| נשלח ב-20/1/2006 16:59 |
|
| |
דאס איז יעדער מודה 1. אז א פרילימינערי אינדשאנקשאן איז א זאך וואס דער תובע בעט, אין א סאמערי דשאדשמענט איז א זאך וואס דער נתבע בעט. 2. אז ראזענוואסער האט יעצט צוריקגעוויזן די פארלאנג פין די הולכים בערכאות, מיט נישט דן זיין אפילו, אויפן פרילימינערי אינדשאנקשאן, נאר גיין תיקף צו א סאמערי דשאדשמענט.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2006 17:46 |
|
| |
ראדני152 עפשר קענסטו זאגן ווען ס'איז געווען אזא פארלאנג?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2006 18:02 |
|
| |
לויט ווי עס קוקט אויס איז שוין יעצט מער ווייניגער א שאד זיך צו טענה'ן, בע"ה וועט מען ביז עטליכע וואכן מאקסימום שוין וויסן וואו מ'האלט.
ווער עס וויל זיך אריינכאפן צו "ענזשויען" אויפן חשבון פונעם ספק, איז העפליך געלאדנט. מיר איז א שאד צו נוצן די פינגער פאר אומוויכטיגע דיסקוסיעס.
דאס איז זיכער אז מ'דארף מתפלל זיין אז די הייליגע קהילה זאל שוין איינמאל פאר אלעמאל באפרייעט ווערן פון די הענט פון די רשעים וועלכע האבן זיך אויף איר משתלט געווען.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2006 19:31 |
|
| |
דא האט איר דרייניץ זאגט אז ער האלט אזוי 19:25 20/1/2006 DRYNITZ איך האלט אז עס איז גוטע נייעס ווייל מיט די איצטיגע שריט גייט ער צוריק צום אנהייב פונעם קעיס, און וועט פסקנן אויף דעם עצם דיון פון בעלות אויפען ביה"ח. די ארוינים האבען געבעטען אז סאטמאר זאל זיי נישט קענען שטערען פון זייערע רעכטען אלץ 50% שותפים אין דעם ביה"ח. ער גייט געבען א סאמערי דזשאדזשמענט פסק אויף דעם. ווי אזוי דער פסק זאל נישט גיין, לטובתינו אדער ח"ו פארקערט וועט נאך אלץ זיין מפטירין כדאתמול, איידער די ארוינים זענען אריין אין געריכט, האבען זיי געהאט 50% בעלות אויפען ביה"ח, לויטען דיעד וואס בערעל פרידמאן האט זיי איבערגעשריבען. נאכען פסק, אפילו ווען עס זאל ח"ו גיין לטובתם, וועלען זיי ווייטער האבען נאר די 50% בעלות וואס זיי האבען סיי ווי געהאט. די שאלה פון ווער עס איז פרעזידענט פון סאטמאר איז נישט נוגע צום עצם דיון און אויף דעם וועט ער בפשטות נישט אריינרעדען. ממילא איז דאס גוט פאר סאטמאר, אז די ערגסטע וואס ראזענוואסער קען טוהן איז צוריקשטעלען אלעס צום אלטען און די עטליכע חדשים פון קאפווייטאג וועט זיך ענדיגען מיט ......................... א גרויסען לא אמר כלום.... גארנישט אויפגעטוהן מער ווי צו דערמאנען דעם סאטאמערען ציבור ווער די ארוינים זענען. עס האט נאכאמאל אויפגעדעקט זייער שלייער ווען ר' אהרן האט ארויסגעוויזען שמיני עצרת העעל"ט זיינע ריכטיגע פארבען און האט נאכאמאל דערמאנט יעדען איינעם די וויכטיגקייט פונעם קאמף. עס שרייט זיך ארויס א שבח והודי' צום הייליגען באשעפער, שלא שם חלקינו כהם, אז מיר האבען ברוך השם זוכה געווען צו אן ערליכען מנהיג, כ"ק הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א און מיר זענען מער נישט אונטערגעווארפען אונטער די נעגעל פון ר' אהרן.
תוקן על ידי - ווילי_חסיד - 20/01/2006 19:32:46
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2006 19:53 |
|
| |
געדענקטץ אונז האמיר געווארנט! מדארף האבן די באשעפער, נישט קיין איין דזשאדזש אדער לויער!
ענקער מפלה שוועבט שוין פאר די אויגן!
אנפאנג האבן ענק געשריגן אז די רב פארט צוריק קיין ירושלים, מגייט רעדן צום רבין און מגייט אלעס איבערדרייען.
נאכדעם האט עטץ געזאגט אז מגייט זיין עזות פניעמר, ר' אהרן וועט קומען איבערדרייען יעדע טיש מיט זיינע בחורימלעך און שווענצעלעך, און אזוי פארכאפן די מאכט.
איך געדענק נאך תש"ס ווען עטץ זענטס געווען ביזי אז מהאט אפגעקויפט די בילדינג און יענע בילדינג, און אז ענק גייען עפענען מוסדות. די הנהלת הקהלה האט קוים געווארט אז ענק זאלן זיך אפפוצן קיין קלויזענבורג אדער יאנג איזראעל און צורו לאזן סאטמאר.
אבער ר' אהרן האט נישט געלאזט, ער האט זיך געמוזט נוקם זיין אין זיין טאטע, און איז ווייטער געקומען איבערדרייען טישן, ביז סהאט נישט גענומען קיין עק, און מהאט געמוזט אים קלאר ווייזן די טיר.
דעמאלטץ האבן זיך אנגערוקט די נייע עזות פנימער, יצחק ראזענבערג און בערל פרידמאן גייען מאכן ארגענונג, זיי גייען געבן די פאסטן פאר ר' אהרן, און אויך די נייע שול.
דעמאלטץ האבן ענק געמאכט די קשר בוגדים, און מהאט טראמפייטערט אז יעצט גייט שוין אהרן ווערן רב הצעיר.
ווען סהאט געפלאצט די בעלאן, ענק האבן נישט געקענט ארויסטראגן די רב פון שול מיט ענקערע גארדס און הינט, האבן ענק אנגעהויבן סטראשען אז מגייט גיין אין קאורט.
אלע רבנים האבן ענק געווארנט אז מטאר נישט גיין, און "העברת פי ה' היא לא תצלח", אבער וואס האבן ענק מיט די באשעפער? ביי ענק איז ער דאך א גאנצע זשאוק?!
און יעצט נאך אזויפיל יארן דערלייגן אין קאורט, און אנהייבנדיג צו טראכטן אפשר טאקע זאל מען ארויסגיין, איז ענק געקומען ווי געגאסן ראזענוואסער, יעצט איז אלעס געווארן הימל און ערד און ראזענוואסער.
מהאט ענק ווייטער געווארנט ענק זאל נישט זיין בלינד, ראזענוואסער קען נישט פארלייקענען קיין פאקטן, זיכער ניש ווען די באשעפער וויל נישט, אבער ענק האבן זיך אויסגעלאכט און נאר געזאגט אז מזאל ארויסענעמן די באשעפער.
יעצט קען איך אזויפיל זאגן: "אם מזרע היהודים אשר החילות ליפול לפניו, נפול תפול"!!!!!!!!!!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2006 20:48 |
|
| |
ביסט דעך אזוי זיס ! ! !
ווען איך קען וואלט איך דיר געקויפט א שיינע TOY
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2006 21:12 |
|
| |
עס קיקט נישט אויס אז דרייניץ ווייסט וואס ער רעדט,
לכתחילה ווען סאטמאר קרית יואל האט אריין געגעבן א קלאגע אקעגן סאטמאר וויליאמסבורג און מען האט געבעטן א טעמפארערי אינדזשאנקשאן, דאן האט זיך אנגעהויבן דער וויכיח ווער עס פארטרעט סאטמאר, און ווער עס בעל הבית אויף קהל יטב לב, דער דזשאדזש האט דאס כמה פעמים מסביר געווען אז כדי ווייטער אנצוגיין מיטן קארט דארף מען דאס קודם מברר זיין, ווי מער דער דזשאדזש האט דאס געוואלט סימפליפייען האט דאס נישט געארבייט, ביידע צדדים האבן עם באווארפן מיט AFFIDAVITS און WRITTEN TESTIMONY,
דער דזשאדזש האט כסדר געזאגט אז כדי ווייטער צו גיין מיט דעם קעיס דארף ער באשליסן מי ומי ההולכים, מיט וועם איז מען דן, ווער איז אקעגן וועם, נאך האט ער געזאגט אז ער איז נישט אינטרעסירט מיט סתם גערעדעכצער ווייל ביידע צדדים זענען זיך סותר, און די עפידעווידס זענען בכלל נישט קיין קראנטע הוכחות. ער האט קאטאגאריש אפגעווארפן די פארשלאג פון די זאלונים לויער אז ער זאל זיך נישט מישן אין דעם סכסוך ווער עס איז בעל הבית פון קהל יטב לב, נאר טריקן פסקענען אויפן דיון פון בעלות אויפן בית החיים, ער האט דאס בשום אויפן נישט געוואלט אנעמען, און עס איז נישט מסתבר אז ער האט געמאכט א 180 דעגרי U TURN, און פראסט און פשוט מבטל זיין זיין שטארקע קעגנערשאפט צו דעם.
יעצט אזוי ווי איך האב שוין געשריבן, לויטן יעצטיגן מהלך, בלייבט איין פראגע, האט דער רבי יא אדער נישט ארויס געווארפן רבי בערל פריעדמאן, און דאס דארף דער דזשאדזש מחליט זיין, און דאס וועט במילא סאלווען דעם DISPUTE אויפן בית החיים, ער גייט אויסדריקלעך נישט פסקענען ווער עס איז גערעכט מיטן בית החיים, ווייל מען האט דאס נאכנישט דן געווען, און די אלע פאפירן וואס מען האט געגעבן פארן דזשאדזש איז נאר בנוגע דאס ארויסווארפן רבי בערל'ן און נישט פון בית החיים,
אלזא איז לדעתי נישטא קיין ממשות אין דרייניץ ערקלערונג, און אז ער גייט יא קלאר ארויס געבן א פסק ווער עס איז פרעזידענט, און דאס איז א גרויסע שריט פאראויס, און יא, דער פארלירער וועט דאס גאנץ זיכער גיין אפיעלן, די שאלה איז נאר ווער עס וועט זיין מושל בכיפה ביז צום אפיעל, סאטמאר אדער די זאלונים,
ונזכה וחי' ונראה.
עס שרייט זיך ארויס א שבח והודי' צום הייליגען באשעפער, שלא שם חלקינו כהם, אז מיר האבען ברוך השם זוכה געווען צו אן ערליכען מנהיג, כ"ק הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א און מיר זענען מער נישט אונטערגעווארפען אונטער די נעגעל פון די רשעים אכזרים דער משתמש מיט זיין טשיף.
דא האט איר נאך א שטיקל בנוגע Summary judgment:
Summary judgment is a legal term which means that a court has made a determination (a judgment) without a full trial.
In Common Law legal systems, issues of law, that is to say, what the law actually is in a particular case are decided by the judge, never by a jury. A factfinder has to decide what the facts are and apply the law. In traditional Common Law the factfinder was a jury, but in many jurisdictions the judge now acts as the factfinder as well. It is the factfinder who decides "what really happened," and it is the judge who applies the law to the facts as determined by the factfinder, whether directly or by giving instructions to the jury. Absent an award of summary judgment (or some other type of pretrial dismissal), a lawsuit will ordinarily proceed to trial, which is an opportunity for each party to present evidence in an attempt to persuade the factfinder that such party is saying "what really happened," and that, under the judge's view of applicable law, such party should prevail. For a case to get to trial, the parties have to take various steps (often known as 'directions'), including disclosing your documents to your opponent discovery, showing the other side your evidence, often in the form of witness statements and other steps.
Complying with such directions, and going through the trial process is lengthy, can be difficult, and if one employs lawyers, can be costly.
A party moving (applying) for summary judgment is attempting to eliminate its risk of losing at trial, and possibly avoid having to go through the directions by demonstrating to the judge, by sworn statements and documentary evidence, that there are no material issues of fact remaining to be tried. If there's nothing for the jury to decide, then, asks the moving party rhetorically, why have a trial? In its motion (request) for summary judgment, the moving party will also attempt to persuade the court that the undisputed material facts require judgment to be entered in favor of the moving party. In many jurisdictions, a party moving for summary judgment takes the risk that, although the judge may agree there are no material issues of fact remaining for trial, the judge may also find that it is the non-moving party who is entitled to judgment as a matter of law.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2006 22:41 |
|
| |
לויט מיין מיינונג קען ער נאך אלץ אריינמישן צווישן די ווערטער אז בערל פרידמאן איז פרעזידענט. ער גייט עפעס מוזן געבן פאר די ארוינים, איך גלייב נישט אז ער איז גרייט זיך צוצוקריגן מיט יענקל פאטאקי... ווען איך האב געוויזן פאר א לויער די ערשטע צעטל וואס ער האט ארויסגעגעבן ערב יו"ט אנצוזייען די באדן פאר די נאכפאלגענדע ראיאטן האט ער מיר געזאגט במתק לשונו, i always kne as a phrase "money talks" but here i can see that "money talks" its not rosenwasser thats talking, its money talking here.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2006 23:53 |
|
| |
אין נאך באראש האט ער נישט פארשטאנען נאר יעצט ?
נעם א נייע לאיער ביטע
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2006 04:24 |
|
| |
דער לשון פון בריוו איז משמע אז דער געריכט רעדט דוקא פון פרעזידענט אישו, נישט נאר פון בית החיים ווי דרייניץ זאגט,
ווייל דער בריוו זאגט אז דאס געריכט האט באקומען וואלומענס דאקומענטן און עדות'שאפטן צו קענען פסק'נען אויף די אישוס,
דאכט זיך אז אויף דעם בית החיים איז בכלל נישט געפיילט קיין סאך פעפירס, אפאר שטותים פון מעני מענגועל צו די סטעיט פאליס,
אויסער דעם האט יענקעלע א גוטע פוינט, אז דער זדשאדש האט אזויפיל צייט אין מיה אריינגעלייגט מברר צו זיין ווער איז פרעזידענט, און וויל נישט הערן דעם קעיס אן דאס מברר זיין, פארוואס פלוצים זיך טוישן אינגאנצן אין אנדערע דירעקשאןס,
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2006 05:21 |
|
| |
פאקטיש איז דא א קלארע בחינה, וואס די צוויי צדדים פארשטייען אלץ 'געזעץ' נישט אלץ 'פובליק ריעליעשאנס'
און דאס וועט פאקטיש צושטאנד קומען די וואך מיטוואך, ווען איין צד וועט פאקטיש דערקלערן יא, מיר זענען גרייט אויף סאמערי דזשאדזשמענט און די צווייטע צד וועט פאקטיש שרייען קאזאק הנגזל
ווער עס וועט זיין די צווייטע צד, קענט איר זיך אליין אויסקלייבן
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2006 09:06 |
|
| |
סאמערי ז'אז'מענט דארפן נישט ביידע צדדים מסכים זיין
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2006 19:08 |
|
| |
איך האלט ווי NYPD סאמערי ז'אז'מענט דארפן נישט ביידע צדדים מסכים זיין וואס זאגט יענקעל11?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2006 19:35 |
|
| |
100% אז ס'דארפן נישט ביידע צדדים מסכים זיין,
און עס וועט זיין פאן, ווען דער צד השני
וואס געווינט כסדר, וועט וויינען פארן דזשאדזש
אז זיי זענען נישט מסכים צו דעם...
|
|
|
|
|