|
|
| נשלח ב-25/1/2006 23:05 |
|
| |
ראדני, דארף דאס מיר וויי טוהן אז דו רופסט מיך בת היענה, בכלל וואס איז דאס בת היענה, איז דאס עפעס אזוי ווי עם הארץ?, ערגער אדער בעסער?, זעט אויס אז דו פארשטייסט צו מיינע תגובות, אקאראט וויפיל דיין רב פארשטייט צו א שטיקל גמרא, נילטש, נאטינג, נאדא, גארנישט מיט גארנישט. ביי דע וועי, איך רעד נישט 100 מייל א שעה,, איך שרייב נאר 100 מייל א שעה, הע, האסט א פראבלעם מיט דעם?
ביסטו עפעס א משפחה מיט יוסעלע פון ירושלים?, ער בעט אויך אלץ פאפירן, וואס פאר א פאפירן דארף איך ברענגן?, און ווי האב איך געשריבן אז דער אינדזשאנקשאן איז געווען אויף די פרעזידנטשאפט? זעהט אויס אז דו ביסט פונקט ווי דיין רב, דו קענסט נישט ליינען אום געפינטעלט...
איך האב זייער ליב דיין אנאליז אויף די אהרונים, און אז פאליש'ס תגובה מאכט מער סענדס ווי מיינס, און אז פאליש האט נישט געשריבן אז דער נתבע איז דער וואס בעט א סאמערי דזשאדזשמענט, איי פאליש פארענטפערט זיך, אז ער האט פארגעסן צו שרייבן געווענטליך, תיקו!!!
ראדני, וואס הייסט ניסוח "בת היענה" ביטע ענטפער קלאר, נישט, אז מקען זאגן אזוי, און מען קען זאגן אזוי, ניסוח דיין טשיף ראביי. ראדני דאס נעקסטע שטיקל איז אזוי נאריש אז איך וואלט דיך געבעטן זאלסט דאס איבער שרייבן אויף אידיש, ווייל די שפראך וואס די שרייבסט פארשטיי איך לגמרי נישט, און ווארשיינדליך דו אויך נישט...
ענדערשט צו זיין א דומקאפ, ווי א זאלוני, ביי דע וועי, האט מען שוין אפגעוואשן די קעטשאפ, איך בין סתם נייגעריג.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/1/2006 23:19 |
|
| |
NYPD דאס וואס ער שרייבט: that the motion for a preliminary injuction will be treted as a motion for sumarry judgement מיינט דער קעיס פון דעם מוישן ווערט געטוישט צו א סאמערי דשאזשמענט, און אזוי האט געהייסן דער קעיס, זה שמו, אזוי רופט מען עם אן, און די קעיס פון די בקשה פונעם עיקול טוישט ער צו א סאמערי דזשאדזשמענט, און דאס איז בכלל נישט קיין סתירה מיט וואס איך האב געשריבן.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/1/2006 23:23 |
|
| |
יענקעלע
האלעוויי ביסטו גערעכט,
ביי די וועי, ווען פאליש שרייבט דער נטבע האט ער נישט אזוי שלעכט געשריבן, ווייל אויף אידיש מיינט דאס דער דערטראנקענער, דאכט זיך אז אין דעם פאל זענען זיי טיף דערטראנקען, האפענטליך שבת שירה וועלן מיר שוין קענען זאגן שירת הים סוס ורכבו רמה בים,
|
|
|
|
| נשלח ב-25/1/2006 23:55 |
|
| |
יענקעלע 11 ישר כוח פאר דיין אנאליז, לו יהא כדבריך, עס מאכט סענס
אפשר וואלסטו געקענט אביסעל בעסער מסביר זיין די ווערטער וואס די שרייבסט
that the motion for a preliminary injuction will be treted as a motion for sumarry judgement מיינט דער קעיס פון דעם מוישן ווערט געטוישט צו א סאמערי דשאזשמענט, און אזוי האט געהייסן דער קעיס, זה שמו, אזוי רופט מען עם אן, און די קעיס פון די בקשה פונעם עיקול טוישט ער צו א סאמערי דזשאדזשמענט, און דאס איז בכלל נישט קיין סתירה מיט וואס איך האב געשריבן
דיע ווערטער מיינט דער קעיס פון דעם מוישן ווערט געטוישט צו א סאמערי דשאזשמענט ביטע מסביר זיין אביסעל ווייל איך פארשטי נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/1/2006 00:29 |
|
| |
העטעך די זאך איז אזוי, דער קעיס איז א סיוויל קעיס, און יעדע סיוויל קעיס איז א פארלאג פאר...עפעס, אמאל בעט מען געלט, אמאל בעט מען א פארבאט, אמאל בעט מען אראפ צו נעמען א פארבאט, אמאל בעט מען א קליריפיקעישאן, וכו' אלץ בעט מען עפעס פונעם קארט, און יעדע בקשה האט א אנדערן נאמען, און אנדערע הלכות וויאזוי מען האנדעלט דאס,
ביי אונזער קעיס האט מען געבעטן א פערלימינערי אינדזשאנקשאן, אז קהל יטב לב פון וויליאסבורג זאל נישט קענען צוריק האלטן קהל יטב לב פון קרית יואל צונוצן דעם בית החיים, און דאס איז דער קעיס, א motion for a preliminary injuction, דעראך איז דא אזא מין בקשה א motion for sumarry judgement, זעלבסטפארשטענדליך אז א מוישן פאר פרילמינערי דזשאדזשמענט האט אנדערע הלכות און אן אנדערן גאנג ווי א מוישן פאר סאמערי דזשאדזשמענט, האט דער דזשאדזש געזאגט אז כאטשיג מען האט אריין געגעבן די פאפירן פאר א מוישן פאר פערלימינערי אינדזשאנקשאן, טוישט ער דאס און ער וועט דאס האנדלען ווי א מוישן פאר א סאמערי דזשאדזשמענט.
תוקן על ידי - יענקעלע11 - 26/01/2006 0:57:08
|
|
|
|
| נשלח ב-26/1/2006 01:52 |
|
| |
The judge has reviewed the pleadings and submissions in the above captioned matter and has determined that the motion for a preliminary injunction will be treated as a motion for summary judgment in light of the exhaustive nature of the submitted papers and the fact that the papers are largely supported by affirmations, affidavits and other documents of an evidentiary character. This will permit the court to deal with the issues presented in the most afficient manner while reducing the possiblity of gamesmanship [see Farrell v. Kierman 213 AD2d 373 (2nd Dept 1995), citing Rich v. Lefkovits, 56 NY2d 276 (1982)].
דער שופט האט איבערגעקוקט די פארלאנגען און די אריינגעגעבענע פאפירן פון דעם אויווען דערמאנטן סיכסוך און איז געקומען צו די החלטה אז די פארלאנג פאר א "צייטוויליגער עיקול" זאל באהאנדעלט ווערן ווי א פארלאנג פאר "סך הכל'דיגע ענדגילטיגן פסק", אין ליכט פון די ערשעפטע נאטור פון די אריינגעגעבענע פאפירן און די פאקט אז די פאפירן זענען ע"פ רוב געגרינדעט אויף באשטעטיגונגען, עדות'שאפט און אנדערער דאקומענטן פון אן עדות'שאפטיגע כאראקטער (נישט געזעץ). דאס וועט ערמעגליכן די געריכט צו האנדלען מיט די פארגעלייגטע טענות אין די מערסטע פראקטישסטע וועג און די זעלבע צייט פארמיידן פארצויגענע געשפילערייען.
תוקן על ידי - כל_העולם - 27/01/2006 18:08:35
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/1/2006 02:13 |
|
| |
יענקעלע, וואס ביסטו געווארן ווילד? מהאט דיך סך הכל גוט געקארנערט, אבער אז מהאט נישט קיין תירוץ שיסט מען צוריק אין די וועלט אריין? לאמיך דיך מסביר זיין וואס איך פארשטיי פון פאליש. די אהרונים זענען שוין ביזי חדשים לאנג אז ראזענוואסער גייט געבן א געזונטן זעץ פאר סאטמאר. שוין געווען אזויפיל דעיטס כמעט וויפיל א' שמות מסיבות... ווייל ראזענוואסער גייט זיכער געבן פאר זיי. די ערליכע אידן האבן אלעמאל געשריגן אז לב מלכין ושרים ביד ה', און ממוז קודם קוקן וואס די אייבערשטער זאגט. אויסערדעם האמיר אונז ענק קלאר געזאגט, ראזענוואסער גייט נישט קענען געבן פאר ענק א זאך וואס עטץ האטץ נישט, העכסטנס וועט ער קענען אביסל דרייען מיטן צונג בלא בלא בלא. וואס דא איז געשען, אז ראזענוואסער האט זיך געטראפן אין א פלאנטער, ער וויל דאך געבן פאר די אהרונים, אבער ער וויל נישט גיין מיטן קאפ אין וואנט, ער זעט קלאר אז אלע ערליכע גרויסע רבנים און פני הקהילה זאגן קלאר אז די רבי האט ארויסגעווארפן בערעלע, בערעלע אליינס איז אנטלאפן פון ראדני ביז צו די איד אפיס, די רבי שרייבט קלאר אונטער די וואלן (און דעס איז שוין אויסער די אנדערע זאכן וואס איז דא ווידיאו מיט דאקטוירים פון פאר דעם, אבער דעס ווייסט ער נישט), און מדארף זיין בלינד און משוגע צו קענען זאגן אז די רבי האט נישט ארויסגעווארפן בערעלע. האט ער אפגעמאכט אז מגייט כמעט נישט רעדן פון דעם, מגייט מאכן א סאמערי דזשאדזשמענט אויף די גאנצע זאך אויפאמאל, מגייט רוב פערעגרעפס רעדן פון די ביה"ח און די שותפות, און מגייט געבן אפשר א ווארף אריין א ווארט אז בערעלע איז פרעזידענט אין קבר, אפשר דעס אויך נישט, און שלום על ישראל. איי, יענקעלע זאגט אז מקען נישט רעדן פון ביה"ח ווייל מהאט נישט גערעט דערפון? ראזענוואסער האט א בעסערע קאפ און ער געדעקנט יא אז מהאט גערעדט דערפון אין הונדעטער פעפערס און ביי די ערשטע הירינג, ער געדענקט אפילו אז בערעלע האט שוין קלאר געזאגט אז ער וועט עס לאזן ביי משה שעהר, וכו'. די איבריגע לאז מיר אונז פארן אייבערשטן, און איך בעט ענק זייער שטארק ענק זאלן ווייטער ארויסלאזן די אייבערשטער פון פיקטשער, נאר אזוי קען מיר אונז געווינען.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/1/2006 19:35 |
|
| |
אנטווערפן,
איך לייען און לייען איבער מיינע תגובות, און איך זעה נישט ווי איך בין ווילד געווארן, אלעס איז געשריבן מיט א שמייכל, בניחותא, איך ווייס נישט וואס דו רעדסט פון צוריק שיסן, ווי שיסן ווען שיסן, איני יודע,
איך האב קיין אנונג וואס דו רעדסט. איך ווייס נישט וואס די אהרונים זאגן, איך דריי מיך נישט לעבן דרייניץ, עקשטיין, איחוד מעמבער, יוסל90,פעשי, באטרא, כשריקע, וכו' וכו', וואס זיי ווייסן כסדר פונקטליך וואס "די אהרונים זאגן", איך ווייס נאר וואס יענקעלע זאגט, און איך "מיין" אז איך ווייס וואס ראזענוואסער זאגט און שרייבט, דו און דיינע חברים, און אפילו מיינע חברים קענען זיין, און אסאך זענען טאקען מחולק אויף מיין מיינונג, סא וואט, ס'איז נאר א מיינונג, און איך אליין האלט אויך אז עס קען זיין אז איך בין מיך טועה, און איך בעט אז מען זאל מיר געבן א אנדערן פשט אין דעם בריעוו פון ראזענוואסער, א פשט וואס מאכט סענדס, א שכל'דיקער הסבר, נו, ביזדערווייל האט דאס קיינער נישט געטוהן.
גראדע האלט איך "נישט" אז ראזענואסער גייט געבן א זעץ פאר סאטמאר, טאמער ליינסטו מיינע תגובות, האלט איך קלאר פארקערט אז ראזענוואסער גייט זיך גאר אנעמען פאר סאטמאר, און דערלאנגען פאר די זאלונים איינס אזאנס אז זיי וועלן נישט וויסן וואס עס האט זיי געטראפן, וועלעכן דעיט דאס גייט געשען ווייס איך נישט, אלף שמאס, בייס שמאס, צו גימל שמאס, איי העוו נאע היידיע, אבער לדעתי גייט דאס געשען סאנער רעטער טען לעידער...
ווידער, ווי אויבן געשריבן, קען גאר זיין אז ס'איז בלויזע חלומות, און... סאטמאר וועט יא כאפן א זעץ...
עפעס בין איך זייער סאספישעס, ווען דו הייבסט אן צו רעדן פון באשעפער, עפעס ווייזט דאס א גרויסע שוואכקייט, אנטווערפן טייערער, גיי ווייטער אויף דיין רב'ס דרכים און מיש נישט אריין דעם באשעפער, האסטו דען אריינגעמישט דעם באשעפער ווען עטץ האטס געטיילט מכות רצח פאר רבי שמואל אבערלענדער שליט"א ווען ער האט געוואלט גיין דאווענען ביי זיין איידעם רבי ישראל דוד הארפענס שליט"א, האסטו דען ארינגעמישט דעם באשעפער ווען עטץ האטס געלאזט ארעסטירן 26 בחורים און יונגעלייט על לא עוול בכפם, און געמאכט אויף זיי א עלילת דם אז כאילו זיי האבן אויפגעבראכן ענקער אפיס, (איי רובם ככולם זענען (געווען...) פארברענטע זאלונים) נאר כדי להגדיל החילול השם אין די גואישע צייטונגען, נו, ווי איז דעמאלטס געווען דער באשעפער, הא?. סא, CUT THE BS,
אינטרעסאנט, דו ווייסט פונקטלעך וואס ראזענוואסער טראכט, און וואס ער זעהט "קלאר", און פון מיר מאכסטו חוזק, מיט וואס איז דיין מיינונג קראנטער פון מיין מיינונג, אויסער אז דיין מיינונג איז מלא שטותים, און מהיפוך להיפוך פון וואס ראזענוואסער האט כסדר געזאגט.
אבער קען זיין אז דעמאלטס איז ראזענוואסער נאך בלינד געווען און יעצט איז ער זעהענדיג געווארן, (למעשה צו לערנען פשט אזוי ווי דו ווילסט, דארף ער נאך אלץ יא זיין בלינד און נישט זעהן די ליסט פון די מעדיצינען וואס דער רבי נעמט...),
א דאנק, טייערער אנטווערפן, פארן זיין אזוי הערצליך, און אונז ווארפן "א ווארט" אז ר' בערל איז פרעזידענט, זייער שיין פון דיין זייט, איך ווייס נישט וואס מען מאכט חוזק פון ענקער "נועם המידות", ענקער העפליכקייט און גיטסקייט, רעדט "ווערטער".
ערענסט גערעדט, איך האב בכלל נישט געוויסט אז ר' בערל האט "מפורש" געזאגט פאר ראזענוואסער אז ער האט נישט קייןפראבלעם מיט ר' משה שעהר, איך האב דאס נאר געשריבן מסברה בעלמא, איך האב געהאלטן אז דער דזשאדזש האט דאס "פארשטאנען" פונעם הלוך ילך, אז ר' בערל און ר' משה שעהר זענען אויף איין זייט, און יאנקל כהנא און שאול זענען פונעם צד השני (סיטרא אחרא...), און ביי פסקענען לטובת ר' בערל וועט זיך אטאמאטיש שלכטן אלע סכסוכים, אבער יעצט אז דו שרייבסט מיט אזא זיכערקייט אז ר' בערל האט דאס טאקען מפורש געזאגט, דאן איז מיין מהלך אסאך קלארער און שטארקער.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/1/2006 23:39 |
|
| |
איך קען עפעס נישט דיסיידן ווער סיז גירעכט יאנקעלע צו פאליש, וועגן דעם לאמיר מאכן א וואט, דער עולם זאל וועילן וואס זיי האלטן ווער סיז גירעכט. אין מעוועט מאכן א סך הכל זעען ווער סהאט מער וואטס.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/1/2006 23:42 |
|
| |
איך געב איבער מיין שטימע, מיין רעכט צו וואוטן צו ריכטער ראזענוואסער
|
|
|
|
| נשלח ב-27/1/2006 00:11 |
|
| |
איך וואט פאר יענקעל11
|
|
|
|
| נשלח ב-27/1/2006 00:29 |
|
| |
יענקעלע11, איך האלט גראדע ווי דיר דיין סברה איז א גוטע . נאר וואס דען, איך האלט נישט אז ר' בערל האט פערזענליך געזאגט פאר ראזענוואסער אז ער איז מיט ר' משה שעהר אויף איין זייט, און נישט ווייל ראזענוואסער דארף אזוי אליין פארשטיין, נאר פשוט ר' בערל פריעדמאן האט קיינמאל נישט געשוקט אזא בריוו פאר קרית יואל, יענקל כהנא אלץ פרעזידענט [ווי ער רופט זיך אויפן בריוו] האט דאס געשיקט, ר' בערל האט דאס קיינמאל נישט געשוקט, ממילא טאמער ר' בערל איז פרעזידענט איז אלעס כשר וישר און מ'דארף נישט באהאנדלען גארנישט איבערן בית החיים.
כן נראה לי לפי ענית דעתי
|
|
|
|
| נשלח ב-27/1/2006 02:24 |
|
| |
איך גיב מיין שטימע פאר פאקטיש
|
|
|
|
|
| נשלח ב-27/1/2006 02:30 |
|
| |
דער ראזענוואסער וואלט געקענט זיין א חי' רעה און נעמען די אלע הויפנס דאקומענטן וואס מ'האט איהם באווארפן זינט NOV 30, און אראפפלאשן אין טוילעט בקרחתו ובגבחתו, און זאגן: "לאזטס מיך אפ! איך האב קלאר געזאגט איך וויל נאר רעדן מיטן רבי'ן בכבודו ובעצמו, און עפעס אנדערש וועל איך נישט אנקוקן!"
שטאטס דעהם איז ראזענוואסער א נייס גיי און יושר'דיג, און געזאגט אז ער גייט גוט דורכשטודירן מיט ישוב הדעת יעדען איינציגן דאקומענט און עפידעוויט, און נעמען אין באטראכט יעדע איינציגע באווייז.
נאך מער, ער האט אפי' צוגעגעבן אז ער וויל נאך! ביז JAN 25 דאס מיינט ער וויל אז יעדע עדות אדער באווייזן וואס האבן א שייכות צו דעם סיכסוך וואס איז נאר דא עוועלעבל, זאלן אריינגעגעבן ווערן איידער ער גיבט ארויס זיין פסק.
ער וויל נישט מ'זאל נאכדעם זאגן אז ער האט נישט געזעהן אלעס,
וועגן דעם זאגט ער, "איך וויל זעהן אלעס".
יעצט ווי איך האב שוין פריער געשריבן, ראזענוואסער האלט זיך פעסט ביי די זייניגע, אז די "פאקט" צו דער רבי האט ארויסגעווארפן בערל פר"מ, גייט סאלוון די עצם קעיס איבערן ביה"ח (פארוואס? פרעג מיך נישט, דאס האלט ער און איין זאגן) איז פשוט שכל'דיג, צו טוישן די קעיס פאר א "סאמערי דשאדשמענט" און גענצליך זיך קאנצעטרירן איבער בלויז דעם פאקט.
אדרבא, ליינטס דעם בריוו, ער זאגט קלאר
in light of the exhaustive nature of the submitted papers and the fact that the papers are largely supported by affirmations, affidavits and other documents of an evidentiary character
נו, פון וועלעכע פאפירן רעדט ער דא? קלאר פון די פאפירן וואס מ'האט אריינגעגעבן נאך NOV 30,
זאגט ער דאך אז פון די פאפירן גייט ער מאכן א סאמערי דשאדשמענט.
|
|
|
|
|