ערגעץ ווי ביי העלפ ענד סופפארט האב איך אמאל באגעגנט אזא מין זאך ווי מאכן א "שליסל", איך געדענק נישט פונקטליך וויאזוי נאר עפעס אז מ'לייגט אריין א Blank CD און די קאמפיוטער לייגט ארויף א קאוד דערויף און אפילו מ'טוישט שפעטער די Password און מ'פארגעסט עס לייגט מען אריין דעם CD און דאן באקומט מען די Option פון מאכן א נייע Password (פארשטייט זיך אז סיי ווער אפי' נישט דער Administrator קען עס דאמאלט טון), דעריבער קלער איך אז עס איז א ראטזאמע עצה בפרט פאר די וואס טוישן דאס אפט און זענען מער אויסגעשטעלט צו פארגעסן, צו מאכן אזא שליסל על כל צרה שלא תבא.
|
|