לב טהור 4
די סאונד, די מוזיק, די קוואליטי, די פראפעשנעליזם, דאס אלעס צוזאמען האט ערווארבען פאר "לב טהור" דעם אויסערגעווענליכן גיטען נאמען מיט וואס זיי זענען היינט איבעראל באקאנט, און אויסהערנדיג זייער נייע טעיפ לב טהור 4 מוז מען מסכים זיין אז זיי פארדינען דאס ערליך
לב טהור איז א גרופע פון דריי (מער מאדערנע) חברה מיט א געוואלדיגען חוש צו מוזיק ובעיקר טיפע טאשן וואס ערלויבט זיי צו ספענדן וויפיל סלאזט זיך כדי צו באקומען די מאקסימום קוואליטי וואס זיי זוכן, אנדערש ווי רוב אידישע זינגערס זענען זיי ממש געלערנט אין מוזיק און מדערקענט דאס אויף טריט און שריט
פערזענליך האב כשטארק הנאה געהאט פון זייערע פריערדיגע טעיפס און כהאף בקרוב אפצושרייבן א שטיקל אנאליז אויפן נייעם טעיפ, סאיז רעקאמאנדירט פאר ווער סהאט ליב די סארט סטייל אמתע מוזיק, מאדערן און רואיג מיט עכט פראפעשנל קוואליטי
דא איז א לינק צו זייער סייט:
http://www.levtahor.com
|
|