס ביישפיל.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2006 19:33 |
|
| |
אין ווער עס וויל קען אויך רעדן פין גראף'ס בלינדע האס
ווייל כידוע איז עס א אנגענומנע זאך אויף "הייד פארק" אז מען קאפיט ארטיקלן אין מען שרייבט צי אינטן
קרעדיט פאר.בלא בלא
אין גראף האט זיך שוין דערמיט אנגעשטויסן דערמיט זיכער 100 מאל
דא אליינס איז יעצט דא נאך א אשכול ענדליך צי דעם מיטן נאמען credit card scam
נאר וואס דען, גראף האט דא א באהאלטענע סיבה וואס אים באדערט, קען זיין אז עס איז
1}בלינדע האס פאר די ארונים, אדער קען זיין אז עס איז
2}אז ער איז א פשוטער סעלפישער דל גאה, אדער קען זיין
3}אז ער וויל אנדרייען א נייע מין הייד פארק מחלוקל'ה, ווייל די פין מחלוקה איז זיין קהלה וויל ער נישט רעדן,מאכט ער א נייע מחלוקה
אין יעדענס פאל, קען מען שוין איצט דעבאטירן, וואס האט געברענגט גראף צי דעם, אז ער זאל קריטעקירן אז זאך וואס עס גייט שוין פאר, פין ווען מען האט אנגעהויבן צי שרייבן אויף הייד פארק
אין ער האט געמיזט גיין מיט א פראזענליך שארפן אנגריף דערקעגן, אפילו עס איז ביז היינט די סטענדערט
תוקן על ידי - שלום_משה - 16/01/2006 19:34:35
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2006 19:35 |
|
| |
לכאורה אז מען רעגיסטרירט זיך אויך דעם Do Not Call ליסטע קען מען פטור ווערן פון דעם פראבלעם.
עס איז דא געלט שטראפן פאר קאמפאניס וואס רופען מענטשן וואס ווילן נישט אזעלכע קאללס און זייער נומבער איז ליסטעד אויף "דא נאט קאלל"
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2006 19:38 |
|
| |
בעטלאהן
יא, אבער מיר זענענן אידן, אין מיר האבן נישט די היתר צי מסר'ן
אין דאס איז די פראבלעם, ווייל זיי ווייסן דערפין אין זיי ניצען עס אויס!!
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2006 20:31 |
|
| |
איך ווייס נישט אויב דורך זיך איינשרייבן אינעם DO NOT CALL ליסטע ווערט מען פטור פון די סארט "מלוה מלכה" רופענישן וכדומה, דאס איז דאך א NON PROFIT ORGANIZATION.
א ווארט צו דיר מיין טייערער חבר שלום משה:
איך בין ב"ה נישט בלינד, און האס איז ביי מיר א משפחה נאמען, איך ווייס נישט וואו אין די וועלט אדער אונטערוועלט דו האסט איינגעזען אז איך נעם א שטעלונג אין דיינע טינופת, זוך נאך מיין ניק און אויב געפונסטו איר ביי איינע פון די נייע "צפרדע" פורומים וואס האבן אויפגעשפרינגן ווי נאר חדשות אנ"ש איז דערקלערט געווארן מחלוקה פריי, דאן באקומסטו פון מיר א מיליאן טאלער! (געספאנסערט דורך: בלא בלא בלא).
עס קען זיין אז דו ביסט גערעכט, דער עמא דבר פון היידפארק איז אז מען קאפיעט און מען שרייבט "קרעדיט פאר בלא בלא", אבער למעשה ווען דו וואלסט מיר אנגעפרעגט אויב איך בין גרייט מען זאל נעמען מיינע ווערטער און ארויפלייגן אויף א פורום וואס איז אין רוח חכמים ונבונים נוחה הימנו (צוליב דעם וואס איר מאטיוו און רוקנביין איז רוקן שטעכעריי, און איך רעד נישט דוקא פון כל העולם כולו, איך רעד אפילו פון די אנדערע וכל שום וחניכא דאית להו), וואלט איך בשום אופן נישט מסכים געווען.
עס קען זיין אז מיין אויפברויז נעמט זיך פון מיין ארנטליכקייט, איך האב נאך קיינמאל גענומען דיינס אן ארטיקל, אדער אפילו אן ארטיקל פון א נארמאלע היידפארק שרייבער און דאס אריבערגעלייגט אין קרעטשמע צום ביישפיל, הגם איך גלייך זייער די קרעטשמע, אבער אן יענעם'ס רשות טוה איך גארנישט, יענעם'ס רייד און שריפט געהערן צו אים, נישט צו מיר. איך קען נישט בויען מיין פורום מיט יענעם'ס רייד אן זיין צושטימונג.
קרעדיט פאר: גראף
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2006 20:54 |
|
| |
גראף
עס ווערט מיר נאך מער שווער פארוואס די נעמסט נישט קיין שטעלונג אין איינע פין די פורום'ס
{ד"א כ'האב קיינמאל נישט געשריבען אז די נעמסט, נאר זעט אויס אז עפעס ווילסט פארדעקען}
ווייל פין דיינע לעצטע צוויי תגובות קיקסטע אויס דייקא א זייער היציגער פארשוין וואס איז זייער וויליג יענעם צי אטעקירן אין אנדרייען א איבערקערנישש אויף זאכן וואס איז מעשים בכל יום אין עס איז זייער נערמאל ביי די נערמאלע ארענטליכע מענטשן דא
גאנצע שטיקער ווערן גע'קאפיט פין פורום בח"ח אהער
אין גאנצע שטיקער איז דא אין קרעטשמע פין דא
ממילא נישט דיין ארענטליכקייט איז עפעס וואס שפילט ביי דיר א ראלע
נאר וואס דען, לייענדיג דיין לעצטע שטיקעל אין דיין לעצטע תגובה ווערט אלעס קלאר,
די האסט מורא אז מען אויפבויען עפעס א פורום דורוך דיינע תגובות
כאילו איינער דארף דא אנקימען צי דיר,
יא יענע פורום בליט ב"ה אן אזעלכע ארענטליכע מענטשן ווי דיר
נ.ב. איך קען באשטיין צי וויסן דיין אנדערע ניק, ווייל זענעדיג דיין כעס אויסבראך אז מען האט גע'קאפיט דיין תגובה צי כל העולם כילו
פארשטיי איך אז די האסט עפעס גאר שטארק קעגן דעם פורום
וויל איך וויסן וועלכע ניק די ניצט אין חדשות סאטמער
תוקן על ידי - שלום_משה - 16/01/2006 21:01:59
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2006 21:41 |
|
| |
שלום משה
עס זענען דא דא זייער אסאך ניקס וואס קענען אלע מיינע ניקס, איך גיי זיי נישט אויספראקן דא ברבים, אבער סהדי במרומים (JEWBOY און נאך צענדליגער קענען מעיד זיין) אז קיינער פון מיינע ניקס שרייבט נישט אין קיינע פון די "צפרדע" משם יפרד והיו לארבעה רשעים פורומים וואס זענען אויפגעקומען ווי פארדארבענע שוואמלעך נאך א רעגן ווען אונזער חשוב'ער מנהל הרב דזשובוי האט גענומען דעם דראסטישן און דראמאטישן שריט אין די ריכטיגע ריכטונג און מיט דעם פארשטויסן דיר מיט דיינע קאלעגעס און קאנטער קאלעגעס (ביי מיר אויפן צינג איז בכלל נישט רגיל די א' ווארט און די ז' ווארט ברוך השם) לעזאזל!
גייט אייך פון דאנעט, מיר וויינען נישט קיין מינוט נאך אייך, מיר וועלן אי"ה ווייטער אנגיין אן אייך אויך! שוין לאנג וואס מיר ווארטן אז "חדשות אנ"ש" זאל זיך אביסל דערהייבן און לויז ווערן פון אייער געמויזעכץ!
איין קליינע עצה טובה וועל איך זיך ערלויבן דיר מיטצוטיילן: ווען דו גייסט ארויס פון דא, געב אכט אז די טיהר זאל זיך נישט פארהאקן אויף דיין וויידל.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2006 22:07 |
|
| |
ביודעי ומכירי קאמינא, קענענדיג אלע ניק'ס פון דעם אויבנדערמאנטן גראף, טוה איך קאמענטירן, אז קיין איינע פון זיי טוען נישט פיגורירן, אין קיין שום פאליטיקעל אשכול.
און צו דיר מיין באקאנטער הער גראף, עס קומט זיך דיר 20 פון די גרינע מענטשעלע מיט די הענט ארויף, אויף דיין קלארע ערקלערונג, איבער די אלע טינופות, וואס קאכט זיך ליידער ארום בין אנש.
אלע מעמבער'ס אין דעם אזוי באליבטן פארום חדשות אנש, וועמען איך קען בפרטיות, זענען אויף די זעלבע מיינונג, און איך קלער אז נאך פיל אנדערע אויך, ווי מ'קען דאס זיין אויף פילע מעמבערס וואס זענען אויפגעשטאנען דוקא נאך וואס דער ארנטליכער מנהל כבוד הרב ג'יבוי, האט מיט זיין שכל הישר אויסגעליידיגט דעם פארום פון סיי וואספארא שמוץ און גרויל, וואס איז פריער געווען געפאסטעט אין דעם דאזיגען פארום, און האט ארויפגעברענגט, עקל און אפשיי פון יעדן רעכטדענקענדיגער מענטש.
אשר על כן טוה איך מיר צושטעלן צו די בקשה פון גראף, ביטע נישט נאכקאפירן קיין שום זאך וואס ווערט ארויפגעברענגט אין דעם פארום, צו סיי וואס פארא פארום וואס גרעניצט זיך מיט די ערגסטע מיני מחלוקת וואס מיר האבן זיך דערלעבט היינט אין אונזערע צייטן.
תוקן על ידי - התאחדות - 16/01/2006 22:12:21
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2006 22:20 |
|
| |
איך וועל פראבירן צי ציען די שמיעס ווי ווייט עס איז מעגליך
ווייל פין יעדע תגובה דיינע זעט מען נאכאמאל אין נאכאמאל דיין אמת'ע אינדענדעט
אין עס איז א שאד עס צי פארפאסן
אבער נעווער מיינד,
איך האב גארנישט קעגן מענטשן וואס באשטימען אז מיט איין ניק שרייב איך נישט קיין פאלטיק אין מחלוקות
אין זיך אהער שטעלן כאילו זיי זענענן מורא'דיג קעגן מחלוקת
אזאש אין פריוואטען לעבן גייען זיי ניטאמאל אין ביהמ"ד ווייל היינט ציטאגס אין יעדן ביהמ"ד שלאגט מען זיך
עס איז אבער א גליטש, אז ווען מיט דעם ניק וואס מען שפילט איידעל אין ארנטליכקייט
גיט מען זיך אמאל א צילאז, אזוי אז יעדער זעט אז אינטער דעם ניק
ליגט ווייטער דער זעלבער גארביטש, נאר פשוט דער דעקעל האט זיך געעפענט איז יעדער איז געוואר געווארן וואס דארט ליגט
גראף זיי מיר געזינט
אין זיך ווידער זען מיט מיין אנדערע ניק מיט דיר אין קרעטשמע אויף א פריינטליכען אופן
אבער נעקסט טיים געדענק!! די ניק "גראף" איז אויסשליסליך א איידעלע ניק
אין זע עס בעסער צי קאנטעלירען!!
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2006 22:21 |
|
| |
גם אני מצטרף לדברי ידידי התאחדות 
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2006 22:30 |
|
| |
דער פריץ מיט'ן מאשקע..
גראף, עס קען זיין אז שלום_משה איז נישט גערעכט, למעשה איז עס מעשים בכל יום, און איך מיין אז אויב די גלייכסט עס נישט, עפען אויף אן אשכול וועגען דער נושא און פארדאם עס, אבער עס איז נישט אזוי איידעל צו אטאקירען דירעקט..
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2006 22:34 |
|
| |
התאחדות
גם אני מצטרף
אז אויב איינער ערקלערט אז ער וויל נישט אז מען זאל קאפיען זיינע זאכן,
טאר מען עס מער נישט טיען מיט יענעמס זאכן!!
א מענטש האט בעלות אין רעכט אויף זיינע זאכן וואס ער שרייבט
צי זאגען אז ער וויל נישט אז עס זאל גיין ווייטער,אין אז מען טאר עס נישט קאפיען
אבער ביז יענער זאגט עס נישט
גייט עס אריין אין די גדר אז אלעס וואס עס ליגט אויפן אינטערנעט איז פובליק אין עולם כמנהגו נוהג אז מען קאפיט איינער פין צווייטען
תוקן על ידי - שלום_משה - 16/01/2006 22:37:22
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2006 22:45 |
|
| |
עס ווערט מיר גוט, דו ביסט גאר פון מיינע קאלעגע קרעטשמע זיצער??
נו, אז דו קענסט זיך יא איינהאלטן אמאל פון שרייבן פאליטיק, פארוואדזשע זאלסטו נישט קענען שרייבן נאר נייטראלע זאכען? דו מאכסט געלט פון מרבה זיין מחלוקת בישראל? דו שלאפסט רואיגער ווען די ווייסט אז דו האסט אנגעגריפן אידן?
אגב, עס גלייבט זיך מיר שווער אז דו שרייבסט אין קרעטשמע, שרייב מיר ביטע אונטער וועלכע ניק.
|
|
|
|
|