בית פורומים כל העולם כולו

דיין אטאקירט און ראדני זונטאג נאכמיטאג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/1/2006 02:57 לינק ישיר 
דיין אטאקירט און ראדני זונטאג נאכמיטאג

זונטאג נאך דריי אזייגער איז אריינגעקומען ר' מאיר מאיעס שליט"א דיין דקהל מחזיקי הדת בעלזא וויליאמסבורג אין ביהמ"ד קהל ייטב לב ד'סאטמאר ראדני סט. דאווענען מנחה.

ר' פנחס מאיעס שליט"א איז פון די דריי דיינים וואס זענען מעיד אז זיי האבען געזעהן דעם עירוב

אינמיטען שטילע שמו"ע איז צוגעגאנגען א בחור פון די בארימטע קווינס ישיבה, און אנגעהויבען אויף אים שרייען. און זיינע דברי חירוף האט ער געשריגען צווישען אנדערע ניבול פה: שייגעץ גיי ארויס פון דא. דער דיןן הרב מאיעס האט ממשיך געווען בתפלתו.

נאכען ענדיגען חזרת הש"ץ האט זיך געוואנדען דער בעל תפלה א עלטערער איד צום בחור: ווער איז דער איד וואס די האסט געשריגען אזוי מיאוס איויף אים? געמיינט האט ער אז עס האנדעלט זיך דא פון וועלט'ס שייגעץ. ענטפערט אים דער בחור ער רןפט זיך מאיר מאיעס און ער האט מתיר געווען דעם עירוב(ר"ל). זאגט אים דער איד - איך פארשטיי נישט, דער איד איז דאך א דיין א ת"ח ווי קומט צו א בחור צו שרייען אזוי אויף א דיין? - ער מיינט אז ער איז א דיין- ענטפערט דער בחור-.

דער איד קוקט זיך צו אומגלייבענדיג און פארוויטאגט רופט ער זיך אהן צו די אידען ארום: איך מיז קאלען ר' זלמן לייב און אים פארציילען.

יא! מען מוז. מען מיז אים קאלען און פארציילען צו איז דאס א דרך אין חינוך אז א בחור קען נאכשרייען רבנים?
א רב וואס גיבט אזא חינוך דארף גערופען ווערן לדין. וואס הייסט די טרענירסט חיות?(אפגעזעהן פון דעם צו ער וואלט יא געדארפט מאכען א עירוב צו נישט)

אבער א רב וואס קען זיך אויפשטעלן אין מערטיל און זאגען- א עירוב איז דאך נישט דא, די גאנצע שאלה איז נאר צו מען מעג טראגען שבת אן א עירוב אדער נישט -. דער האט געגעבן דעם פארוועג און דער אריינפיר צו אזא התנהגות.
חוזק צומאכען פון א גדול וואס איז פערציג יאר עלטער פון אים?

שמעתי מעד ראי'.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/1/2006 04:06 לינק ישיר 

פאר 20 יאר צוריק ווער ס'געדענקט נאך אויב איז א דיין פון בעלזא אריינגעקומען אין א סאטמערע ביהמ"ד בכלל איז ער ארויסגעפלויגן פון דארט נאך פאר איינער האט געקענט שרייען אויף אים
די חילוק איז נאר אז קווינסער בחור שרייט וועגען עירוב
איך מיין וואס האט קווינס מיט סאטמאר?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/1/2006 05:43 לינק ישיר 

אינמיטען זומער - ווען עס איז געהאנגען אין ראדני ביהמ"ד גרויסע פלאקאטען קעגן קרית יואל'ער רב מיט די ווערטער הר' אהרן, און פלאקאטען אז עס גייט זיין א פראטעסט קעגו איבער זיין הויז -, האב איך געפרעגט א אינגערמאן -איך בעט דיך, איז דאס נישט איבערגעטריבען די גבולות? ענפערט ער מיר - וואס הייסט ער גייט אין קארט.

דער פראטעסט האט זיך נישט אויסגעארבעט ווי עס קוקט אויס וועגן טעכנישע סיבות, וועגן מורא פאר א דורכפאל פונעם השתתפות הציבור, אדער וועגן א פערמיט. אבער נישט מתוך הכרה פון די אנדרייער אז עס וועט ברענגען צו א הירוס הדת, החינוך, און די גאנצע ציוויליזאציע.

אפשר קען איינער ענטפערן וואס וואלט געווען נאך אזא פראטעסט?

מארגען מאכען די ארונים א פראטעסט ביי ר' זלמן לייב'ס שטוב, איבערמארגען די זאלונים ביי ר' געציל בערקאוויטש שליט"א, און א טאג דערויף די ארונים ביי דעם דיין ר' ישראל חיים מנשה פרידמאן שליט"א, און פארטיג. פון דעם טאג און וויטער ווען א דיין וועט זאגען עפעס וואס כאטש וואסא גרופע וועט נישט שמעקן וועט מען פראטעסטירען.

ותורה מה תהא עליה?

אבער אזוי קוקט אויס א חינוך וואס שמעקט און איז מתגעגע פאר נצחון. אהן קיין ברייטערע בליק וואס א עפעקט דאס וועט האבען אויפן גאנצען כלל. און אזוי קוקט אויס א חינוך וואס ראדיקאלען האבען זיך אויף דעם משתלט געווען, און זיך איינגעפלאנצט דערין שטארקע ווארצלען, אהן האבען א פינטעלע אחריות אויפען אייבישטער'ס נחלה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דיין אטאקירט און ראדני זונטאג נאכמיטאג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext