= איש את רעהו יעזורי- זיך העלפן איינער דעם צווייטען =
איך עפן די אשכול, איך האלט אז מיט די צייט וועלן אסאך מענטשן הנאה האבן דערפין
עס איז דא א געוואלד מיט זאכן וואס קימט אינטער פאר א מענטש צי טיען, וואס ווען ער ווייסט ווען ווי אזוי מען טיט עס וואלט ער זיך געקענט שפארן אסאך צייט, געלט, אין כח, ער ווייסט אבער נישט ווי אזוי מעו טיט עס, איך וועל גיבען עטליכע משלים,אבער הכלל כילו יצא
למשל, אינסטאלן א שבת שלאס,טעלפאון דשעק,שבת זייגער, פאלערסן פיקטשער, טוישן א אויסגעברענטע באלב פין א קאר,פיקסן א פלעט טייער,ניצן קעבעליס,אינסטאלן א טשילאר,אינסטאלן א פען, וכדומה וכדומה וכדומה
עס זענענן דא מענטשן וואס זענענן באהאווענט מיט די אלע זאכן פינקטליך ווי אזוי מען טיט עס, אין קענענן באשטיין עס מסביר צי זיין פאר א צווייטען
דא וועט זיין א פלאטץ ווי מען וועט טיען חסד איינער מיטן צווייטען, איך האלט אז אויב עס ארבעט זיך אויס וועלן אסאך מענטשן הנאה דערפין
די עיקר סיבה פארוואס איך עפן עס איז ווייל כ'האב געדארפט נעכטן באקימען א בוסט פאר מיין קאר, מיין שכן האט געהאט קעבעליס אבער ער האט נישט געוויסט ווי אזוי מען ניצט עס, אין איך האב אויך נישט געוויסט, מילא האבן מיר עס נישט געקענט ניצען,
אפשר וואלט מיר איינער דא געוואלט מסביר זיין ווי אזוי מען ניצט עס, על כל צרה שלא תבוא {כ'האב היינט געקויפט די קעבעליס אין וואל מארט עס קאסט נישט מער ווי 6 דאלער, אשאד עס נישט צי האבן אין די קאר, אויב מען וועט עס אמאל דארפן}
תוקן על ידי - שלום_משה - 26/01/2006 0:12:42
 |
|
|