|
|
| נשלח ב-26/1/2006 02:36 |
|
| |
די חפץ חיים רעדט ווען איינער איז עובר אן עבירה.
עס שמעקט מיר אויך נישט זיין סטייל נגינה, ווייל איך בין ציגעווינט צי די סארט וואס מיין זיידע האט געזינגען, אין אזוי האבן אויך געזינגען די גוים פון יענע מדינה (סאלא קאקש איז נישט ראק-ענד-ראל). פאר די ספרדים למשל גרוילט צי הערן מיין סטייל. אויב מיין זון זאל זיך פארליבן אין פאר-איסט סארט נגינה דארפ איך עס נישט נעמען צים הארץ.
איך בין מודה אז דאס גיין זוכן גליקן אין א פרעמדע קאלטאר קימט געוונדלך פון פילן ליידיק אין אים ציפרידן ביי זיך, און מיינען אז די גראז איז גרינער אויף די אנדערע זייט. בכלל האט ער נישט געקענט האבן א היימישע רעבן וואס זאל אים אויסלערנען די גאנג. (אין איך וויל עם נישט חושד זיין אז ער האט אויך געהאט א רעבצען זיך צוצוהערען)
די הויפט סכנה וואס איך זעע מיט עם איז, דאס וואס די יאגענעט מאכט פון אים אין פון זיינס גלייכן א STAR. און די אסורים וואס מעגעט ארויס הייבט עם נאר אלס מיים גנובים, ווען מעזאל ווען זונגען אוף די שטייגער ביים סקווערע טיש איז ער אויס יחסן. (ביז ער וועט זיך נעמען זינגען די סקלענע כי לה' )
פין מיין שטנטפאנקט קוקט אויס די סארט נגינה ווילד און צולאזט, אבער דאס קען זיין איז נאר מיין פראסעפשן, ווייל איך האב עס אייביק נאר געהערט קומען פון א רויטע ספארטס קאר וואס האט געמאכט א שארטצסטאפ.
ווידער זיין ליריקס בין איך נישט אזוי באקאנט אויב דאס איז ליצנות מכל הקדוש לנו, אפשר וועט איינער ברענגן א ביישפיל.
תוקן על ידי - findodort - 26/01/2006 2:58:30
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/1/2006 05:44 |
|
| |
מצורף קובץלאמיר טרייען ארויפצילייגען א פיקטשער וואס מיין חבר האט געמאכט לכבוד ליפא

|
|
|
|
| נשלח ב-26/1/2006 05:54 |
|
| |
ביי געשמאקע ידען האט מען נישט א ביגער דען לייוו פרעסאנא נאר ווייל מעהאט זוך אנגעהערט מיט אסך ספאנישע מאזיק.
קוק נאר ווי נעבעכדיק די קליינע נאכשלעפערס קוקען אויס
תוקן על ידי - findodort - 26/01/2006 5:54:57
|
|
|
|
| נשלח ב-26/1/2006 09:23 |
|
| |
נבוכדנצר, איך האלט מיט רוב זאכען ווי די שרייבסט דא, (ביי מיר אין שטוב הערט מען נישט זיינע טעיפס חוץ לעילא ולעילא), איך האלט אבער נישט אז ער גייט אריין אין די גדר פון א בעל-עבירה וואס מ'מעג מבייש זיין ברבים.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-26/1/2006 18:29 |
|
| |
מצורף קובץכ'האב נישט געשריבן אז ליפא איז א בעל עבירה, כ'האב געשריבן אז ער איז א ליצן, און כ'האב פרובירט ברענגען דריי בלעטער פון שמירת הלשון וואס דער חפץ חיים שרייבט איבער ליצנים
בימים ההם אין רוסלאנד איז געווען דער ענין פון קאמאדיע, בערך וואס ליפא טוט, נישט ליצנות אויפן פרעכן אופן, נאר אויפן נבל ברשות התורה אופן, "רבותי מיר ווילן בענטשן" "א כפרה" וכו' וכו' וואס ב"ה איך ווייס נישט
כ'בין געווען אפאר וואכן צוריק מיט מיין קאר אין א באדי שאפ, כ'בין אריין אינווייניג הער איך די ספאנישע מוזיק זייער זייער "באקאנט", ס'איז געווען די אלע סארט ניגונים וואס די חברה האבן אריינגעברענגט ביי אונז
די אלטע אויסגעדראשענע טענה פון קאלובער סאל א קאקאש וכו' איז נאריש ווייל בימים ההם האבן אידן נישט געלעבט מיט די גויים האנט ביי האנט ווי היינט, ממילא האבן די פרומסטו שטובער גערעדט אונגאריש און אפילו געזונגען זייערע לידער
היינט ווען די אידן וואוינען אזוי נאהנט מיט די גויים איז יעדע זאך וואס איז מקרב את הלב צו זיי איז א סכנה עצומה פאר די יוגנט והיינו טעמא דליפא והיינו טעמא דאידיש וואס לעצטנס איז געווארן א עסק אז "ענגליש" איז טריפה, ס'איז אין א געוויסן זין ערגער ווי אמאל נישט ווייל ענגליש איז מער טריפה ווי פויליש אונגאריש רוסיש ספאניש נאר ווייל מען מוז אויף עפעס אן אופן אפטיילן די קינדער פון די גויאישע גאס
איך פרוביר נאכמאל

 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/1/2006 19:00 |
|
| |
כהאב מיר נאך האלבוועגס איינגערעדט אז די רעדסט דברים של טעם, ביז די ביסט געקומען מיט "היינו טעמא דאידיש"
אגב, אפשר קען מיר אייער מסביר זיין וויאזוי פונקטליך איז ליפא א ליצן? וויאזוי מאכט ער ליצנות פון אידישקייט? וויאזוי ווערט
מען א נבל ברשות התורה דורך זינגען "רבותי" און "א כפרה"?
לשיטתך איז אברהם פריד א ליצן ווייל ער זינגט "מי מה"... שוועקי א נבל ווייל ער זינגט "בן בג בג".. און אפשר מרדכי בן דוד א
חב"דסקער ווייל ער זינגט "משיח"...
(אנטשולדיגט, כהאב מורא אז כבין יעצט אפיציעל געווארן א לץ און א נבל ברשות התורה ר"ל)
|
|
|
|
| נשלח ב-26/1/2006 19:59 |
|
| |
קודם באפאלט מיר א באבע, נאכדעם אטאקירט מיר א זיידע,
איהר זענט ביידע גערעכט
|
|
|
|
| נשלח ב-26/1/2006 20:19 |
|
| |
אגב זיידעלע, דאס וואס כ'האב געשריבן ועגן אידיש, האב איך געזעהן לא עלינו ולא עליכם אין איינע פון די לעצטע Hamodia צייטונגען, דוכט זיך די daily זיי האבן גערופן אידיש The language of the diaspora זיי שרייבן אז עס איז געווארן א ערוועקונג ביים פרומען עולם פאר Yiddish זייער אסאך נישט חסידישע שיקן קינדער אין Yiddish Speaking קענסט האבן טענות אויך אויף זיי
כ'האב אמאל געפרעגט א משפחה מיינער פארוואס ער שיקט אין ווין און צי אידיש שטערט אים נישט זאגט ער שטערן?! איך האב געלערנט אין תורה ודעת אויף אידיש איך רעד טאקע ענגליש אבער אידיש איז א אידישע סימבאל
סתם רעדן און רעדן בלי טעם - איז נישט
נבל ברשות התורה איז א זאך אויף וואס מען קען נישט אנצייגן אז עס איז אסור אבער עס איז מער ווי איסור, נאכדערצו זאכן וועלכע ברעכן אונטער דעם גאנצן חינוך
אויב איינער שערט די בארד איז ער ביי דיר א צדיק אדער א צדיק'ל? וואו איז דער איסור צו שערן די בארד? וואו איז דער איסור צו גיין מיט א "קליין" קאפל? און פאות מיט ציצית דארף מען סתם אזוי נישט האבן, איך מוז נישט טון אלע "ענינים" פון דעם רבי'ן און יענעם צדיק, איך רעד שוין נישט אז חלב עכו"ם און בישול עכו"ם זענען שוין עבר ושנה מיט א היתר פון טאקע גרויסע גדולי הרבנים,
גיי דיר ווייטער דיין וועג, וועלן מיר זעהן ווער עס וועט געווינען די Race
דער מהר"ם שיק האט נישט געגעסן קניידלעך פסח, מען האט איהם געפרעגט, ס'טייטשט! דער רבי דער הייליגער חתם סופר האט געגעסן, פארוואס עסטו נישט? זאגט ער, דער רבי האט טאקע געגעסן, איך קוק זיך אבער ווער עס עסט היינט יא, און ווער נישט, דאס מאכט מיר באשלוסן
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/1/2006 01:45 |
|
| |
די אלטע אויסגעדראשענע טענה פון קאלובער סאל א קאקאש וכו' איז נאריש ווייל בימים ההם האבן אידן נישט גלעבט מיט די גויים האנט ביי האנט ווי היינט, ממילא האבן די פרומסטו שטובער גערעדט אונגאריש און אפילו געזונגען זייערע לידער
איך האב בכלל נישט גערעד פון זינגען לידער פון די גויים, (דאס קען נאר א צדיק מחליט זיין, אין איז אפשר העכערע זאכן) איך האב געשריבן אז די סטייל פין די לידער איז געווען שטארק ענדליך ווי די פין די גויים, אין א באוואז פין סאלא קאקש וואס איז און שורש א גויאישער טאן, אין איז נישט קיין ד'שעס (איך קען נישט קיין אנדערע גויאישע נגינים פון דערהיים. סארי)
די סברה וואס די שרייבסט אז בימים ההם האבן אידן אין די קרעטשמע נישט גלעבט מיט די פויערן האנט ביי האנט ווי היינט, איז א אינטערסאנטע טעאריע, איז דאס דיין אייגענע?
תוקן על ידי - findodort - 27/01/2006 1:48:53
|
|
|
|
| נשלח ב-27/1/2006 02:28 |
|
| |
I didn't want to mix myself in this conversation; I just feel the people who are judging him are the people who have to be judged.
He has a talent and he has the right to use it, even though if you don't like it and it's not your standard you have a choice not to look or listen to it.
Believe me the Internet is worse from his songs, if you are sitting and writing that means you have access to the Internet, first take care of your problems and then try to take care of someone else's.
What I'm writing now I didn't see I just herd that the person what we're talking about is almost every day in Manhattan in the hospital going to sick patients and using his talent to make them happy, he sings and dances to them, doctors say that after he leaves from the room the pulse from the patients go up.
This is a good person and no one has a right to talk on him and if you feel he is a bad person or does bad things to us and our children, I would like to login remotely to your computer and see your history, and discuss it in public, and if everything is OK then talk.
(Even though that you delete all your history files I could still check them out.)
And if you are jealous on him that's tuff luck to you.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/1/2006 16:16 |
|
| |
איך ווייס יא פאר א פאקט אז ער גייט אין שפיטעלר און איז אסך עוסק אין חסד, זאל עם די אייבישטער באצאלען אין ער זאל נישט וויסן פון קיין צער זיין גאנץ לעבען.
איך בין אויך מודה אז ער האט טעלאנט, און קיינער צווינגט נישט קיינעם צי הערן זיינע סחורה. (און קען זיין אז קיינער האט נישט די רעכט צו זאגן וואס ער קען אין וואס ער קען נישט זינגען, אזוי לאנג ווי עס איז אויסגעהאלטן ע"פ תורה.)
די אישא איז אבער וואספארא עפעקט לאזט דאס איבער אויף אינזער קינדער, אין ניין זיי קענען נאך נישט מאכן קיין דעסישען אין מיר קענען נישט און ווילן נישט זיי נאכלויפן 24 שעה. פארשטיי גוט, דע אישא איז אויך נישט אזויווייט צו זיי הערן די אדער יענע קאסעט, פון די אדער פון יענע זינגער, אדער ווי א גרויסע צדיק די אדער יענע זינגער איז
(די קענסט אליין אויספיגרען, אין מיר מיזען עם נישט ד'זאדזען, אז זיך לערנען די סטייל, מיז מען אסך קריכן אין די בלאטע, אין איז פארבינדן מיט אסך הארבע איסורים, און איך פארשטיי נישט ווי אזוי איינער שעמעט זיך נישט ארויסקימען מיט א טעף און זאגן פאר די גאנצע וועלט אז קול באישה און ניבול פה, -זיי זינגן נישט ע"פ רוב פון א כפרה- איז בא מיר א עבר ושנה, I would like to login remotely to his computer אבער ווי געזאגט, דאס איז זיין פראבלעם)
די שאלה איז אבער יא וואספארא השפעה דאס לאזט איבער אויף די געדאנקען גאנג פון אינזער קונדער און אויף זייער חבירים, און איך האב מורא אז ס'איז נישט קיין פאזעטיווער.
די ריזען אז Y123 איז איבעצייקט אז די האסט א סקעלעטן און דיין קלאזעט, און ער איז זיכער א גאד מען איז א דאנק די שוואכקייט וואס די קאלטאר האט צו א סטאר, אין דאס איז א ריין גויאישע דערהער.
תוקן על ידי - findodort - 27/01/2006 16:29:00
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/1/2006 16:35 |
|
| |
הנני לחזק ידי פוןדאאוןדארט.
אה"נ ליפא טוט אסאך חסד אין שפיטעלער (בעיני ראיתי ווי ער האט דערפרייט א חולה בדרך יוצא מן הכלל) ואין הקב"ה מקפח שכר כל בריה, אבער דאס האט נישט קיין קשר צום הרס וואס ער מאכט אהן מיט זיינע טעיפס. די טעיפס זענען זייער פראסט און קינדער זינגען נאך און קוקען ארויף צו איהם. ער איז נישט א פיגור וואס אונזערע קינדער דארפען אויף איהם ארויפקוקען.
לגבי מאכען ליצנות'דיגער בילדער פון איהם זאל דער וואס וויל עס טוהן פרעגן א שאלת חכם, ווי ביי יעדער ספק.
|
|
|
|
|