איך וואלט געוואלט פארשלאגן אז מען זאל דא מאכן א דעבאטע וועגן פאלארד
נישט איבער ווי פרום [ער איז היינט ערליך] נישט צו ער איז געווען א שפיאן [ער איז געווען] נישט צו ער האט שפיאנירט פאר מדינת ישראל [ער האט] נאר צו זיין טערמין איז טאקע אזויפיל הארבער ווי אנדערע בדומה לו
פון איין זייט, איז יעדעס מאל ווען א פרעזידענט א דעמאקראט אדער א רעפליקאנער הייבט נאר אן צו טראכטן פון אים פארדאנירן, קומען די רעגירונג צולויפן און רוימען אריין אין אויער עפעס געהיימע קאודס, און עס ענדיגט זיך אפ ביי דעם
פון די צווייטע זייט, ליינענדיג די אלע ארטאדאקסישע/אגודיסטישע/ציוניסטישע צייטונגען ברענגן זיי אלץ אראפ פארוואס אנדערע ערגער אדער די זעלבע פון אים האבן באקומען פיל קלענערע טערמינען, און זיי באזירן דאס אויף פאקטן מיט נעמען פון שפיאנען, ווען און וואס מען האט זיי אנגעקלאגט, און וויפיל יארן מען האט זיי געאורטיילט און וויפיל זיי זענען פאקטיש געזיצן, און לויט דעם זעהט טאקע אויס, אז אמעריקא האט עפעס א ספעציעלער חשבון מיט אים
איין מאל האב איך געהערט א אינטערסאנטער הסבר, אז אלע אנדערע שפיאנען זענען פון לענדער וואס אמעריקא שפיאנירט קעגן זיי, און ווי נישט , מאכט מען אלץ אויסטוישונגען פון ביידע לענדער, און נאכמער, אמעריקא ווייסט אז אויב גייען זיי בכל חומר הדין, וועלן זייערע שפיאנען באקומען די זעלבע אין די לענדער ווי זיי שפיאנירן
אבער אין מדינת ישראל האט אמעריקא נישט קיין שפיאנען [אגודיסטען ווערט נישט גערעגט אויף מיר] און ממילא איז נישטא קיין אויסטוישונגען און פרובירן צו געפעלן
 |
|
|