|
|
| נשלח ב-20/1/2006 03:26 |
|
| |
פרילימינערי אינדשאנקשען, און סאמערי דשאדשמענט זענען נישט קיין דבר והפכו, דאס איז 2 באזונדערע זאכן.
פרילימינערי אינדשאנקשען, איז אויב איין צד האלט אז זיינע שאנסן פון געווינען איז זייער הויך, און אז ער וועט ליידן א גרויסע שאדן אויב ער וועט מוזן ווארטן ביזן ענדגילטיגן פסק, וואס קען געדארן חדשים, ממילא פארלאנגט ער א צייטווייליגע עיקול קעגן דעם אנדערן צד, ביז דער פערמענענט פסק קומט ארויס.
סאמערי דשאדשמענט, איז גענצליך אן אנדערן זאך, דאס קען נאר פארלאנגען דער נתבע, און אויך נאר אויב די קעיס איז באזירט לויטער אויף "פאקטן", נישט "געזעץ", דהיינו, אז דער דשאדש האט קלאר מודיע געווען וואס ער האלט די געזעץ איז, און ער נעמט נישט אן קיין שום ארגומענט בנוגע דעם געזעץ, קומט דער נתבע און טענה'ט פארוואס זאל איך מוזן דורך שוויצן א לאנגען קעיס, איך געב דא אריין שווארץ אויף ווייסע עווידענס אז די פאקטן איז גענצליך מיט מיר, און אויב דער תובע קען עס נישט אפשלאגן איז נישט דא וואס צו גיין ווייטער, איז טאקע דער געזעץ, אז דער תובע איז מחויב צו אפשלאגן די עווידענס פונעם נתבע, איידער מ'הייבט אן די טרייעל, און אויב די תובע האט נישט קיין שום באווייז צו זיין תביעה, איז די קעיס דיסמיסד.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2006 03:30 |
|
| |
so who benefit from it the zalis or the aroinim???
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2006 03:35 |
|
| |
מקוה ווער איז יעצט די תובע ? ווער דארף ברענגן פרישע פעפערס?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2006 04:05 |
|
| |
יענקעלע שרייבט
יעדער איז מודה אז לויטן געזעץ טאר מען נישט אדורך פארן א רויטע ליכט, יעדער איז מודה אז די לייט האט געהעריג געארבייט, און יעדער איז מודה אז אויב איז ביי עם געווען גרין איז ביים צווייטן געווען רויט, די מחלוקה איז נאר אויפן מציאת הדברים, יעדער טענה'עט אז ביי עם איז געווען גרין במילא איז דער צווייטער אדורך געפארן די רויטע ליכט, על כן נעמט דער שופט צוזאם אלע עווידענס (און דא זאגט דאס געזעץ אז עס מיז זיין קראנטע עווידענס און נישט סתם געזאגעכצער) און ער איז מחליט, און דאס הייסט: summary judgment.
די זאלונים זאגען זיי זענען די ריכטיגע סאטמער
די אהרונים זאגען אז זיי זענען די ריכטיגע סאטמער
די זאלונים ווילען ציטיילען סאטמער
די אהרונים ווילען אז עס זאל בלייבען גאנץ (נאר ביי די אהרונים)
אזוי ווי שלמה המלך האט געפסקנט
זאל דער שופט זאגען אז ער זעהט שוין ווער עס איז דער ריכטיגער סאטמער
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2006 04:06 |
|
| |
דאס מיינט אזוי,
די עצם LAW, האט שוין ראזענוואסער געלאזט וויסן הו"ר, און ביי דעם בלייבט עס, כתוב וחתום,
דהיינו:
1. מ'מוז FOLLOW'ען די באראש דעסיזשען
2. דער רבי איז דער אלטימעט POWER
3. באראש האט נישט אנגענומען די עווידענס בנוגע די קלעים אז די רבי האט אמאל ארויסגעווארפן בערל פר"מ.
דאס איז די געזעץ, אויף דעם האט מען זיך שוין אויסגע'טענה'ט, און ראזענוואסער זאגט קלאר, אז ער בלייבט ביי דעם , אז צו טראכטן אנדערש איז פארגרייזט.
די איינציגע זאך וואס איז געבליבן, וואס זאל אנטשיידן די געווינער פון די קעיס איז "פאקטן".
ווער ער קען אויפווייזן אז די פאקטן איז מיט איהם, געווינט!
וועלעכער פאקט?
"אז דער רבי האט אמאל ארויסגעווארפן בערל פר"מ"
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2006 04:25 |
|
| |
נו סאטמאר וועט יעצט געבן די ווידיא פון משה וואלף קליין און גענדיגט מיט בערל'ע
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2006 04:31 |
|
| |
לולי, BINGO!!!
דו האסט מיך געפאקט,
הער מיך צו טייערער לולי,
דער דזשאדזש איז דער וואס גייט דיסיידן
ווער עס איז באגלייבט און ווער עס איז
אבי גערעדט,
למען האמת, ווייסט באמת קיינער נישט
וואס דער פיינעל פסק גייט זיין,
און ווער עס גייט דא געווינען,
די גנצע זאך איז נאר טעקניקל,
אז שטאטס א צייטווייליגע אינדזשאנקשאן
גייט ער געהעריג פסקענען,
און לכאורה וועט ער פסק'ענען
ווער עס איז בעל הבית אין קהל
יטב לב אפילו אין וויליאמסבורג,
און נישט נאר בנוגע דעם בית החיים,
אזוי זעט דאס מיר אויס.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2006 04:35 |
|
| |
ראדני פריער האסטו געזאגט אז מ'האט שוין געגעבן די ווידיא נאך א זאך איך מיין אז די סטוערט פארמסי פעפערס זענען שטערקער ווי משה וואלף'ס ווידיא
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2006 04:39 |
|
| |
יענקעלע, דו האסט א שטארקן פוינט.
לכאורה איז דא א שטארקער מקום צו זאגן, אז וויבאלד ער האט געטוישט דעם סטאטוס פון די קעיס, וועט ער זיך שפירן גענוג בארעכטיגט צו מאכן אומצוויידייטיג קלאר ווער עס איז בעה"ב אין גאנץ קהל יטב לב דסאטמאר.
בפרט אז ער וועט שוין - האפנטליך - נישט דארפן מורא האבן אז דער אפעלאט געריכט זאל אים איבערווארפן.
און אויב אזוי, וועלן די זאליס דא זיך האבן געשאסן אין די פיס, מיט עפענען די טיר פאר די אהרונים אריינצוגיין אין דעם עצם מציאות וואס דער רבי האט געזאגט איבער די "גאנצע" קעיס.
ונזכה ונחיה ונראה.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2006 04:42 |
|
| |
לולי.
איך האב מורא אז דו ווייסט נישט אז אין דעם פארום גלייכט מען בעיקר באזעסענע תגובות...
1) וואס טוט זיך ביי די רויטלייט מעשה, אויב ביידע זייטן ברענגען דריי עדות וועלכע שווערן זיך יעדער אויף זיין מעשה ?
2) איך האב א שטארקן פארדאכט, אז נאך אביסל וועסטו - בע"ה - שטארק באוויינען דאס וואס ראזענוואסער האט מסכים געווען אנצונעמען אייערע פאפירן... זע מיין פריערדיגע תגובה.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2006 04:57 |
|
| |
בא ללמד,
עקסעלענט, זייער גוט,
אין דעם עקזעמפל שרייבן זיי קלאר אז די עווידענס פון
affidavits קען זיין גיט אויב דער צד השני האט נישט אזעלעכע affidavits, אויב האבן דאס ביידע איז דאס גארנישט ווערט,
זאג פאר לולי, זאל בעטן יוסעלע דאס איבערטייטשן אויף איווריט!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2006 05:01 |
|
| |
איך האב פריער גערדט צו א גרויסע לויער. ער האט מיר געזאגט בערך די זעלבע זאך וואס יענקל11 האט דא מסביר געווען. אז ער גייט מער נישט מסביר זיין וואס באראש האט געזאגט. נאר ער גייט זאגן א אייגענע מיינונג.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2006 05:12 |
|
| |
יענקעל11 פאר וואס געסטו ארויס ווער די ביסט??
|
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2006 05:29 |
|
| |
Sorry, I couldn't resist the temptation.
|
|
|
|
|