בית פורומים כל העולם כולו

ראזענוואסער נעמט פאקטיש א שטעלונג!!!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/1/2006 06:35 לינק ישיר 

מקוה דרייניץ ענטפערט א תירוץ
פעשי האט גשריבן דארט וואס די האסט דא היינט געשריבן
שרייבט דרייניץ א תירוץ
DRYNITZ

מקוה:
די זאגסט זייער שיינע פשטים אין ראזענוואסערס בריוו פון יאנואר 19 אבער אין בריוו שטייט דאס נישט.
הגם עס קען זיין אז די ביסט אינפארמירט איבער עתידות פון די נאנטע פענסטערס, אויב דאס איז דער פאל דאן ביסטו גערעכט, אבער פשטות פשט אין בריוו איז ווייט נישט דאס.

צייט וועט ווייזען ווער עס איז גערעכט, און עס וועט שוין נישט נעמען לאנג האפענטליך.

אפילו טאמער די ביזט גערעכט און ראזענוואסער וועט האבען ..... מדברת מתוך גרונו, איז אויך גוט, אבי מען וועט שוין פארטיג ווערען מיט איהם, ער וועט שוין געבען א רולינג און מען וועט קענען אפיעלען און זיך ריהרען ווייטער אויפען שך ברעטעל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/1/2006 15:07 לינק ישיר 

ווילי, טוה מיר א טובה, גיי צוריק צו יענעם פורום, און געב איבער פאר דרייניץ, א וויכטיגע מעסעדש, זאג איהם אז דער פאסט-טרעגער איז משוגע.

שכוח



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/1/2006 16:45 לינק ישיר 

ווייסט איינער וואס די ווערטער מיינט captioned matterאון די ערשטע רייע שטייט אזוי
The jodge has reviewed the pleadings and submissions in the above captioned matter



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/1/2006 17:14 לינק ישיר 

קעפשין מיינט אויבער קעפל, וואס יעדע קעיס האט א קעפשאן, ווי למשל קאנג יטב לב אוו קרית יואל וס. קאנג יטב לב אינק.
מעטער מיינט סאבזשעקט,

צוזאמען מיינט דאס אזוי:
דער שופט האט איבערגעקיקט אלע בקשות און פיילינגס אין די סאבזש'עקט פון אויבנדערמאנטן קעפל,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/1/2006 02:28 לינק ישיר 


פאליש שרייבט:
איך ליין דא און דארטן פארשידענע ווערסיעס וואס דער ראזנוואסער וויל מיטן "סאמערי דשאדשמענט" וואס ער האט ארויסגעגעבן פאריגן דאנערשטאג, און ווער זענען די בענעפעטירער און די פארלירער פון אזא זאך.

לויט ווי "איך" פארשטיי, קענען די ארוינים שוין נישט געווינען פון דעם סאמערי דשאדשמענט. און איך וועל עס מסביר זיין:

א סאמערי דשאדשמענט פארלאנגט דער נטבע, נישט צו ווערן ארום געשלעפט אינעם געריכט הויז מיט לאנג פארצויגענע הירינגס אויף מינדערוויכטיגע זאכן. ממילא בעט ער אז דער ריכטער זאל פסק'ענען אויפן "עצם" קעיס.
 


ווען א ריכטער גיט נאך, איז א סימן אז ער איז קלאר אין דעם, און ער האט שוין ביי זיך אפגעמאכט א קלארן פסק אינעם עצם קעיס.

דא אין דעם פאל ביי ראזנוואסער: קרית יואל רופט וויליאמסבורג אין געריכט צוליבן א בריוו וואס שאול פערלשטיין האט מכלומר'שט געשריבן, אז זיי, קיט"ל בווילי גייט נישט לאזן באגראבן די ארוינים מתים אין ביה"ח בקרית יואל.

קרית יואל איז מודה אז ווילי איז א 50 פראצענט שותף מיט זיי אויפן ביה"ח.

ווילי איז נישט מודה אויף דעם, נאר זיי זאגן אז עס איז פאלש איבערגעשריבן געווארן און דער אטורני דשענעראל האט עס נישט עפראווט ווי דער געזעץ שרייבט פאר, ממילא באלאנגט דאס גאנצע ביה"ח פאר זיי.

דאס איז דער ארגינעלער קעיס.

אבער דערווייל איז דער ריכטער אריינגעגאנגען אין א פאסטקע וואס די ארויניס האבן (נישט) גוט ארויסגערעכנט, און דער גאנצער געריכט האט זיך דערזען, ביי "ווער איז דער ווילי צד. צי איז דאס יאנקל כהנא, צי בערל.

און דער ראזנוואסער האט זיך פארפלאנטערט מיטן זאגן אז "ער" זעט נישט אין באראש'ס פסק, אז דער רבי האט ארויסגעווארפן בערלען.

די ארוינים האבן אין די "מיען טיים" געטאנצט און גע'יובל'ט מיט לאזונגען וואס דער ראזנוואסער גייט אלץ זיי געבן.

למעשה האט זיך פארפלאנטערט א מורא'דיגע קאשע און א מיליאן פאפירן פון אלע זייטן צי בערל איז יא און צי בערל איז נישט געווארן עקספעלט.

דער ריכטער האט נישט געוואלט געבן א באזונדערן "הירינג" אויף די זאך צי בערל איז ארויסגעווארפן געווארן דורכ'ן רבי'ן צי נישט.

ס'האט יעדער מענשט נאר מיט אפענע אויגן געזען אז דער ראזנוואסער "קען" נישט זיך אן עצה געבן און האט טאקע נישט ארויסגעגעבן זיין פסק צום סוף פונעם גוי'אישן קאלענדער  - ווי ער האט אליין געשריבן. פארוואס? ווייל די זאך איז געווארן צו פארצווייגט און היבש משוגע.

איז ער געקומען מיט א לעגאלן וועג ארויס פון דער גאנצער עסק: ער האט עס געמאכט פאר א סאמערי דשאדשמענט, ד.ה. אז ער גייט פסק'ענען אויפן ביה"ח קעיס אליין, און וויבאלד ער האט עס געמאכט פון א פלימינערי דשאקשען צו א סאמערי דשאדשמענט, "מוז" זיין אז ער האט א "קלארן" פסק אין דער זאך.

מיין סברא איז: 1) מיט אזויפיל פאפירן איז נישט מעגליך אז ער האט א קלארן פסק צי דער רבי האט ארויסגעווארפן בערלען צי נישט.

2) ער ווייסט, אז אפילו ער וויל אריינלייגן בערלען "מוז" ער אויך אריינשטעלן יאנקלען, און ער גייט דאס נישט טון.

איצט ענדיג איך און איך וויל זען וואס דער עולם זאגט דערצו.


אלזא פאליש בויט א געביידע אן קיין פאנדעישאן, און איז איבערגליקלעך פון זיין אויפטוה,

קודם איז דאס פאלטש אז דער נתבע (נטבע, ווי ער שרייבט) איז דער וואס פארלאנגט א סאמערי דזשאדזשמענט, ניין, פונקט פארקערט, געווענדלעך פארלאנגט דאס דער תובע, כאטש עס איז נישט מוכרח, עס קען פארלאנגען דער תובע, דער נתבע, און אויך קען דער שופט מחליט זיין אן קיינעמס פארלאנג, (אזוי ווי עס האט דא פאסירט). א תובע וואס האט קלארע איבערווייזונגען וואס דער נתבע קען נישט לייקענען, פארלאנגט ער פונעם שופט א סאמערי דאדזשמענט כדי איינצושפארן די קאסטן און עגמת נפש פון א טרייעל, און אויב דער דזשאדזש איז מסכים צו זיינע פאקטן און הוכחות גיט ער א סאמערי דזשאדזשמענט, (א סך הכל פסק אן קיין טרייעל).

א שופט איז מסכים אדער איז מחליט צו גיין פאר א סאמערי דזשאדזשמענט, ווען לויט זיין מיינונג קען ער פסקענען אן קיין טרייעל, לדעתו האט ער גענוג אינפארמאציע, און קלארע פאקטן, וואס וועט עלימינירן אלע, אדער לכל הפחות רוב טענות,

קיינער ווייסט נישט (?) וואס דער דזשאדזש האט דא ביי אונזער קעיס אין מיינד, אבער לולי דמסתפינא, וואלט איך געזאגט אז לדעתי איז דאס א סימן טוב פאר די אהרונים, און איך וועל עס צולייגן, (געדענקט אז דאס איז מיין סברה בעלמא).

קהל יטב לב פון קרית יואל האט גערופן אין געריכט קהל יטב לב פון וויליאמסבורג, מיט די טענה אז זיי האבן באקומען א בריעוו פון קיט"ל וומס"ג אז זיי גייען פארבאטן פאר קרית יואל צו ניצן דעם בית החיים אין קרית יואל אן זייער רשות, און לויט זייער (קר"י) טענה, זענען זיי 50% שותפים מיט וומס"ג, האט זיך אנגעהויבן א וויכיח ווער עס איז "קהל יטב לב וויליאמסבורג", ר' בערל פריעדמאן'ס לויער האט געשריגן אז ער פארטרעט וומס"ג, און יאנקל כהנא'ס לויער האט געשריגן אז ער פארטרעט וומס"ג.

דער דזשאדזש האט באשלאסן אז בעפאר ער איז ממשיך מיטן טרייעל, דארף ער מחליט זיין ווער עס איז דער פארטרעטער פון קהל יט"ל וומס"ג, די לויערס פאר יאנקל כהנא האבן פארלייגט געוואלדיגע כוחות אז ער זאל זיך נישט מישן אין דעם ענין נאר בלויז פסקענען בנוגע די שותפות אין בית החיים פון קיט"ל ק"י און קיט"ל וומס"ג, אבער דער דזשאדזש האט דאס בשום אויפן נישט געוואלט אנעמען, און געטענה'עט אז לויטן געזעץ דארף ער דאס קודם מברר זיין, נאך האט דער דזשאדזש געזאגט אז לויט באראש'ס פסק איז "קלאר" אז דער רבי איז בעל הבית, ברצותו מאכט ער ראש הקהל, און ברצותו זאגט ער אויף דעם ראש הקהל, דער רבי איז דער פולקאמער בעל הבית,  אלזא האט זיך אנגעהויבן א בריעוון און עפידעוויטס געברענגעכטס, יעדער צד האט געברענגט ראיות ברורות אז זיין צד איז גערעכט, יאנקל כהנא'ס לויערס האט געטענה'עט אז דער רבי האט "יא" ארויס געווארפן ר' בערל'ען, און ר' בערל'ס לויערס האבן געברענגט עפידעוויטס אז ס'איז שקר , און דער רבי האט עם נישט ארויס געווארפן.

יעצט לאמיר נעמען די פאקטן, וויאזוי דזשאדזש ראזענוואסער האט דאס פארשטאנען, 1- דער רבי איז דער בעל הבית פון סאטמאר,
2- אויב האט דער רבי ארויסגעווארפן ר' בערל, איז ער מער נישט דער פרעזידענט,
3- באראש האט נישט אנגענומען פאר א פאקט אז דער רבי האט עם יא ארויסגעווארפן, טראץ אלע ראיות, הוכחות און עפידעוויטס.
4- באראש האט נישט אנגענומען פאר א פאקט אז  יאנקל כהנא האט געווינען די נייע עלעקשאנס.
5- ער האט כסדר געזאגט, אז ער איז לכתחילה נישט אינטרעסירט אין עפידעווידס און עדותשאפט, ער וויל נאר רעדן מיטן רבין פערזענדליך, ער האט אפילו געפרעגט פארוואס לעווינטאל קען יא קומען צום רבין און ער נישט.

יעצט נאכאמאל, א סאמערי דאדזשמענט, הייסט אז לויט זיין מיינונג האט ער קלאר אלע פאקטן, און דאס וועט עלימינירן כמעט אלע טענות, יעצט, אויב ער נעמט אן אז מען האט "נישט" איבערגעצייגט מיט קלארע הוכחות אז דער רבי האט ארויס געווארפן ר' בערל'ען, און ער שטעלט צוריק ר' בערל אלץ ראש הקהל, שטומט עס מיט זיין כסדרדיגער מהלך, אז באראש האט נישט אנגענומען די אלע ראיות און ער האלט אויך נישט ביים אנעמען די דאזיגע ראיות ווייל ס'איז א סתירה צעווישן שני הצדדים, צוייטענס פארשטייט ער, אז אויב ווערט ר' בערל דער ראש הקהל, ווערט עלימינירט די טענה וועגן בית החיים, ווייל דעם בריעוו האט דאך יאנקל כהנא'ס קהל געשריבן, און נישט ר' בערל'ס קהל, און ר' משה שעהר'ס קהל און ר' בערל'ס קהל האבן דאך נישט קיין שום טענות ותביעות איינער צום צווייטן, און דער מהלך וועט זיין קאנסיסטענד מיט זיין כסדר'דיגע מהלך המחשבה,

יעצט, אויב נעמט ער יא אן אז דער רבי האט ארויסגעווארפן ר' בערל, (כאטש עס איז אומגלויבלעך, ווייל באראש האט דאס נישט אנגענומען), דאן, מאן יימר אז יאנקל כהנא איז פרעזידענט, באראש האט דאך דאס נישט געוואלט אנגענומען, ווייטער לאמיר שוין זאגן, אז ראזענוואסער וועט "יא" אנעמען אז יאנקל כהנא איז פרעזידענט, נו, בלייבט נאך אלץ אפן דער עיקר טענה פונעם בית החיים, דער סכסוך צעווישן קהל יטב לב קר"י, און קהל יטב לב וומס"ג, און אויף דעם קען ער נישט געבן קיין סאמערי דזשאדזשמענט, ווייל מען האט די טענות אינגאנצן נישט ארויסגעברענגט, און אן די עלעמינעישאן פונעם עיקר טענה, נו צו וואס האט ער מחליט געווען פאר א סאמערי דזשדזשמענט, עיקר חסר מן הספר, דער עיקר סכסוך בלייבט אפן.
 
על כן איז לדעתי, דער פאקט אז ער גייט פאר א סאמערי דזשאזשמענט, א צייכן אז ער האלט ביים געבן די פרעזידענטשאפט פאר רבי בערל און נישט פאר יאנקל כהנא.

כן נראה לפי עניית דעתי.  











תוקן על ידי - יענקעלע11 - 25/01/2006 2:38:53



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/1/2006 02:50 לינק ישיר 

polishנאך פון פאליש און דרייניץ

לויט מיינע סברות, זעט נישט אויס אז בערל וועט ווערן דער פריזידענט, ווייל דאס איז נישט דער עצם קעיס. דאס איז נאר געווען, אז אויב מ'וויל מאכן א גאנצן טרייעל איבערן ביה"ח מוז קודם קלאר ווערן, ווער זענען די צדדים, אבער אויב ער גייט "שוין" פסק'ענען אויפן קעיס, דארף ער נישט אנקומען צו קיין צדדים, נאר ער וועט פסק'קענען אדער אז וויל איז 100 בעה"ב אויפן ביה"ח ווייל ס'נישט געווארן איבערגעשריבן, אדער אז ווילי איז 50 פראצענט שותף מיט ק"י. איצט לגבי ווער ס'איז פרעזידענט אויף ווילי, וועט ער זאגן: זייטס מוחל און שלאגטס ענק אין די ברוקלינער געריכט הייזער... ווייל דער קאנג. איז אין ברוקלין! DRYNITZ

פאליש: גוט געזאגט, איך האלט אויך מער ווייניגער אזוי, און לויט ווי איך הער זענען אונזערע ליגעל קעפ היפש צופרידען פונעם turn of events



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/1/2006 17:33 לינק ישיר 

ווילי חסיד,
איך הער וואס דו זאגסט, און עס קען זיין אז דו ביסט גערעכט, און ראזענואסער וועט נאר פסקענען אויפן בית החיים, און זיך אפלאזן פונעם ענין פון פרעזידענטשאפט פון קהל יטב לב וומס"ג, אבער דאן  בלייבט נאך שווער די קשיות וואס איך האב געפרעגט, קודם כל וויאזוי קען ער שוין קומען מיט א פיינעל פסק אן קיין טרייעל אויפן בית החיים, ווען מען האט כמעט נישט דן געווען אויף דעם, ס'איז געווען נאר, יא ארויס געווארפן ר' בערל, צו נישט, צווייטענס, וואס האט עם געמאכט טשענזשען זיין מיינד, ווען ער האט לכתחילה געהאלטן אין איין זאגן אז לויטן געזעץ דארף ער אנטשיידן ווער עס איז דער בעל דין פון וויליאמסבורג, ער האט כסדר אפגעווארפן די טענות פון יאנקל כהנא'ס לויער, אז ער זאל זיך אין דעם נישט מישן, און יעצט אויף איינמאל לויט דיר האט ער צוריק געצויגן און געטוישט דיירעקשאנס,

בכלל לויט דעם, וואס האט עם באוואויגן צו טוישן דעם מהלך, פון א פרימינערי אינדזשאנקשאן, צו א סאמערי דשאדזשמענט, א סאמערי דזשאדזשמענט איז נאר ווען די פאקטן זענען לויטן דזשאדזש זייער קלאר, ס'איז א CLEAT CUT CASE, און דאס איז נאר בענין דעם פרעזידענסי, ווי ער האט כסדר געזאגט, אז אויב זאגט דער רבי קלאר אז ער האט ארויס געווארפן ר' בערל דאן איז ער נישט פרעזידענט, און אויב איז ער נישט איבערגעצייגט אין דעם, גייט ער צוריק צום אלטן, אן איז מחזיר עטרה ליושנה, און ר' בערל איז געווען און איז ווייטער פרעזידענט, דאס האט ער כסדר געזאגט, און אויף דעם קען איך פארשטיין א סאמערי דזשאדזשמענט, אבער אין דעם ענין פון בית החיים, האט מען בכלל נישט אריין געגעבן די פאקטן און  ס'איז נישט דא קלארע פאקטן, נו, וויאזוי קען ער קומען צו א מסקנה און געבן א סאמערי דזשאדזשמענט,

על כן האלט איך אז ס'איז זייער נישט מסתבר אז ער גייט דאס טוהן, אבער מיט די אינטערגעקויפטע דזשאדזשעס, ווער ווייסט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/1/2006 18:57 לינק ישיר 

נאכן מעיין זיין אין די ווערטער פון אונזערע מומחים דא אויפן פארק, וואלט איך אויפגעברענגט פאר די גולשים די צדדים און טעאריס, וירא הקהל וישפוט,

דרייניץ פוליש טענה'ן אז דער בריוו מיינט נאר דעם בית החיים און גארנישט מער, ווייל עס איז נישט מסתבר אז דער געריכט זאל מחליט זיין אין סאמערי ז'וז'מענט אויף די אלע פאקטן אן קיין טרייעל,

יענקעלע טענה'ט אז די איינציגע זאך וואס דער קאורט האט שוין דן געווען איז דער פרעזידענט אישו פון קהל, ווידער דעם בית החיים בעלות בכלל נישט דן געווען, און פונעם מהלך ביז יעצט האט קלאר אויסגעזען אז ער וויל קודם באשליסן דעם פרעזידענט כדי ער זאל קענען מחליט זיין דעם בית החיים,

פוליש איז מודה אז ביז יעצט האט דער קאורט אזוי געהאלטן, ער זאגט אז ער האלט אז דער ראזנוואסער האט זיך געטוישט צוליב געוויסע סיבות....

בא הכתוב השלישי ויכריע

יענקעלע איז לכאורה גערעכט מיט די טענות,
עס איז נישט מסתבר ער זאל פסק'נען אויפן בית החיים פאר ער באקומט אלע פאקטן ארום און ארום, און אזוי איז אויך משמע פון זיין לשון אז דער קאורט האט שוין וואלומענס עווידענס באקומען, וואס דאס איז דאך זיכער נאר איבער דעם פרעזידענט אישו, און נישט אויפן בית החיים אישו, עס איז זייער נישט מסתבר אז ער זאל מאכן א יו טורן, בלויז ווייל פוליש וויל אזוי,

די שאלה וועט נאר זיין, וואס וועט ער שוין האבן אז ער וועט פסק'נען אז ר' בערל איז פרעזידענט, בלייבט דאך נאך אלץ די קלאגעס פון בית החיים און מתיבתא אפען,
נאך א קשיא האב איך, טאמער וויל ער פסק'נען אויפן פרעזידענט אליינס פארוואס באציט ער זיך צום פרעלימענערי אינז'אקשען, וואס דאס איז דאך זיכער נישט געווען אויף די פרעזידענט אישו בכלל.

איך האב אבער אן אנדערען טעארי וואס מען דארף דא עקספלארן,

די פעלימינערי אינז'אקשען איז געווען א פארלאנג מעקל צו זיין די צדדים פון טוישן דעם סטאטוס קווא אינעם בית החיים נאך פערלשטיין'ס בריוו, אויב איך געדענק איז גארנישט מער ווי דעם געווען אינעם פרעלימינערי אינז'אקשען, די איבעריגע טענות איבערן דיט פון בית החיים און די פרעזידענט אישו פון ברוקלין, איז געווען חלקים פון די קלאגעס וואס האט נישט פארלאנגט קיין אינז'אקשען,

לפי זה קען מעגליך זיין אז ער באציט זיך דערווייל נאר אויפן פרעלימענערי אינזשאקשען און ניטאמאל אויפן בית החיים און נישט אויף פרעזידענטשאפט, וואס די זאכן וועלן באהאנדעלט ווערן ביי שפעטערדיגע געלעגנהייטן,
 
וואס אויב דאס זאל זיין אמת, וועט ער דיסאפוינטן יעדן איינעם, ווייל יעדער ווארט שוין צו הערן א שטיקל דעסישאן אויף די אישוס און דערווייל רולט ער נאר אויפן אינז'אקשען,

איך בין נישט קיין עקספערט אין לאו אבער קאמען סענס האב איך אביסל, און לויט ווי איך לערן אפ זיין בריוו בעציט ער זיך נאר אויפן אינז'אקשען און גארנישט מער,

פארווער עס ווייסט נישט אינז'אקשען מיינט עיקול,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/1/2006 20:35 לינק ישיר 

NYPD
צו ענטפערן דיינע שאלות, דארף מען פארשטיין אז א פרילמינערי אינדזשאנקשאן, איז א צייטוויליגער דעסידזשאן ביז צום טרייעל, און עס ווערט פארגעזעצט מיט א טרייעל, א סאמערי דזשאדזשמענט, איז אנשטאט א טרייעל, עס ווערט נישט פארגעזעצט קיין טרייעל, דאס איז דער ענטגילטיגער פסק, און טאקע דאס האט מיך באוואויגן נוטה צו זיין מיין גאנג, אז ער רעדט פון פרעזידנטשאפט און נישט פון בית החיים, ווייל כאטש עס איז אמת אז דער פרילמענערי אינדזשאנקשאן איז געווען נאר לגבי דעם בית החיים, אבער יעדער איז מודה אז דער גאנצער טרייעל האט זיך גענויגט צום פריזידענטשאפט, און נאר פון דעם האט מען גערעדט, און אלע פאפירן וואס מען האט אריין געגעבן פאר קארט איז געווען אויסדריקלעך נאר בענין דאס יא אדער נישט ארויס געווארפעכעטס פון ר' בערל'ן.

על כן קום איך צום אויספיר אז:
1- פון בית החיים קען ער נישט קומען צו א סאמערי דזשאדזשמענט, ווייל ער האט נישט געבעטן און נישט באקומען די פאקטן, און ס'איז נישט שייך קיין סך הכל.
2- אויב גיט ער די פרעזידענטשאפט פאר יאנקל כהנא, בלייבט נאך ווייטער אפן די בית החיים טענה, און דאן איז עס נישט קיין סאמערי דזשאדזשמענט, וואס ענדיגט דעם קעיס,
3- אזוי ווי א סאמערי דזשאדזשמענט דארף ענדיגען דעם קעיס, על כן זאג איך אז לדעתי האלט דער דזשאדזש, -און דאס איז דאך דער אמת-, אז אויב גיט ער די פרעזידנטשאפט פאר ר' בערל, איז דער קעיס פארטיג, ווייל עס איז דאך נישט דא קיין סכסוך צעווישן ר' משה שעהר און ר' בערל פריעדמאן,

אויב נעמט מען אן מיין וועג איז לכאורה פאענטפערט אלע קשיות, און איך זעה נישט קיין אנדערן וועג, וואס ער קען געבן א פיינעל פסק און ענדיגן דעם קעיס.  אויב איינער האט א וועג, אדרבה ותחזנה עינינו, לאמיר זעהן, איך האב נישט ליב צו זיין זייער אפטעמיסטיג, ווייל דאן קען מען לייכט האבן א דורעכפאל,

דא האט איר דאס געזעץ אז א סאמערי דזשאדזשמענט איז אנשטאט א טרייעל, און עס ענדיגט דעם קעיס,



Summary judgment: is a legal term which means that a court has made a determination (a judgment) without a full trial.



United States



In U.S. Legal practice summary judgment can be awarded by the court prior to trial, effectively holding that no trial will be necessary.








  תוקן על ידי - יענקעלע11 - 25/01/2006 20:54:55



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/1/2006 20:48 לינק ישיר 

יענקל,
די ביזט גערעכט אז עס לוינט נישט זיין אפטעמיסטיש, אבער שלעכטס קען זיכער נישט זיין, ווייל יענקל כהנא וועט זיכער נישט ערקלערט ווערן פרעזידענט, און דער דיט פון בית החיים וועט לכאורה זיכער נישט בטל ווערן, די שאלה איז נאר ווי ווייט דער יעצטיגער פסק גייט אויסמאכן, לויט מיין מיינונג וועט ער יעצט דן זיין אויפן עיקול און דערנאך זיך נעמען צום עצם קעיס, לויט דיין מיינונג וועט ער שוין געבן זיין ענדגילטיגער פסק אז ר' בערל איז פרעזידענט און ממילא נישט דא קיין ערעור אויפן טרענספער,
איט מעיק סענס אבער דער בריוו איז נישט משמע אזוי,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/1/2006 21:13 לינק ישיר 



NYPD
איך האב נאכאמאל   דורעכגעליינט דעם בריעוו פונעם דזשאדזש מיט גרויס ישוב הדעת,
און איך זע נישט וואס דו מיינסט אז פון בריעוו פונעם דזשאדזש איז אנדערשט משמע,
אדרבה ברענג פרטים פונעם בריעוו, אויך האב איך נאכאמאל דורך געליינט
דאס געזעץ פון סאמארי דזשאדזשמענט, און איך זע נישט קיין אנדערן וועג,
ווייל אויב וואלט ראזענוואסער געוואלט ממשיך זיין מיט א טרייעל, וואלט ער דאס נישט
געטוישט פאר א סאמערי דזשאדזשמענט, וואס הייסט אויף אידיש,
א ענטגילטיגער פסק, און איך האב נאכנישט געזען קיין שום אנדערן וועג וואס קען ווערן
אנגערופן א סאמערי דזשאדזשמענט,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/1/2006 22:08 לינק ישיר 

היינט JAN.25 איז די לעצטע טאג אריינציגעיבן פעיפערס פאר ראזענוואסער,

ווייסט איינער צו מ'האט עפעס אריינגעגעבן ?

אפשר קען עס איינער פאוסטן ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/1/2006 22:20 לינק ישיר 

דער יענקעלע איז נעבעך א בת היענה, און ער רעדט 100 מייל א שעה, קודם כל ווי לאנג יאנקעלע וועט נישט ברענגען פאפירן אז איבער די פרעזידענסי איז געווען א ריקוועסט פאר פרילימינערי אינדזשאנקשען, קען ער שרייבן נאך 100 תגובות, און ס'וועט אים גארנישט העלפן.

יעצט איז אזוי, יענקעלע מיט אלע ארונים, זענען די וואס בויען געביידעס 6-7 יאד אן קיין שום פאנדעישן (חוץ די לעדל, באבע מעשיות),און דאס וואס פאליש שרייבט, מאכט 100 מאל מער סענס ווי דיינע אלע בלעבלען (איך מיין אז ס'איז בעסער וואס מער די שרייבסט, אזוי וועלן די וואס מיינען נאך אז די רעדטס צו דער זאך אויך איינזעהן וואסארא נערישקייטן די ביסט אפ טא), פאליש שרייבט נישט אז נאר דער נתבע קען פארלאנגען סאמערי דזשאדזשמענט.

דיינע פאקטן זענען ניסוח בת היענה, די מאכסט דיך גארנישט וויסענדיג פון די אלע פאפירן וואס מ'האט אריינגעגעבן, ווי ס'ווערט אויפגעוויזן אז באראש האט נישט איינגעזעהן פאר נוטיג צו מחליט זיין אלע אנדערע זאכן, פשות און פראסט ווייל רבינו שליט"א איז דער ענגילטיגער בעה"ב, ממילא האט נישט אויסגעפעלט מחליט צו זיין, און נישט ווייל ער האט נישט אנגענומען פאר א פאקט אז רבינו שליט"א האט אים נישט ארויסגעקאפעט, און נישט ווייל ער האט נישט אנגענומען פאר א פאקט אז ר' יענקל האט געווינען די עלעקשאנס, פארשטאנען, דומקאפ.

ס'פאלט דיר גארנישט ביי, אז ראזענוואסער ווייסט גאנץ גוט אז די עיקר טענה איבער די בה"ח איז פיסט און גארנישט קיין קעיס, הא?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/1/2006 22:26 לינק ישיר 

polish writes this

יענקעלע: איין זאך ביזסטו גערעכט אז איך האב נישט ארויסגעשריבן דאס ווארט "געוענליך" אז דער נתבע פארלאנגט דאס.

צום פוינט: ס'כמעט נישט מעגליך צו קענען אפילו זאגן, אז ראזנוואסער מיינט מיטן סאמערי דשאדשמענט, צי בערל איז יא דער פרעזידענט צי נישט.

אלע דיינע סברות וואס ראזנוואסער האט אנגענומען פון באראש איז נישט קיין סתירה צו מיינע ווערטער.

אבער ווען ער נעמט אן דעם קעיס אלס א סאמערי דשאדשמענט מיינט דאס א ענגילטיגער פסק, אויפן קעיס אליין און דאס איז דער ביה"ח.

מיין מיינונג איז און נאכאמאל "מיין" מיינונג, אז ער גייט געבן פאר ווילי דעם גאנצן ביה"ח מיט דער טענה אז דער פרעזידענט האט דאס נישט איבערגעשריבן לעגאל, והא ראי' עס איז נישט אדורך דעם אטורני דשענעראל.

אויב ס'וועט זיך ארויסוויזן אנדערש וועל איך זיין זייער סורפרייזד...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/1/2006 22:49 לינק ישיר 

יענקל די פרעגסט מהיכן דנתני, וועל איך דיר געבן א מראה מקום, 

אין די צווייטע שורה פינעם בריוו שטייט אזוי וזה לשונו:

that the motion for a preliminary injuction will be treted as a motion for sumarry judgement

אז מען רעדט פון די מאושען פאר פרעלימנערי אינז'אקשאן, איז משמע דער בקשה פונעם עיקול, אבער נישט עפעס מער,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ראזענוואסער נעמט פאקטיש א שטעלונג!!!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 6 7 8 9 לדף הבא סך הכל 9 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.