|
|
| נשלח ב-24/1/2006 00:48 |
|
| |
אהא, איך האב געמיינט אז ס'איז שוין דא א אהרוני וואס באדערט מסירה. זאגסטו אז דיר באדערט נאר ווען ס'איז אויף יענעם?! יענעם מעג מען מסר'ן, נאר מיר טאר מען נישט?
דיין איינציגסטע פראבלעם איז אז מ'באשמוצט אידן אין די פרעסע? דו קלערסט אז אויב מ'וואלט זיי פלעין אזוי ארעסטירט וואלט עס נישט געווארן קיין שטינק אין די פרעסע?
דיר באדערט איין זאך, אז די אהרונים האבן נישט מצליח געווען אריינצוגיין אין ראדני, און נאך דריי חדשים פון שרייען אז "מארגן ווערט עס ערלעדיגט", האלטן זיי נאך אלץ אין ערגעץ נישט, און די פאליס האלט נישט ביים קאאפערירן מיט זיי ב"ה.
יעצט האסטו מורא אז דאס באשמוצן די פאליס אין צייטונג וועט ברענגען א נעגעטיוו ריעקשאן פאר די אהרונים?!
הלואי! איך בין גרייט דערויף! און עס איז שטארק מסתבר אז צום סוף וועט עס גוט בעקפייערן אויף די אהרונים. אזוי ווי ביי באראש.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2006 00:58 |
|
| |
יו גאט מיי פוינט ווערי קליר.
עס איז בכלל נישט קיין מסירה צו פארציילן פאר די פרעס אז איינער האט געגעבן פאר פאליס א זייגערל, עס איז נישט אילעגאל בכלל צו געבן א מתנה פאר א פאליס אויב עס איז נישט צוליב א געוויסע פרשה,
איך האלט נישט עס וועט בעקפייערן אויף די ארונים, אבער די פאליציי וועלן זיך צוריקהאלטן פון טובות פאר אידן אפגעזעהן צו זאלונים ארונים חסידם ליטאים, אשכנזים ספרדים, בלויז צוליב שרעק אז מארגן וועלן זיי זיין אין די פעיפערס
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2006 02:39 |
|
| |
ענ וויי פי די
די מעשה מיט וויטריאל און פרידמאן איז אזוי
זומער תשס"ה, בערך יולי 2005, האבן די ענ וויי פי די פארופן די ניו יארק סטעיט פאליס אויף א מיטינג אין וואן פאליס פלאזא איבערן ענין וואס רופט זיך 'אפערעישאן סאנדאון' - איר האט שוין געהערט דערפון....- די סטעיט פאליס האט מסכים געווען,
אבער די סטעיט פאליס האט אנגעקאלט KJPS סופערווייזער מר. וויטריאל אז ער זאל מיטקומען ווייל ווי פארשטענדליך איז אין די גרעניצן פון קעי דזשעי אונטערן לעגאלן כח פון KJPS,
ווען די NYPD האט געקאלט די SP ווער עס קומט אלץ פון די SP האבן זיי אויסגערעכנט ווער עס קומט און צוגעלייגט אז מר. וויטריאל פון די KJPS קומט אויך
די NYPD האט געפרעגט ווער און פארוואס וויטריאל קומט, און די SP האט זיי קלאר געשטעלט אז ספעציפיש אין קרית יואל, און אין בית החיים, ביהמ"ד איז אויסדרוקליך אונטער KJPS, וואס אויף דעם האט די NYPD געזאגט אז זיי זעהן "לכאורה" נישט קיין פראבלעם דערמיט
אבער 10 מינוט שפעטער קאלט די NYPD צוריק, אז 'נאו וועי' מר. וויטריאל קען נישט קומען, צוליב 'געוויסע סיבות...', אבער די SP האט זיי קלאר געשטעלט, אז די SP האט אייגענע פלענער צוזאמען מיט די KJPS, און אויב די NYPD האט א פראבלעם מיט די KJPS, זאלן די NYPD אנפירן מיט אלעם ביזן טאל בוט, און פון דארט און ווייטער וועט איבערנעמען די SP וואס האט שוין די פלענער מיט KJPS
עס איז דורך נאך 10 מינוט און די NYPD האט פארשטאנען אידיש און צוריקגעקאלט אז זיי זענען מסכים אז מר. וויטריאל זאל קומען
אנקומענדיג צו מיטינג זעהט דער KJPS סופערווייזער מר. וויטריאל ווי אונזער באליבטער עיב פרידמאן איז דארט, רופט ער זיך אן, ווער און פארוואס זיצט דא דער פערזאן, און עיב פרידמאן האט נעבעך געמוזט אפטראגן פון דארט
מסקנות פון די מעשה זאל זיך יעדער אליין ארויסנעמען,
און ענ וויי פי די, דארט זענען נישט געזיצן קליינע קעפ, מען רעדט פון די העכסטע אין וואן פאליס פלאזא
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2006 07:36 |
|
| |
די מעשה איז א שוידערליכע מעשה, אבער צוליב די מעשה האט מען נאכנישט געדארפט חרוב מאכן אלע שתדלנים, אויף ענגליש זאגט מען
איט וואס עי נייס טריי,
אבער וואס איך לערן פון די מעשה אז דער פרידמאן האט לכאורה יא קאנעקשאן'ס מיט העכערע פון די דעפארטמענט, ביז פאליס פלאזא, וואס דאס איז לכאורה א גרויסער פראבלעם, די שאלה צו די יעצטיגע פארטי שטינק וועט אים שאדן ביי די הויכע פענסטער, וואס דארט קאסט אים אדער זיינע משלחים מער ווי די קליינע עלעקטראנישע טויס וואס ער האט געגעבן ביי די פארטי, און אודאי וועלן זיי נישט מותר אויף די מתנות וואס ער געט,
דער אמת וואלט מען געדארפט אויפדעקן די קאראפציע פון נידערמאן מענצער ענד קאמפעני וואס זיי זענען די ריכטיגע מאחורי הפרגוד און נישט די שיק יונגלעך, ווייל נאכן מסדר זיין אברהמי ברוין האבן זיי געטראפן פרידמאן דערנאך וועלן זיי נעמען פיצי, עס זענען דא גענוג קאנדידאטן וואס זוכן פארקינג פערמיטס און טשערי לייטס
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2006 07:50 |
|
| |
ווארהייט אז מר. וויטריאל איז און קאנטראל און מאנרא ווי אזוי איז געווען בעריקעדס ענק האבען דאך געשריגן אז די זאליס האבן עס געלייגט ווי אזוי?
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2006 17:15 |
|
| |
ראדני
קודם ישר כח פארן פרובירן צו פארדרייען דעם שמועס
און ווער עס האט געלייגט די באריקאדן, לאז איך פאר דיר צו אפמאכן
און ווער עס איז בעה"ב אין קרית יואל פרעג די איידעלע און טייערע ערליכע בחורים וואס האבן פארקויפט די קרן חתנים ראפעל פאר די חשובע פרויען אין
שאפינג סענטער אין קרית יואל, זיי וויייסן שוין דאכט זיך ווער עס איז בעה"ב
|
|
|
|
|