נישט די גאנצע וועלט האלט מיט, אבער לעצטנס איז געווארן א שטארקע פארפלייצונג אין סטאק מארקעט פון רביס, אויך ישראל מענדל שווארץ איז געווארן א רבי, וועלעבאוטער רבי.
נעכטן האט ער חתונה געמאכט, און ער האט צאמגערופן די גאנצע שטאט זיך משוגע צו מאכן, ער האט אריינגעלייגט א חתונה בריוול אין איד מיט די קעפל "יום אלף שמות", און געשריבן אז מזאל לאזן די שטריימל באקסעס אינדערהיים...
ביי די חופה האט ער געהאט סידור קידושין אלס וועלעבאוטער רב, ביי די חתונה האט ער זיך משוגע געמאכט אז סאיז געגאנגען א רועך ביזן הימל, ער האט געטאנצן מיט אלע מיני פאקסן, גערופן די פיקטשער מאכער פון כל העולם כולו א גאנצע צייט אז ער זאל כאפן פיקטשערס פון אים מיט אלע רביס וואס ער האט גערופן, אלע רביס און רבנים האבן איינגעפאקט פאר בושה.
ר' אייזיק ספינקער איז דארט געווען און ער האט געטאנצן לעבן אים ווי א קאקא, ווען ר' אייזיק האט געוואלט ארויסלויפן און אים געגאנגען געבן מזל טוב, האט אים ישראל מענדל געקושט זיין הענט, און נאכדעם אריינגעשטופט זיין הענט אין ר' אייזיק'ס מויל ביז ער האט געמוזט קושן!
יעדער וואס האט אים געגעבן די הענט האט ער געשטופט די הענט אין מויל ער זאל אים קושן.
מהאט געזינגען ניגונים פון אלע יו"ט פון א גאנץ יאר, אויך א ניגון אז א חתונה איז א יו"ט. בקיצור סאיז געווען הויך יו"ט.
ווער סהאט מער פרטים זאל פאוסטן.
נשלח ב-16/1/2006 22:08
BTW
איך האף אז איך האב נישט עובר געווען די תקנות ווען איך האב נישט געשריבן אויף אים ר'
נשלח ב-16/1/2006 22:14
מנהלים איך מיין אז די אשכול באלאנגט נישט און כל העולם כולו?
נשלח ב-16/1/2006 22:18
די מענטש האט אויסגעגעבן טויזנטער דאלערס אז ידעער זאל רעדן פון אים, ער האט באצאלט גראב געלט פאר די פיקטשער מאכער פון די עכטע כל העולם כולו אז סזאל אריינגיין הונדערטער פיקטשערס, פארוואס אין די כל העולם כולו טאר עס נישט זיין?
נשלח ב-16/1/2006 22:19
אגב, איך וואלט געראטן פאר די הנהלה פון די עכטע "כל העולם כולו" אז זיי זאלן נישט אריינלייגן די פיקטשערס. ער הארגעט זיי אוועק, סוועט ווערן א חוזק די אלע פיקטשערס פון די רביס און סוועט אפשעכטן זייער אלבום.
ער האט זיך משדך געווען מיט דוד פעלדמאן, דער איידעם פון מאיר ראטה.
פאריגע וואך איז זיין מחותן צוגעקומען צו אים פרעגן ווער ס'גייט זיין מסדר קידושין, און אויב ער וויל עס געבן פאר ר' זלמן לייב?
ריפט זיך אן דער קוקו וואלעבאוטער: וואס פאר ר' זלמן לייב?
איך קען מער לערנען פון דעם שטריק.
איך האב מער חסידים פון אים.
אין מיין שול דאווענען מער מענטשן ווי ביי אים.
איך נעם עס פאר מיר.
וכך הוה:
דער וואלעבאוטער איז געווען מסדר קידושין ביי זיין זון.
ואמר כל העם אמן.
תוקן על ידי - כל_העולם - 17/01/2006 1:42:35
נשלח ב-16/1/2006 22:51
מבני_בניו איך געב דיר גרעכט
נשלח ב-16/1/2006 23:03
שטייט! קען מיר איינער זאגען ווער עס איז דער ישראל מענדל שווארץ??
האט ער אמאל געוואינט אין קר"י אין געארבייט פאר קרן חתנים??
אויב נישט, וועמענס זון איז ער??
ווער זענענן זיינע ברידערס??