בית פורומים כל העולם כולו

אויספארשונג איבער פאליציי און ליעזאנס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/1/2006 20:58 לינק ישיר 

פריעדמאן האט שוין איבער 30 אידן (אהרונים) בחורים און אינגעלייט אייגעזעצט אין תפיסה, נישט קיין חילוק צו ערב יו"ט שבת קודש וכו'.

יעצט וועט עס קומען צו אן ענדע בעזרת ה'.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2006 21:09 לינק ישיר 

דו ביזט זיך סותר מיני' ובי'.

אהרונים אדער אידן ?????




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2006 21:36 לינק ישיר 

מ'האמער זיך דערלעבט בא ללמד איז מודה אז די ארוינים זענען נישט קיין אידין



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2006 21:38 לינק ישיר 

ראדני.
דיין איי קיו איז אזוי גרויס ווי דיין טשיף ראביי'ס.
קענסט קאנדידירן צו ווערן לאקאלער



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/1/2006 22:18 לינק ישיר 

איך שטעל מיך פאר אז דו האסט געטרייט צו מאכן א וויץ, און אליינס געמוזט לאכן נאכדעם פון דיין אייגענע וויץ.

אבער די אהרונים וואס האבן אריינגעגעבן די ווידיאו פאר די פרעס, נאר וועגן פאליטישע חשבונות, זענען ריכטיגע מוסרים, און במילא זענען זיי טאקע נישט בגדר ישראל!

איך בין נאך מסופק וואס טוט זיך מיט די אהרונים וואס שטיצן נאר די מוסרים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/1/2006 22:30 לינק ישיר 

לולא תורתך

ענדליך האב איך שוין איינער וואס האלט פונקט ווי מיר

איך שריי שוין ווייסיך ווי לאנג, אז עס איז דא א פשוטער חילוק

ווען דער צדיק הדורות הרב פריעדמאן זאגט און הייסט פאר יענקל כהנא צו ארעסטירן בחורים און אינגעלייט, אין דער וואכן, שבת און אין יו"ט מעג מען און עס איז א מצוה

ווען מענדל שווימער לאזט ארעסטירן בחורים און מיידלעך וואס האבן געפעלטש זייער געבורט דאטום מיט א וואך ביז 10 טעג, דארף מען זיי ארעסעטירן און אויספארשן, ווייל די וואלן איז דאך געווארן באשלאסן מיט א דיפרענץ קלענער ווי די 30 בחורים און מיידלך וואס מען האט אנגעקלאגט, איז דאך קלאר אז נאר וועגן זיי האט מען פארלוירן, דעריבער איז א מצוה און א חוב קדוש זיי צו מסר'ן

ווען דער 'תמים' און נישט גנב מאיר דייטש און זיין איידעם פיני מסר'ן רעכטס און לינקס מעג מען אויך

און נאר און נאר און נאר, ווען יוסי בראך [ נישט מיין פעוורעט] גייט און קלאגט צוריק אן די וואס האבן אים גע'מסר'ט און דערביי טוט וואס שטייט אין שולחן ערוך חשן משפט סימן שפ"ח סעיף ט' ואם מסרו מותר למסרו, און ווען אברהם יעקב פריעדמאן הייסט איינשפארן אידן רעכטס און לינקס שמחת תורה בלויז צו שיקן א מעסעדזש און מען גיב איבער פאר די "פרעסע" נישט פאר די פאליציי, דיסריקט אטוירני, אדער סיי ווער אין די רעגירונג, דאן איז דאס מסירה, חילול השם, ערכאות, ציונות, יהרג ואל יעבור ממש ווי די סקול דיסטריקט

אבי, איינער האלט שוין אויך ווי איך, איך פיל שוין אסאך בעסער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2006 22:59 לינק ישיר 

ווארהייט

ווען וועסט דיך שוין אויסלערנען אז נאר די זאליס, אין די בני יואל
מעגן מסר'ן, איינזעצן אידן, אין זיי האבן די קאפירייט אויף התגרות באמות!!??

לעב מיטן מציאות, עס איז זייערס, זיי מעגן אין די טארסט נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2006 23:48 לינק ישיר 

אז דו האסט טענות צו ר' מענדל שווימער קומט זיך ארעסט פאר אברהם יענקל פרידמאן? און פאר בנימין ווייזער?

אגב, מאך שוין איינמאל אפ דיין מיינד, ווער האט ארעסטירט? אברהמי ברוין? משה ווייזער? אברהם יעקב פריעדמאן?

דאס איז שוין לו יהא אז עס וואלט געווען מסירה. אבער ווען אברהם יענקל פרידמאן באקומט א היתר פון ראב"ד צו ארעסטירן עמיצן האט ער אלע תורה'דיגע רעכטן צו גיין ארעסטירן, וויפיל דו וועסט חוזק מאכן פון איינעם פון די גרעסטע תורה ריזן היינט. ווידער ווען אינדיג און גלאנץ גייען אויף די אייגענע הענט (אדער אויף א לעדל היתר) ארעסטירן אידן זענען זיי געהעריגע מוסרים לכל הדיעות!

און אויב איך מעג דיך פרעגן, פארוואס איז יוסי בראך מער נישט דיין פעיוואריט? ווייל ער האט דיר נישט געקענט דעליווערן קיין תפיסה פאר די חשובע עסקנים וועלכע האבן דיך ארויסגעווארפן אויף איין פיס?!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2006 05:10 לינק ישיר 

לולא

ס'איז ווייט פארטיג

אידן וואס ארעסטירן אידן
וועלן "נישט" זיין קיין שליחים און פארטרעטער פון כלל ישראל
צו איז דאס און פאליס סטעשאן אדער אין סיטי האל צו איז דאס אפסטעיט אדער אין ברוקלין

יעצט שעלט ווייטער




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2006 13:33 לינק ישיר 

לולא. אין הקש למחצה. אויב האט די גראב"ד געגעבן א היתר צו ארעסטירן איינעם וואס איז מזיק נכסי הקהל, דעמאלטץ מעג מען ארעסטירן יעדן איינעם וואס איז מזיק נכסי הקהל, נישט נאר יענקל כהנס קרוין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/1/2006 16:53 לינק ישיר 

פריש אינעם היינטיגען רעקארד.


January 23, 2006



Cop 'appreciation party' under investigation


New York State Police Superintendent Wayne Bennett and Orange County Sheriff Carl DuBois were among scores of law enforcement officers to attend a so-called "appreciation party" in New York City last year that's now reportedly the subject of an internal probe by the New York City Police Department.

The party, which featured free dinner and drinks at Manhattan's Prime Grill, was hosted by Abe Friedman, an orthodox Jewish leader from the South Williamsburg section of Brooklyn.

It's now being investigated by the NYPD Internal Affairs Bureau, according a report in Tuesday's Daily News. Among the issues in question is whether select cops "won" electronic devices in rigged raffles.

But both Bennett and DuBois, who confirmed they attended the dinner, deny taking part in any raffle.

"He did not receive any gifts or anything that wasn't given out improperly," state police Lt. Glenn Miner said on Bennett's behalf. "It was purely a social event. The people who were hosting the party were people that he's been friends with for quite some time."

Undersheriff Kenneth Jones also attended the party. He, too, has long been friends with the Friedman family, which has roots in Kiryas Joel. DuBois said he attended the party to strengthen relations with that Orange County village of nearly 18,000. Friedman, he said, is an NYPD liaison to the orthodox community.

"That's how it was explained to me, as an NYPD function," DuBois said. "If it was something different, then it was misrepresented to me."

http://www.recordonline.com/archive/2006/01/23/news-talk23-01-23.html



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/1/2006 17:06 לינק ישיר 

אלס NYPD קען איך זאגן אז קיין טובות פאר אידן וועט פון די ארטיקלען נישט ארויסקומען,
די פאליציי איז אויפגעברויזט אז מען דעקט אויף די קאראפציע און ליידער וועלן אלע אידן ליידן, עס איז א פאלשער וועג אין פאליטיק, צו באשמיצן איינעם וואס איז גוט מיט דיין שונא,
אין פאל פון די NYPD איז א טעות אז די פאליס זענען זאלוניש געשטימט, במשך אלע יארן האבן זיי זיך נישט צוגעשטעלט צו די טעראר פון די נועם המדות קאמפעני, ואדרבה זיי האבן גאר גוטע פארבינדונגען מיט אונזער עסקנים ושתדלנים, די איינציגע מאל וואס זיי האבן געמאכט א שמיציגע ארבעט איז געווען שמיני עצרת אויפן באפעל פון מעיארס אפיס, זיי זענען גענצליך אומשילדיג, און עס איז א שאד צו מאכן שונאים פאר גארנישט,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/1/2006 17:19 לינק ישיר 

ביזט האלב גערעכט האלב נישט.
די פאליס איז אויסדריקליך יא געווען קאראפטעט שמיני עצרת, אפשר נישט די 90, אבער די העדקווארטערס יא.
נישט קיין חילוק אויב זיי האבן באקומען די ארדערס פון מעיארס אפיס אדער פון מענצער און נידערמאן סטרעיט האבן זיי געטון קעגן די געזעץ, און סקומט זיך זיי א אויספארשונג דערפאר.
סקען זיין אז דעס איז נישט די וועג, אבער אויב סאיז נישטא קיין אנדערע מוז מען נעמען די וועג.
דעס איז שוין אויב סקומט יא פון די אהרונים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/1/2006 17:24 לינק ישיר 

יעדער איז מחיוב אויספירן זיין פליכט וואס זיינע אויבערהארן הייסן אים, דער פאליס אפיציר דארף נישט קענען קיין געזעצן, זיי דארפן נישט וויסן וועמען דעם שטח באלאנגט, אויב זיינע אויבערהארן הייסן מוז ער אויספאלגן,

על כל פנים דאס האט לכאורה געהאט צו טיען מיט פאליטיק און נישט מיט קיין פארטיס פאר די פאליציי, אדער ראפעלס וואס די פאליציי האבן געווינען,

אין די פאליס העדקוואדערס האבן די ארונים עני טיים אזאלעכע קאנעקשאןס ווי פרידמאן, נישט אומזיסט דארף פרידמאן מאכן טייערע פארטיס, ווייל אויב נישט קוקט קיינער נישט אויף אים, ער איז נעבעך א לוזער, אונזער עסקנים זענען באמת גוטע פריינד פון יארן יארן, דערפאר דארפן זיי נישט קיין פארטיס,

צוריק צום פוינט, איך ווייס נישט ווער עס האט געמאכט דער ארטיקל אדער יענער, אבער בכללות איז דאס א טעות זיך מאכן שונאים וואס מען דארף צו זיי אנקומען, אינדערצייט וואס זיי האבן גארנישט קעגן אונז



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/1/2006 20:08 לינק ישיר 

די זאליס מיט פרידמאן בראש האבן שוין איינגעזעצט מיט זייערע קאנעשאנס צוליב די פארטיס, איבער 30 אידן (אהרונים) בחורים און אינגעלייט אייגעזעצט אין תפיסה, נישט קיין חילוק צו ערב יו"ט שבת קודש וכו'.

יעצט וועט עס קומען צו אן ענדע בעזרת ה'.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אויספארשונג איבער פאליציי און ליעזאנס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.