|
|
| נשלח ב-20/1/2006 19:41 |
|
| |
איך געדענק נאך ווען די זאליס האבן געשריגן אזוי פאריאר ווען ר' זלמן האט געכאפט קנאקעדיגע געבראטענע אייער אין בני ברק.
די רב דארף נאך האבן די שירעם פון דעמאלטס...
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2006 19:54 |
|
| |
וואס מיינען ענק, סוועט נישט אמאל אהיימקומען? היינט מארגן איבערמארגן אבער סוועט אנקומען.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2006 22:37 |
|
| |
הרה"ח הנגיד המפואר ר' דוד קאהאן נ"י זאגט פאר א ידיד זיינעם אז ער לייגט אוועק די סוט וואס איז באשפריצט מיט קעטשאפ אלץ א זכר צו די ישועה פין הצלת סאטמאר מידי ר' ארון טייטלבוים. ווען ער קוקט דאס אן דערמאנט דאס עם פין וואס השי"ת האט אונץ מציל געווען מיטן אוועקנעמען סאטמאר פין דעם מטורף מיטן גרויסן מויל אין קליינעם קאפ ר' ארון טייטלבוים!
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2006 08:40 |
|
| |
דשאוק פונעם יאר תשס"ו די הנהלה פין די יוניווערסיטי האט געשיקט בלומען מיט בערך 200.00 $ אלץ א פיוס...
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2006 19:18 |
|
| |
איז די מעשה בכלל אמת, אדער יעדער זאגט דא נאך איין זאלי וואס האט עס געשריבען???
בכלל איך קען גיט דעם דוד קאהן, ער גיט נישט קיין 500.000 דאלער פאר ז"ל
ווייל מען האט געווארפן קעטשאפ מיט אייער
לכאורה פינקט ווי די צווייטע האלבע מעשה איז נישט אמת
איז די ערשטע האלב מעשה אויך נישט אמת
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2006 22:58 |
|
| |
מענטשן זאגן אז ר' זלמן לייב האט זיך באקלאגט, אז א שאד ער האט נישט געהאט אביסל "פרענטש פריי", אזוי וואלט ער כאטש געקענט א טינק טאן מיט די קעטשאפ.
תוקן על ידי - wassa_dif - 23/01/2006 3:34:25
|
|
|
|
| נשלח ב-23/1/2006 01:59 |
|
| |
איינער ווייסט אפשר וואס גייט פאר לעצטנס מיט די אהרונים, אז זיי האבן זיך צוריקגענומען צו שלאגן און טעראריזירן?
זיי זעען שוין דעם סוף פאר די אויגן?
הלואי.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/1/2006 02:43 |
|
| |
בחורים האבן געשריגן בערך 20 מינוט זלמן מסור הולך בערכאות טשיף ראביי
אין עס איז געווארען א צאמלויפעניש אין ליפא קרויס האט זיך גענומען כאפן בילדער האבן אים בחורים בעווארפן אין בטעות האט אביסל קעטשאף אנגערירט ר' דוד קאהאנס זוהן דאס איז געווען ,
ר' דוד איז א פארשטענדליך אידל אין ער האט אויך געזאגט ווען עטליכע מחוצפים פין צעהליםע ישיבה האבן געשריגן אויפן רב מוצאי שבת . האט ר' דוד אנגערופען בעטן מחילה ווייל עס איז פארגעקומען ביי אים אין שול ער האט געזאגט בזה הלשון:
מען קען נישט בלעמען בחורים מיט גארנישט מען קען זיך מיט זיי קיינמאל נישט אויסרעכען אין ער פארשטייט דאס ..
די זאליס וואלטן ווען געקענט ביישטיין אז ער זאל זיי געבן געלט דערפאר.......
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/1/2006 03:01 |
|
| |
איך הער אז ר' זלמן לייב האט אוועקגעלייגט זיין קעטשאפ הוט, און ער זאגט אז ער גייט עס טראגן צו רויזענוואסער...
א צווייטער זאגט מיר אז ר' זלמן לייב גייט זיך יעצט ריפן "קעטשפאפ" ראביי, און מער נישט טשיף ראביי...
|
|
|
|
| נשלח ב-23/1/2006 03:16 |
|
| |
אין קאר האט זיךר' זלמן לייב געשעמט פין שמואל טייטלבוים וואס האט געלאכט פין די קעטשאפ וואס האט געטראפט פין זיין נאז אז אינדערהיים האט מען אויך געווארפען אויף תלמידי חכמים קעטשאפ
אין ער האט געגעבן אזא קרעכטץ איך האף עס האט געהאט א גיטע הכשר
תוקן על ידי - wassa_dif - 23/01/2006 3:36:04
|
|
|
|
| נשלח ב-23/1/2006 17:15 |
|
| |
סעדער:
ווי איך הער איז דער מנהל דער נייפעסטער רב שליט"א אריבער געגאנגען מיט די 2 בחורים וועלכע האבן געווארפן צו ר' זלמן לייב און צו ר' דוד און זיי האבן אים שיין איבערגעבעטן און פארשטייט זיך אז דער "גוטער רב" האט גלייך מוחל געווען ושלום על ישראל
הלוואי זאלן זיך אלע פרשיות אזוי שנעל ענדיגן
|
|
|
|
| נשלח ב-23/1/2006 17:20 |
|
| |
אנטווערפן, וואס איז געווארן מיט די שירעם? האסט עס נאך?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/1/2006 20:05 |
|
| |
פרייטאג צופרי זענען די בחורים פון קרן התורה שאקירט געווארן ווען זיי זענען אנגעקומען פארטאגס, זענען די שלעסער געווען פארשטפט און די ווענט אנגעשפריצט מיט קעטשאפ און מיט ספרעי, מיט די ערגסטע לשונות של גנאי, וואס די קווינס בחורים האבן אפגעטאן באנאכט.
אויך האבן די קווינס בחורים געטאן דאס זעלבע פאר די געשפעט פון ר' דוד קאהן אין אים אנגעמאכט אבאך געלט שאדן.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2006 00:36 |
|
| |
כל העולם, איך בין נישט באזארגט, דער גאלדמאן וועט גייט זייער שנעל אין גראס'ס כולל...
פאר קלענערע חוצפות ווי דעם האט ר' אהרן געווארפן איינגעשטעלטע.
|
|
|
|
|