בית פורומים כל העולם כולו

מלחמת הזאליס נגד ועד הכשרות!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/1/2006 20:30 לינק ישיר 
מלחמת הזאליס נגד ועד הכשרות!



מיט א געמיינע מלחמה זענען די זאליס ארויס קעגן די ועד הכשרות פון התאחדות הרבנים, די זאליס פלאנען בקרוב נאך מער צו פארשארפען די מלחמה, גענוי אזוי ווי דער ליבאוויטשער רבי איז ארויס קעגן זיי אין די מ' יארן ווען ער האט זיך געשלאגען מיט סאטמאר, און התאחדות האט נישט געטאן וואס ער האט געוואלט.


די מלחמה האט ר' זלמן לייב ערקלערט פאריגע וואך דאנערשטאג ווען ער האט אנגערופן הגה"צ ר' הילל וויינבערגער שליט"א דומ"ץ נייטרא, און ער האט אים געזאגט אז אזוי ווי די התאחדות איז ארויסגעקומען קעגן מיין גרעסטער שטיצער מ. ש. זופניק, ממילא גיי איך עפענען א ועד הכשרות אינעם בי"ד סאטמאר און אליין אנהויבען צו געבן הכשרים.


ר' הילל האט אים געזאגט אז די תורה הקדושה פירט אונז און אז א איד איז א מסור ומסרב לדין טוט מען וואס די תורה הק' הייסט, און נישט אז מען גיט אים קבלת שבת וכו', ר' זלמן לייב האט זיך מתחצף געווען צו אים אויף א געמיינעם אופן. ר' הלל האט אים געזאגט צום סוף אז שב"ק וועט ער זיין אין ווילי, און ער וועט רעדן מיט אים פנים אל פנים דערוועגן מוצשב"ק.


אויף שב"ק איז הגה"צ ר' הילל געווען אין ווילי און ער האט געדאווענט אין ראדני צוליב א שמחה, פרייטאג פארן זמן האבן די זאליס אויפגעהאנגען ריזיגע פאלאקאטן מיט מעכטיגע ריזיגע שרייעדיגע אותיות מיט א נייע לעדער העט פון "ועד הכשרות שע"י בדי"ץ דקהל יטב לב" ווי זיי מעלדען אז אזוי ווי אין די ווילי גראסריס פארקויפט מען לעצטענס זאכן מיט די הכשר פון ראבינאט זאל מען עס נישט קויפן....


עס האט נישט געהאט קיין הענט אין קיין פיס די גאנצע צעטעל, יעדער ווייסט אז מען קויפט נישט ראבינאט, דאס איז נאר געווען וויי צו טאן ר' הלל וואס האט געדאווענט דארט שבת.


די יהדות החרדית, און די תלמידי וחסידי סאטמאר לאכן זיך אויס פון די זאלי מלמחמה קעגן די ועד הכשרות דהתאחדות הרבנים, די זאליס וועלן אי"ה עס נישט קענען בייקומען, זייער ועד הכשרות וועט האבן אזא פורים פנים ווי זייער בי"ד און ראב"ד וואס אויזער א פארשטויבטע סיין אויף קיעפ סט. און אפאר פאשקאווילען האבן זיי נישט.





דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2006 20:42 לינק ישיר 

קאל אן אלטר משה גאלדבערגער און זאג אים, ער וועט זיך מחי' זיין.

אפשר קען מען עפענען א ועד הכשרות דורך משפט שלום ? דארט קען מען דאך אויך מאכן געלט ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/1/2006 17:29 לינק ישיר 

עס פאטט נישט מען זאל דאס טוהן פאר ר' הלל. ער האט דאך פוער פיו געווען חול המועד פסח אקעגן ר' פישעלע הערשקאוויטש שליט"א - און שיעור נישט געכאפט אין קאפ אריין פון אלע ערנסטע רבנים - אלעס כדי צוגעווינען צוטרוי ביי ר' זלמן לייב, און יעצט וועט מען מיט אים זיך קריגען?.. צו וועט ער יעצט מכריז זיין אז דער גאנצער וועד הכשרות איז מילעך קעסטלעך?... ווער ווייסט; פון די חברה קען אלעס אויסשטיין...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/1/2006 17:39 לינק ישיר 

טיפיקעל אהרונישע ליגנערס. די וואך איז געווען א שבע ברכות פאר הגה"צ ר' הילל שליט"א דורך ועד משמרת השבת וואו די רב שליט"א האט זיך באטייליגט און גערעדט א שיינע דרשה און סאיז געווען א שיינע עולם, אלעס נאר היימישע סאטמערע מענטשן. אויך ר' הילל האט גערעט און ארויסגעברענגט זיין נאנטשאפט מיטן רב שליט"א, אבי מקען ענק פארקויפן א מעשה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/1/2006 17:41 לינק ישיר 

אה! אלזא דער שבע ברכות איז געווען א באלוינונג פאר די דברי טינוף זיינע?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/1/2006 17:52 לינק ישיר 

זאלן זייך שלאגן אין רייסען ביי די קעפ,

אבי  נישט צווישען אידן תוקן על ידי - שלום_משה - 27/01/2006 17:51:12



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מלחמת הזאליס נגד ועד הכשרות!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext