בית פורומים כל העולם כולו

אויספארשונג איבער פאליציי און ליעזאנס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/1/2006 21:00 לינק ישיר 

NYPD

גערעכט און נישט גערעכט

און מיין שטעלונג איז, ווען דער עיב פרידמאן, וואלט געווען דער אפיציעלער שליח פון די זאליס וואלט איך אויך געהאלטן אז די אויספארשונג איז נישט גוט פאר אידן בכלליות, אבער היות דער עיב פרידמאן און זיינס גלייכן, מיינען זיך און נאכאמאל זיך, ליין איך מיט הנאה ווי די אויספארשונג גייט

אגב, דובאויס, האט עטליכע געגנער וואס לויפן געגן אים דאס יאר, סיי אין די פריימערי, סיי אין די דזשענעראל עלעקשאן, וועלן מיר זעהן וואס דאס וועט אים קאסטן

צוריק צו מיין פוינט

דער עצם מציאות, אז א יחיד - פאר זיינע אינטערעסן - גייט און קויפט אונטער די פאליציי, קיין חילוק אויב ענ וויי פי די, שעריף, סטעיט פאליס, איז א חורבן נורא, ווייל אה"נ קארופציע איז אייביג דא, אבער קארופציע ביי פאליציי און דורך חסידים איז א רעצעפט פאר דיזעסטער, ווי עס האט זיך שוין ארויסגעשטעלט עטליכע מאל

און דאס מוז אויף אלע קאסטן ווערן אפגעשטעלט

פון די צווייטע זייט, ווען א פארטיי פרובירט גוט צו זיין מיט די פאליציי, צו איז דאס א גאוועמענט ווי קרית יואל ווילידזש, ווילידזש אוו כתר, ווילידזש אוו ניו סקווירא, צו אפילו א ארגענעזאציע, ווי או די עי, יו דזשעי או, און זייערס גלייכן אין בארא פארק און מאנסי, איז די עצם נאנטשאפט בארעכטיגט, ווייל מען דארף האבן פאליציי אוועקצוקוקן עטוואס ווען מען ברויך, און אזוי אויך שטעלן מער וואך ווען נויטיג, און ארבעטן אינאיינעם, די פראבלעם הייבט זיך אן ווען איין פארטיי נוצט דאס אויס קעגן די אנדערע

מה שאין כן, ביי א יחיד, וואסערע ביזנעס אויב נישט קארופציע, שלאגן, בא'עוול'ן, און דאס גלייכן האט א יחיד פון די פאליציי, פאר א סטיקער, א קארטל, א בעדזש, דארף מען נישט מאכן קיין פארטיס, נאר וואס דען, מען ווערט א גאנצע מאכער און מען מאכט די פאליציי פאר א מאפיע גרופע, - וואס פאסירט ביי אזעלעכע פעלער - און דעריבער אויב ווערן די יחידים באגרובן איז עס נאר וואונטשנסווערט ביי ברייטן ציבור

אגב, א פראגע צו דובאויס, 'ווער' און 'וואס' אין קרית יואל האט אויסגעפעלט ער זאל גיין צו פרידמאן, זאל ער דאס אויפעסן




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/1/2006 21:28 לינק ישיר 

אין איין ווארט, "פראטעקציע" איז אקצעפטירבאר, און איז אין כלל פון שתדלנות. "קארופציע" מוז באצייטנ'ס אפגעשטעלט ווערן.

וואס וועט זיין אויב קומענדיגע וואך וועט א פריוואטער עושר גוט ווערן אויף דעם וועג מיט די פאליציי, וואו וועט זיך דאס ענדיגן ?!

איך בין נישט קיין רב אדער פוסק, און אויב עס איז ריכטיג אז עס שטאמט פון אידן, האט מען געדארפט פרעגן א רב, אבער עס איז קלאר אז דאס מוז אפגעשטעלט ווערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/1/2006 21:38 לינק ישיר 

ווארהייט גערעכט און נישט גערעכט

איפכא מסתברא: ווען פרידמאן וואלט געווען א עמטליכער ליעזאן פון די זאליס וואלט איך פארשטאנען אז מען מוז אים אפשטעלן באצייטענס און אומשעדליך מאכן, אז ער זאל נישט קענען שאדן מאכן פאר אן אנדערן איד,

אבער אז א קינד וואס האט ליב לאלוס און בליטשקערס אויפן קאר, מיט נאך בעדזשעס און ווינדאו פלעגס פאר זיינע אייגענע אינטערעסע, וועמען גייט דאס אן, און פארוואס לוינט וועגן אזא בעיבי זאלן אלע אנדער שתדלנים ליידן,

לאמיר נישט פארקוקען דעם פאקט אז שתדלנים העלפן ארויס אידן בעת צר, אמאל מיט א טיקעט אמאל מיט ארויסנעמען אינמיטן די נאכט פאר סוספענדעט לייסענס וכו', איך ווייס נישט אויב פרידמאן איז פון די סארט שתדלנים בכלל, אבער עס איז דא אנדערע אין אלע חרדישע געגענטן וואס טיען דאס, אבער מיט די מידיא וואס קוקן זיי נאך וועלן זיין מער באגרעניצט וד"ל

לאמיר דיר געבן א דוגמא, די שומרים דא אין בארא פארק מאכט אלע יארן א קאמיוניטי פארטי, פאריאר נאך די מעשה פרידמאן האט דאס די פאליציי אפגעשטעלט, די זעלבע האט פאסירט היייאר מיט פלעטבוש שומרים, די פאליציי היט זיך זייער מען זאל זיי נישט באשמיצן און דאס אלעס גייט אויף אונזער חשבון וד"ל,

דער חורבן פון שמירן וואס די זאגסט, מאכסטו אויך א גרויסן טעות, ווייל מיהות היתה ישראל לגוי האט מען געשמירט, דער גאנצער גלות איז איין שטיק שמירעכטץ, ווייל דער עשיו שונא ליעקב איז איבעראל אין אייביג דא, נאר מיט שמירן קענען אידן באקומען וואס זיי פארמאגן,
מען דארף נאר האבן שכל וויאזוי און ווען,

איך זאג נאכאמאל אז איך האב נישט קיין שום געפיל פאר דעם פרידמאן, און אודאי פארדינט ער עס, אבער יו נעווער נוי ווען איט וויל היט אס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/1/2006 21:43 לינק ישיר 

בא ללמד שרייבט


אין איין ווארט, "פראטעקציע" איז אקצעפטירבאר, און איז אין כלל פון שתדלנות. "קארופציע" מוז באצייטנ'ס אפגעשטעלט ווערן.


מיר אידן ליידן נישט פון די סארט קאראפציע אז מען קען אפווישן א טיקעט וד"ל, די קאראפצי וואס מיר ליידן איז פון פאליטישן דרוק וואס קומט אויף די פאליציי און דאס האט גארנישט מיט די עלעקטראנישע שפילצייג וואס די פאליס באקומט, נאר מיט מעיארס אפיס

וואס וועט זיין אויב קומענדיגע וואך וועט א פריוואטער עושר גוט ווערן אויף דעם וועג מיט די פאליציי, וואו וועט זיך דאס ענדיגן ?!
איך פארשטיי וואס דאס מיינט, קומענדיגע וואך וואס וועט זיך ענדיגן זיי בעסער מסביר


תוקן על ידי - NYPD - 23/01/2006 21:44:00



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/1/2006 21:51 לינק ישיר 

אויב יעדער פריוואטער מענטש וועט אונטערקויפן, קענען מיר זיך טרעפן צוריק ביי די צייטן פון די אמאליגע פוילישע פריצים... וד"ל.

עס איז מיר שווער ארויסצושרייבן קלאר.

בנוגע קארופציע, עס איז קיין שום נפקא מינה וואו די קארופציע הייבט זיך אן, אויב איז דער וואס דארף פאקטיש אויספירן דעם געזעץ אונטערגעקויפט, איז ווערטלאז יעדער פרואוו צו באקומען גערעכטיגקייט ערגעץ אנדערש.

לדוגמא:

לויטן געזעץ זענען די אהרונים יעצט קלאר בעה"ב אין ראדני, נישטא קיין אנדערער וועג. ראזענוואסער האט זייער קלאר געזאגט אז ר' בערל פריעדמאן איז דערווייל פרעזידענט, און דער אומצוויידייטיגער באדייט דערפון איז אז ער איז דער וואס קען זאגן ווער עס צאלט די לעקטער ביל אד"ג.

אבער אז די פאקטישע געזעץ אויספירער - אין אונזער פאל מיט איין שטאפל פריער, די באפעלער פאר די פאקטישע אויספירער - זענען אונטערגעקויפט, בלייבט נישט איבער מער ווי צו הייבן די הענט, און ווארטן ביז ווען זאכן וועלן זיך ענדערן לטובתינו.

די זעלבע זאך וואלט געקענט געשען אויך אן די אריינמישונג פון די העכערע פאליציי קווארטירן, עס וואלט געווען גענוג אז דער סארזשענט פון די 90 פאליציי זאל באשליסן אז ער נעמט זיך אן פאר די זאליס וואלט געווען אקוראט די זעלבע געשיכטע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/1/2006 22:01 לינק ישיר 

אמאל האט עס מענטשען נישט געשטערט, אבער לעצטענס האבען אסאך וואס האבען קאנעקשאן מיט די פאליציי דאס גענוצט קעגען אנדערע יחידים אין קהילות.

קשרים וואס מען דארף נוצען צו טון טובות פאר אידען איז גענוצט געווארן קעגען אידען.

אסאך מענטשען האבען געהאט קעגען דעם טענות, אין איך האב פארשטאנען אז עס וועט ערגעץ פלאצען, הגם קען זיין אז דער עסקן איז יא בסדר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/1/2006 22:08 לינק ישיר 

ענ וויי פי די

ווען מען רעדט פון בעדזשעס, לעלו'ס באדערט מיר גאר ווינציג

אבער פאר דעם דארף מען נישט ספענדן טויזענטערס מען קען דאס האבן פאר גארנישט כמעט

און וואספארא שאדענס מען קען ליידן - בעסער געזאגט מען ליידט - פון די יחידים, איז אומצאליג, נעם למשל טאקע דער עיב פרידמאן מיט משה לייב וויטריאל ביי וואן פאליס פלאזא בנוגע אפערעישאן 'סאנדאון', עס רעדט מער ווי טויזענט ווערטער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/1/2006 22:17 לינק ישיר 

די קאראפציע וואס די בעציסט דאך איז קלאר פון גאר הויכע פענסטערס, און די ראיאט פאליציי וואס די האסט געזען יום טוב איז נישט געקומען פון קיין זייגערלעך אדער קעמרעס פון פאליס פארטיס, דאס איז געקומען פון גאר הויכע פענסטער,

די זאגסט אז דאס וואלט אויך געקענט פאסירן אויב די 90 אפיצירן זענען אינטערגעקויפט, איך גלייב אז נישט ביי אזאלעכע גרויסע דעסישאנס קענען די קליינע אריינרעדן,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/1/2006 22:19 לינק ישיר 

די גלייבסט אז אזאלעכע אפערעשאן'ס קענען אזאלעכע קליינע מאכערס אריינרעדן?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/1/2006 22:35 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט וואס דו פארשטייסט נישט.

די סיבה פארוואס די זאליס האבן געמוזט צוקומען צו די העכערע פענסטער איז נאר געווען ווייל די זייגערלעך און פאטאגראף מאשינדלעך איז נישט געווען גענוג פאר די 90 זיך אריינצומישן אין א אינערליכע מחלוקה, ווען זיי ווייסן אז די פאטאגראף מאשינדלעך קענען אהרונים אויך קויפן.

דערפאר האבן זיי געמוזט נוצן נידערמאן און מענצער צו באקומען "אפערעישאן סאנדאון" פאליציי + קארופציע.

אבער אויב די זייגערלעך וואלטן יא געווען גענוג פאר די 90 זיך אריינצומישן לטובת די זאליס, וואלט נידערמאן נישט געדארפט פארלייקענען זיין רעדן אויפן טעלעפאן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/1/2006 22:45 לינק ישיר 

די ווייסט וויפיל אידן האבן באקומען פארקינג פערמיטס פון די פאליציי, הייאר האט קיין איין איד נישט באקומען,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/1/2006 23:58 לינק ישיר 

ענ וויי פי די

ליין דעם רעקארד

מען רעדט פון דעם הויפט שעריף אין אראנדזש קאונטי, סופעראינדענטעט פון די סטעיט פאליס, און די נעמען אין די ענ וויי פי די, האט די דעילי ניוס נישט קלאר געשריבן, אבער מן הסתם זענען זיי אויך נישט קיין פיס גייער

און די מעשה מיט משה לייב וויטריאל, אפערעישאן סאנדאון יוכיח



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/1/2006 00:31 לינק ישיר 

איי עם סארי איך קען נישט די ארענדשע חברה, איך בין א לאקאלער ברוקלינער אבער איך גלויב אויב וואלט געווען עפעס ענ ווי פי די הויכע שישקעס וואלט די דעילי ניוס נישט פארשוינט קיינעם,

די אפערעשאן סאנדאון מיט וויטרעאל מיזטו פארציילן די פרטים ווייל איך קען נישט די גאנצע מעשה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/1/2006 00:35 לינק ישיר 

NYPD

א שאד זיך צו טענה'ן, ביי די חברה איז מסירה א מצוה, אן דעם קענען זיי נישט לעבן. וואס ווילסטו ? זיי זאלן נישט מסר'ן ? געב זיי א צווייטן העכטל, וועלן זיי אפלאזן ר' אברהם יעקב נ"י.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/1/2006 00:41 לינק ישיר 

לולא די ביסט סתם א לוזער, ווען עס גייט דיר נישט גוט ווערט יענער א מסור, איך האב בכלל נישט קיין פראבלעם וואס מ'האט געטון מיט פרידמאן, ער איז ווערט זיין געלט, עס איז בכלל נישטא קיין שאלה פון מסירה,
מיך באדערט נאר אז די שמיץ אויף אידן אין די צייטונג, און ביי די פאליציי וועט פירן אז די שתדלנים וועלן אלעס דערלייגן,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אויספארשונג איבער פאליציי און ליעזאנס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.