מלחמת הזאליס נגד ועד הכשרות!
מיט א געמיינע מלחמה זענען די זאליס ארויס קעגן די ועד הכשרות פון התאחדות הרבנים, די זאליס פלאנען בקרוב נאך מער צו פארשארפען די מלחמה, גענוי אזוי ווי דער ליבאוויטשער רבי איז ארויס קעגן זיי אין די מ' יארן ווען ער האט זיך געשלאגען מיט סאטמאר, און התאחדות האט נישט געטאן וואס ער האט געוואלט.
די מלחמה האט ר' זלמן לייב ערקלערט פאריגע וואך דאנערשטאג ווען ער האט אנגערופן הגה"צ ר' הילל וויינבערגער שליט"א דומ"ץ נייטרא, און ער האט אים געזאגט אז אזוי ווי די התאחדות איז ארויסגעקומען קעגן מיין גרעסטער שטיצער מ. ש. זופניק, ממילא גיי איך עפענען א ועד הכשרות אינעם בי"ד סאטמאר און אליין אנהויבען צו געבן הכשרים.
ר' הילל האט אים געזאגט אז די תורה הקדושה פירט אונז און אז א איד איז א מסור ומסרב לדין טוט מען וואס די תורה הק' הייסט, און נישט אז מען גיט אים קבלת שבת וכו', ר' זלמן לייב האט זיך מתחצף געווען צו אים אויף א געמיינעם אופן. ר' הלל האט אים געזאגט צום סוף אז שב"ק וועט ער זיין אין ווילי, און ער וועט רעדן מיט אים פנים אל פנים דערוועגן מוצשב"ק.
אויף שב"ק איז הגה"צ ר' הילל געווען אין ווילי און ער האט געדאווענט אין ראדני צוליב א שמחה, פרייטאג פארן זמן האבן די זאליס אויפגעהאנגען ריזיגע פאלאקאטן מיט מעכטיגע ריזיגע שרייעדיגע אותיות מיט א נייע לעדער העט פון "ועד הכשרות שע"י בדי"ץ דקהל יטב לב" ווי זיי מעלדען אז אזוי ווי אין די ווילי גראסריס פארקויפט מען לעצטענס זאכן מיט די הכשר פון ראבינאט זאל מען עס נישט קויפן....
עס האט נישט געהאט קיין הענט אין קיין פיס די גאנצע צעטעל, יעדער ווייסט אז מען קויפט נישט ראבינאט, דאס איז נאר געווען וויי צו טאן ר' הלל וואס האט געדאווענט דארט שבת.
די יהדות החרדית, און די תלמידי וחסידי סאטמאר לאכן זיך אויס פון די זאלי מלמחמה קעגן די ועד הכשרות דהתאחדות הרבנים, די זאליס וועלן אי"ה עס נישט קענען בייקומען, זייער ועד הכשרות וועט האבן אזא פורים פנים ווי זייער בי"ד און ראב"ד וואס אויזער א פארשטויבטע סיין אויף קיעפ סט. און אפאר פאשקאווילען האבן זיי נישט.
 |
|
|