בית פורומים כל העולם כולו

ראזענוואסער נעמט פאקטיש א שטעלונג!!!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/1/2006 23:42 לינק ישיר 

YANKELE

YOU ARE THE ONE WHO IS WINNING EVERY TIME



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/1/2006 00:09 לינק ישיר 

Ho!!! It was only sarcastically!!!
Of course "I AM" wining every time,





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/1/2006 00:11 לינק ישיר 

סאמער.

ווער האט למעשה געווינען ביי באראש ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/1/2006 00:14 לינק ישיר 

באראש'ס ווייב,
די טייערע דיימאנד אויער ארינגלעך.
פון יונה ז.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/1/2006 00:21 לינק ישיר 

באראש ווייס איך אז ער האט געווינען, און נישט נארישע אויעררינגלעך, א $750,000 .... אין ...

איך רעד פון אהרונים/זאליס ווער האט געווינען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/1/2006 00:34 לינק ישיר 

באראש ברויך יעצט שפירן ווי א שמאטע, ווי ער קוקט זיך צו ווי דער ראזענוואסער מאכט מעש-פאטעטא פון זיין הערליכע "דרך הבעש"ט" פסק!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/1/2006 01:03 לינק ישיר 

לכתחלה, האבן די זאליס זיך נישט געכאפט די געפערליכע סכנה פאר זיי פון דעם "ביה"ח קעיס", זיי האבן זיך איינגערעדט, ס'איז עפעס אבי נאך אן אהרונישע קאורט קעיס איבער די ביה"ח, העכסטנס וועט עס בלייבן 50-50 בשותפת די ביה"ח, סיז זיי אבער נישט בייגעפאלן אין וויסטן חלום אז די אהרונים פלאנען דא צו שחטן די זאליס, מיטן אריינשלעפן די גאנצע "באראש" קעיס,

ווי נאר די זאליס האבן זיך געכאפט אין שאק וואס די גייט פאר, האבן זיי אנגעהויבן זיך צו בעטן און וויינען פאר ראזענוואסער אז ער זאל למען השם נישט אריינרעדן אין די ענינים, ער זאל בלויז פסקנ'ן וועגן דעם ביה"ח, און לאזן די זאך לויפן, אבער די אלע געוויינערייען זענען געפאלן אויף טויבע אויערן, און ראזענוואסער האט געשריגן חי וקים, ער גייט קודם קלאר שטעלן ווער איז קהל יטב לב ברוקלין "לויט באראש",

מיט דעם אלעם האבן נאך די זאליס זיך געטרייסט אז אפי' ראזענוואסער גייט פסקנ'ן אז בערל פר"מ איז פרעזידענט, וועט עס נאר זיין א זייטיגע הערה אונעם עצם פסק פונעם ביה"ח, און אויך נאר באגרעניצט פאר אראנדש קאנטי, נישט עק וועלט,

דא האט אבער ראזענוואסער, פאריגע וואך, געשאסן א באמבע, און דערקלערט אז ער טוישט די גאנצע קעיס, שטאטס די קעיס זאל זיך דרייען איבער די עצם ליגעליטי איבער די בעלות פונעם ביה"ח, גייט די גאנצע קעיס זיין איבער אן איינצעלנעם "פאקט", און דער דאזיגער "פאקט" גייט איינטשיידן די געווינער פונעם קעיס, דהיינו: "האט דער רבי ארויסגעווארפן בערל פר"מ", א דיסקאשן וואס די זאליס זוכן צו אנטלויפן פון, און דער ראזענוואסער שטיפט עס זיי אריין אין האלדז אריין,

ווי ער זאגט אין זיין בריוו, לאור ער איז באווארפן געווארן מיט הויפנס דאקומענטן, ווידיאס, עווידענס, עפידעיווידס, פון משה וואלוועלע, י. ר"ב, בערי דייטש, דער טשיף, פון וועם נישט, איבער דעם פאקט צו דער רבי האט ארויסגעווארפן בערל פר"מ, איז ער געקומען צו די החלטה אז דאס איז דער שורש פונעם קעיס, און איינמאל דאס ווערט קלאר איז 90% פונעם קעיס געסאלווד, איז פשוט פראקטיש צו טוישן דעם קעיס, פאר א סאמערי דשאדשמענט, און זעהן וועלעכער צד האט מיט זיך דער פאקט און אזוי פסקנ'ן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/1/2006 01:16 לינק ישיר 

נישט אומזיסט האבן די זאליס אנגעהויבן צו רעדן פון באשעפער...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/1/2006 01:30 לינק ישיר 

Captioned Matter וואס מיינט די ווערטער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/1/2006 01:39 לינק ישיר 

CAPTION איז דער קעפל פונעם בריוו, ווי ס'שטייט RE:

דאס מיינט , די MATTER, וואס איז דערמאנט אינעם קעפל פונעם בריוו.

פארשטייסט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/1/2006 01:48 לינק ישיר 

ניין די ערשטע רייע שטייט אזוי
The jodge has reviewed the pleadings and submissions in the above captioned matter



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/1/2006 01:52 לינק ישיר 

די מקוה איז שמוציג... מ'זעט נישט קלאר דארט קיין זאך.

וואס הייסט אז אויב בערל איז פרעזידענט איז די קעיס 90% געסאלווט? און אויב בערל זאגט פאר דוד עקשטיין ביי ביי?! דו ווייסט סאך בעסער פון מיר אז עס שטייט זייער גוט אויס פאר בערל פרידמאן און יצחק ראזענבערג צו וועלן צופיקסן די קר"י קהל און זיי שיקן ליפטערן. די הויפט טענה איז דאך אז וויליאמסבורג וויל ארויסווארפן קרית יואל, און בערל פרידמאן האט קיינמאל נישט געזאגט אז ער ווארפט זיכער נישט ארויס, האט ער אינגאנצן נישט געסאלווט אפילו איין איינציגע פראצענט פון די עכטע קעיס?

חוץ אויב יענקל פריינד האט אים שוין מסביר געווען פונקטליך אז אזוי מיינט עס אז 90% איז ערלעדיגט...

אבער ווען עס וועט קומען צום אפעלעט וועט עס זיין א שטארקע קשיא, וואס איז פלוצלונג געשען? פארוואס האט ביז יעצט ראזענוואסער געשריגן אז ער גייט אין גארנישט אריינקוקן נאר אין ווער ס'קען שטעלן לויער'ס, פלוצלונג גייט ער און מאכט עס פאר א סאמערי דזשאדזשמענט, און גייט זאגן לשיטתך אויף די גאנצע זאך?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/1/2006 01:57 לינק ישיר 

כ'על דיר זאגן סאך מער, איך האב א קלארע ראי' אז ראזענוואסער איז אונטערגעקויפט.

ווען איך וואלט געווען די דזשאדזש, און איך וואלט עכט געזוכט די גרינגסטע וועג ארויס, וואלט איך געפרעגט בערל פרידמאן א פשוטע קשיא: וואס גייסטו טון אויב דו ביסט פרעזידענט, דו גייסט ארויסווארפן דוד עקשטיין?

איז אזוי, אויב בערל פרידמאן ענטפערט אז ניין, ער וועט אים נישט ארויסווארפן, איז דאך שוין נישט קיין חילוק וואס בערל האלט, דארף מען נאר הערן ר' יענקל כהנא'ס לויער'ס פארוואס זיי האלטן אז זיי קענען יא ארויסווארפן קרית יואל, און ס'וועט זיין תלוי ועומד ביז די אפעלעט זאגט ווער ס'איז קהל וועט יענעמ'ס מיינונג ווערן אנגענומען.

ווידער אויב זאגט בערל אז ער וועט אויך ארויסווארפן דוד עקשטיין, איז דאך שוין ווייטער נישט קיין חילוק, גאנץ וויליאמסבורג וויל אים זען אינדרויסן, און מ'וועט יעצט דן זיין אויב ס'איז יא א גוטע שותפות אדער נישט.

נאך סאך מער, קהל'ס לויער'ס האבן פון די ערשטע מינוט געטענה'ט אז דער בריוו פון ר' שאול פערלשטיין איז געווען געפעלשט (וואס כ'מיין אז קיינער דא לייקנט שוין נישט), צו וואס דארף מען ווייטער אנגיין מיט די קעיס? קהל זאגט אז זיי גייען נישט ארויסווארפן, איז די גאנצע דיון נאר אויב די פורים קהל גייט אפשר ארויסווארפן? פאר דעם האלט מען אן א קעיס שוין א דריי-פערטל יאר?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/1/2006 02:59 לינק ישיר 

לולא_תורתך
בקיצור המעשה מען האט ענק געטראגען אויף א פיינעם שפאציר , מיר האפן בעזהשי"ת אז בקרוב וועסטו נאכלויפן ר' שלום אליעזר פרענקל מיט מעמבערשיב געלט דערווייל לייג פאר וואס נאך די וואלטס ווען געטוהן ווען די וואלטס געווען ריכטער אין זאג אים נאך עצות וואס מען קען דא טוהן ווייל ער ריפרעשט היידפארק א גאנצען טאג פאר עצות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/1/2006 03:52 לינק ישיר 

לולא, קען זיין האסט א גוטע פוינט, אני לא באתי רק לפרש דברי ג'אג' ראזענוואסער, ותו לא.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ראזענוואסער נעמט פאקטיש א שטעלונג!!!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 5 6 7 8 9 לדף הבא סך הכל 9 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.