| נשלח ב-20/1/2006 09:19 |
|
| |
המבייש פני חבירו ברבים...
אפאר טאג צוריק האט איינער ארויף געלייגט אהער א בילד פון א איד א שומר תורה ומצוות אויף א געוויסע ליצנות אופן, די מנהלים פון דא האבען דאס אפגעמעקט בערך א טאג שפעטער, היינט צוטאג איז דא טויזנטע קאפיס דערפון, (מ'האלט מיר אין איין שיקען אין מיין אי-מעיל דער בילד).
דערמיט וויל איך מעורר זיין אז לעתיד זאל מען טראכטן פאר מ'קליקט דעם "שלח הודעה" צו די הודעה איז אויסגעהאלטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2006 18:01 |
|
| |
אין מיינע אויגן איז עס געווען פשוט בבחינת ליצנותא דע"ז.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2006 18:40 |
|
| |
דער שומר תורה ומצות מאכט פון אונזערע קינדער א חורבן.
לעתיד וואלט ער אויך געדארפט טראכטן וואס ער טוט.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2006 19:29 |
|
| |
ביי שלש-סעודות די וואך, ער איך ווי די מברך זאגט הויך, רבותי מיר ווילן...
א צאל בחורים און אינגעלייט קאטשען זיך פאר געלעכטער, און זינגן הונטער, רבותי... מיר...
מיט נאך אזוינע בית-כסא בילדר וועט מען אים מסדר זיין כהלכה..
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2006 20:46 |
|
| |
כורמיזא האט נאר געוואלט מעורר זיין, נישט אז מען זאל מאכן ליצנות
|
|
|
|
| נשלח ב-23/1/2006 18:00 |
|
| |
תיקון הלשון, וזה לשון המשנה:
"המלבין" פני חבירו ברבים, אין לו וכו'
וזה לשון הגמרא:
מוטב שיפיל עצמו לתוך כבשן האש ואל "ילבין" פני וכו'
|
|
|
|
| נשלח ב-23/1/2006 22:11 |
|
| |
ביי אזא פארשוין וואס איז אינו עושה מעשה עמך איז נישטא קיין איסור פון לה"ר
כ'זאג נישט אז ס'איז א מצוה
ס'איז ויגזול את החנית מיד המצרי, הוא בא עלינו בליצנות מכל הקדוש האט איינער געמאכט ליצנות פון איהם
על דאטפת
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2006 01:54 |
|
| |
נבוכדנצר: כשמך כן הוא!
ווער האט דיר ממנה געווען צי מאכן א חילוק אז פין עם מעג מען יא חוזק מאכן צי נישט, סאיז די אייבישטערס דאגה נישט דיינס,
די חפץ חיים האט נישט געמאכט א חילוק אזוי צי אזוי, כולא עלמא לא פליג אז לה"ר טאר מען נישט רעדן אויף קיינעם
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2006 03:36 |
|
| |
אבער אביסל ליצנותא דע"ז קען אים גאנץ גוט צונוצקומען, דעם לץ וואס מאכט חוזק פון אלעם הייליג, און שטעכט אריין א מעסער )אפילו אויב דאס איז אפשר נישט זיין כוונה( אין די חינוך פון אונזערע הייליגע שעפעלעך.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2006 07:37 |
|
| |
באבע צירל,
מ'זעהט אז די האסט נישט געלערנט קיין חפץ חיים, ווייל ער מאכט שוין גאר א גרויסן חילוק, נאך מער, ער זאגט אז ס'איז דא אזעלעכע וואס ס'איז א מצוה אויף זיי צו רעדן לשון הרע, וזה לשונו "מצוה לגנותם ולבזותם בין בפניהם ובין שלא בפניהם"
ביי דע וועי, פון וועם איז געווען די פיקטשער?
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2006 17:46 |
|
| |
i dont have hebrew on this computer
but wiche picture are you talking about?
|
|
|
|
|